אפטעמיסט האט געשריבן:איי די שטאטישע EMS איז פול מיט פרויען?
זיי ארבעטען טאקע נישט אליינס, אייביג מיט נאך מענער.
האסט שוין געהערט פון א high risk ob א פרוי?
העלא האט געשריבן:אודאי האט די רמב"ם באהאנדלט פרויען,
איסור נגיעה איז לויטן רמב"ם ביהרג ואל יעבור,
היעלה על הדעת אז ווען הצלה מעמבער אדער א דאקטאר באהאנדלט א פרוי,
אז עס איז דא אפילו א חשש?
אין לך דבר העומד בפני פיקוח נפש,
כלל ישראל זענען נישט געווען קיין טיפשים ביז יעצט,
פאר א סיבה זענען די הצלה מעמבער "מענער"
נשים דעתן קלות,
זדיי מאכן שווער דעסיזשאנס
שמעקעדיג האט געשריבן:פאלשע פיש האט געשריבן:(ס׳איז א מציאות אז פרויען ווערן שנעלער פארלוירען ווי מענער אין אזוינע אנגעצויגענע מינוטן זיך ספראווען מיט די מצב.
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע נושא, אבער אויף דעם שטיקל וויל איך חולק זיין. דא רעדט מען דאך פון געלערנטע מענטשן, נישט קיין נפק"מ מענער אדער פרויען, קענען זיי באהאנדלען דעם מצב. אז איימיצער איז געטרעינט ווערט מען נישט פארלוירן. עס פעלט עפעס פרויען מילדות אין שפיטאל? עס זענען פאראן א געוואלד נשים מידווייפ'ס און מעולם לא שמענו אז זיי זאלן ווערן פארלוירן.
BAL TSHIVA האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:פאלשע פיש האט געשריבן:(ס׳איז א מציאות אז פרויען ווערן שנעלער פארלוירען ווי מענער אין אזוינע אנגעצויגענע מינוטן זיך ספראווען מיט די מצב.
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע נושא, אבער אויף דעם שטיקל וויל איך חולק זיין. דא רעדט מען דאך פון געלערנטע מענטשן, נישט קיין נפק"מ מענער אדער פרויען, קענען זיי באהאנדלען דעם מצב. אז איימיצער איז געטרעינט ווערט מען נישט פארלוירן. עס פעלט עפעס פרויען מילדות אין שפיטאל? עס זענען פאראן א געוואלד נשים מידווייפ'ס און מעולם לא שמענו אז זיי זאלן ווערן פארלוירן.
Training doesn't give confidence it only comes with experience
פאלשע פיש האט געשריבן:דער שכן האט געשריבן:און דאס וואס דער שכן שרייבט אז מ׳שיקט די מאן אין פראנט, איז פשוט הלכה.
הלכה אז?... אההה ער אאא נישט זיין אינעם זעלבן באקס!.... הממממ. ....
איך האב נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט דא, אבער טריקען הלכה איז אסור צו קוקן במקומות המכוסים בזמן שאשתו נדה, א פרוי אין אזא מצב איז א נדה לכל הדיעות, און ס׳איז נישט מעליך נישט נכשל ווערן אין די ד׳ על ד׳ באקס פון אן אמבעלאנס ווען ס׳ווייב ליגט דארט אים ציגעגעקט.
כוכב האט געשריבן:מיין ווייב שרייט חי וקיים איך זאל בשום אופן נישט רופן עזרת נשים, סעט נאך אנקומען א פרוי און זען אז די הויז איז א מעס ליבערשט א מאן וואס זי קען נישט און וועט מער קיינמאל זען.
כוכב האט געשריבן:איך האב געהאט א לענגערע שמועס מיט מיין מאמע, זי טענהט אז סאיז ריין פעמיניזם און סאיז נישטא קיין אמתע געברויך אוייסער א פאר לעידיס וואס ווילן לייטס און סיירינס.
כוכב האט געשריבן:זי זאגט נאכמער אז דאס מערהייט דאקטוירם זענען מענער און סהאט זיך נאך קיינ פרוי נישט צעקראצט דערוועגן.
כוכב האט געשריבן:איך בין נייגעריג, זאל יעדער אנפרעגן זיין פרוי אויב זי האלט עזרת נשים פאר וויכטיג.
אפטעמיסט האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין פארוואס דו לייקענסט, און ס'איז דיר אזוי שווער צו מודה זיין אז ס'איז ביזוי בזיונות פאר א היימישע ווייבל צו באהאנדעלט ווערן דורך א חסיד'ישער אינגערמאן במקומות המכוסים.
לית דין בר נש האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין פארוואס דו לייקענסט, און ס'איז דיר אזוי שווער צו מודה זיין אז ס'איז ביזוי בזיונות פאר א היימישע ווייבל צו באהאנדעלט ווערן דורך א חסיד'ישער אינגערמאן במקומות המכוסים.
איך קען נישט גלייבן אז עס איז אזא גרויסע חילוק צווישן א חסידישע אינגערמאן און א מאן, איז פארוואס זענען דא הונדערטע און אפילו טויזענטע פרויען וואס וועלן זיך לכתחלה אויס א מאן OB און גייען נישט צו א פרוי?
אפטעמיסט האט געשריבן:[justify][tag]הצלה מאן[/tag], ס'איז מיר אן אמת'ע ווייטאג צו זעען ווי דו שרייסט און וויינסט. דו רעדסט דיך אפ אז מען געטרויט נישט דעם אלעמען באקאנטען וואוילטעטיגער ארגאניזאציע "חברה הצלה" מיט'ן דעליווערן קינדער און דינען ווי הייבאמס. דו ביסט מלא טענות כרמון, און שרייסט הייזעריקערהייט, אז מ'שפייט ענק צוריק אין פנים נאכ'ן טון פאר'ן קאמיוניטי אזוי פיל. איך פארשטיי דיך — אבער דו האסט איין זייער גרויסע טעות.
לאמיך דיר עפעס ערקלערן, מיין פריינד. נעם א קאלט גלעזל סעלצער און שריי נישט אזוי, ווייל קיינער שאצט אייך נישט אונטער. אף גם אחד. כלל ישראל ווייסט צו שעצן די געטרייע איבערגעגעבענע הצלה מעמבערס, און ס'איז נישט דא קיין ווערטער ארויסצוברענגען אונזער הכרת הטוב. נישטא קיין איין ארגאניזאציע אויפ'ן וועלט וואס מען איז אזוי מחשיב ווי "הצלה". דאס קענט איר זיין זיכער.
זייענדיג, אבער, נאנט צו הויכע פענסטער אינערהאלב "עזרת נשים" און וויסענדיג לכאורה מער ווי דיר, אפילו מיט דיין זיין א מעמבער אין הצלה, וואס עס טוט זיך אפ אונטער די קוליסען דארט, הער גוט וואס איך האב צו זאגן. הער מיך אויס ביטע.
איך ווייס נישט פארוואס דו פרובירסט צו פארדרייען היסטאריע און פאקטן, אבער ווען "חברה הצלה" איז ערשט געגרינדעד געווארן איז דער פלאן געוועהן צו האבן א 'פרויען דיוויזיע' אינערהאלב דער ארגאניזאציע, און צענדליגע פרויען — וואס קענען מעיד זיין דערויף — זענען שוין אין פאקט טרעניריט געווארן דערפאר.
נישט רוחי פרייער — נאר הונדערטע, הונדערטע פרויען — זענען די וואס שטייען אונטער "עזרת נשים". ס'איז נישט קיין סוד אז אונזערע ווייבער באקלאגן זיך שוין יארן אז די מצב טויג נישט. איך קען נישט פארשטיין פארוואס דו לייקענסט, און ס'איז דיר אזוי שווער צו מודה זיין אז ס'איז ביזוי בזיונות פאר א היימישע ווייבל צו באהאנדעלט ווערן דורך א חסיד'ישער אינגערמאן במקומות המכוסים. און ניין, נישט וויבאלד מען געטרויט נישט הצלה, אויסדריקלעך נישט, ס'איז פשוט נישט באקוועם. דאס איז עס. איי וועסטו פרעגן, נו, זאל'ן זיי נישט זיין באקוועם — אט דא בין איך מחולק מיט מעלת כבודו. די פרויען האבן יא רעכטן! זיי מעגן יא פארלאנגען באקוועמליכקייט! און אז הצלה האלט זיך נישט ביים רעכענען מיט זיי, וועלן עס אנדערע דארפן טון.
רוחי פרייער האט זיך געבעטן ביי די פירער פון הצלה אז מען זאל זיי ארייננעמען אלס טייל פון הצלה, אבער זי איז קאטאגאריש צוריק געוויזן געווארן. פארוואס, ווייסט איין באשעפער.
איך בין נישט אין דער גיסטע צו גיין אין א רעדל. דו, פון אלע ק"ש מיטגלידער, ווייסט ווי גערעכט איך בין, אבער צוליב אייגענע אגענדעס ווילסטו נישט מודה זיין. איך בין פשוט נישט מסכים אז זאלסט אראפמאלן עזרת נשים ווי אן ארגאניזאציע וואס זוכט צו אנדרייען מחלוקת און קריגערייען — ווען אין פאקט איז די מצב פונקט פארקערט.
איך בעט דיך ברחמים: מאך מיך נישט מגלה זיין זאכן וואס דו ווילסט נישט. האלט דיך דיפלאמאטיש און האלט דיך רואיג, ווייל אז נישט, וועל איך אויך ארויסגיין פון מיינע געווענליכע גדרים און שרייבן זאכן וואס וועלן דיר בכלל נישט שמעקן.[/justify]