הסתלקות הבעל שם טוב זי"ע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

הסתלקות הבעל שם טוב זי"ע

שליחה דורך ארכיוויסט »

פסח שנת תק"כ ווען דער גרויסער צדיק הרה"ק ר' פנחס קוריצער זי"ע איז געווען ביים הייליגען בעל שם טוב זי"ע אויף יום טוב, איז ר' פנחס זצ"ל אביסעל שוואך געווען און וועגען דעם נישט געגאנגען אין מקוה ערב שביעי של פסח.

שביעי של פסח בייטאג אינמיטען דאווענען האט ר' פנחס זצ"ל געזעהן מיט זיינע לעכטיגע אויגן אז עס איז נגזר געווארען אין הימל אויף דעם הייליגן בעל שם טוב אז ער מוז נסתלק ווערן פון די וועלט.

ר' פנחס זצ"ל האט זיך זייער געשטארקט און געבעטן דעם באשעפער אז ער זאל מבטל זיין דעם גזירה. עס האט איהם זייער פארדראסן אז ער איז נישט געגאנגען ערב יום טוב אין מקוה, ווייל ער וואלט דאס אוודאי געזעהן ווען ער וואלט געווען אין מקוה, און אזוי וואלט ער זיכער געקענט אויס'פועל'ען.

נאכען דאווענען האט איהם דער בעש"ט געפרעגט צו ער איז נעכטן ערב יום טוב געגאנגען אין מקוה. האט ער געענפערט, "ניין". האט איהם דער בעל שם טוב געזאגט "אויב אזוי קען מען שוין גארנישט טוהן".

נאך פסח האט די בעש"ט זיך אנגעהויבען נישט גוט צו שפירען. טראץ דעם האט ער זיך געשטארקט און ווייטער געדאווענט ביים עמוד כדרכו בקודש.

שבועות ביינאכט האבען זיך צוזאמגענומען די הייליגע חבריא פון'ם בעש"ט צו זיין אויף א גאנצע נאכט לערנען. ביינאכט האט דער בעש"ט זיי געזאגט דברי תורה וועגען עניני מתן תורה.

צופרי האט דער בעש"ט צוזאם גערופען זיינע תלמידים. ער האט באפוילען ר' לייב קעסלער זי"ע און נאך איינעם, אז זיי זאלען זיך מתעסק זיין מיט זיין קבורה. ווייל זיי זענען געווען די חברא קדישא, ער האט זיי אויך אויסגעלערנט פארשידענע זאכן.

דערנאך האט ער געהייסען אז מ'זאל אריין רופען א מנין אין צימער צום דאווענען און ער האט אזוי געזאגט: "לאמיר נאך אביסעל שמיסען מיט'ן רבונו של עולם".

נאכ'ן דאווענען איז ר' נחמן מהרדענקא זי"ע געגאנגען אין בית המדרש מתפלל צו זיין אויף זיין הייליגן רבי אז ער זאל געזונט ווערען, האט דער בעל שם טוב זיך אנגערופען: "ער איז מתפלל בחינם. אויב ער וואלט געקענט אריין דורך יענער טיר ווי איך פלעג אריין, וואלט ער יא געקענט פועל'ען".

שפעטער זענען זיך צאמגענגעקומען די שטאטישע מענטשען מקבל צו זיין פני רבם ברגל. דער בעש"ט האט זיי געזאגט דברי תורה.

אינמיטען די סעודה האט ער געהייסען דעם משרת אז ער זאל עפעס אריין לייגען אין די גרויסע פלעשעל. דער משרת, נישט כאפענדיג, האט עס אריינגעלייגט אין די קליינע פלעשל. האט דער בעל שם טוב זיך אנגערופען "אין שלטון ביום המות, אויך די גבאי פאלגט מיר שוין נישט".

דער בעש"ט האט געגעבען א סימן פאר זיינע תלמידים, אז בשעת זיין פטירה וועלען זיך אפשטעלען די צוויי זייגערס פון זיין שטוב.

ער האט זיך געוואשען די הענט, און ס'האט זיך אפגעשטעלט דער גרויסער זייגער. דער בעש"ט איז געשטאנען, האבען איהם די תלמידים ארום גענומען כדי אז ער זאל נישט זעהן די זייגער, האט ער זיי געזאגט: "איך ווייס אז עס האט זיך אפגעשטעלט, אבער איך זארג מיך נישט, ווייל איך ווייס קלאר אז אזוי ווי איך גיי ארויס פון דער טיר גיי איך גלייך אריין אין די אנדערע.

נאכדעם האט זיך דער בעל שם טוב געזעצט אויפן בעט און באפוילען די תלמידים אז זיי זאלען זיך שטעלען ארום איהם. דערנאך האט ער זיי געזאגט דברי תורה וועגען עניני גן עדן.

אין ספר מלכי בקודש ווערט געברענגט, אז עס איז בקבלה פונ'ם הייליגן רבי ר' בער זי"ע, וואס איז געווען בשעת'ן הסתלקות, אז דער בעשה"ק האט געהייסן דעמאלס אז מ'זאל זינגען די ניגון התעוררות פונ'ם הייליגן צדיק ר' מיכעלע מזלאטשוב זי"ע, און ווען מ'האט געענדיגט די ניגון האט ער געזאגט בזה"ל "איך בין מבטיח לדורותיכם אז ווען און וואו, און ווער עס וועט זינגען דעם שהתעוררות רחמים רבים ניגון, מיט א תשובה התעוררות, איז אין וואס פאר א היכל איך וועל זיין, וועל איך הערן, - עס געפונען זיך מלאכים וואס ברענגען ידיעות און בשורות צו נשמות - און איך וועל אויך מיט זינגען, און מעורר רחמים רבים זיין אויף די בעלי תשובה זינגער".

אין ספר זרע קודש (פרשת וירא) ווערט געברענגט, אז מ'האט געהערט וויא ער איז מתפלל, אז ער זאל ניצול ווערן פון גאווה.

דערנאך האט ער געזאגט תורה אויפ'ן פסוק "והתמכרתם שם לאויביך לעבדים ולשפחות ואין קונה", דער פסוק שטייט ביי תוכחה, האט די הייליגער בעשה"ק געטייטשט בדרך ברכה, אז אויב א מענטש וועט טראכטן ביי זיך שדי מדה פון שפלות, אז ער איז גארנישט און ער איז פארקויפט צום יצה"ר, איז דענסמאלט "ואין קונה", וועט איהם נישט שולט זיין קיין שלעכטס.

דערנאך האט ער זיי געהייסען זאגען "ויהי נועם" און ער האט זיך געלייגט אין בעט, און זיך צוריק אויפגעזעצט עטליכע מאהל, און מכוין געווען כוונת, ביז מ'האט שוין נישט געהערט קיין ווערטער וואס ער זאגט, ער האט געהייסען אז מען זאל איהם צודעקען מיט א ליילעך, און ער האט אנגעהויבען ציטערען אזוי ווי ער פלעגט ביי שמונה עשרה.

דערנאך האט ער גערוהט און מען האט באמערקט אז די צווייטע זייגער האט זיך אפגעשטעלט, האט מען פארשטאנען אז ער איז שוין אויפן אמת'ער וועלט.

נאכ'ן פטירה פון בעל שם טוב האבען זיך צוזאם גענומען די חבריא צו איבערשמיסען די דברי תורה וואס זיי האבען געהערט פון זייער הייליגן רבי'ן.

דער הייליגער בעל שם טוב האט זיך שפעטער באוויזן צו זיינע תלמידים אין חלום און געפרעגט "פארוואס לייגט עטץ אייער הארץ נאר צו מיין תורה, און נישט צו מיין יראת שמים?

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר