די רדיפות און טעראר אנגעצויגענקייט צווישען די פראקציעס ביי די בני תורה לאגער, ווי אנדערע רופען זיי /ישיבישע/ליטווישע/תורה'דיגע/ פראקציעס, איז אין די לעצטערע טעג און וואכען ארויף צו העכערע שטאפלען.
ווען אין די טעג פון פאר יום טוב איז נתפרסם געווארען די פאלגענדע צעטליך צו מתפלל זין אויף די נרדפים וואס ווערן גערודפט פאר'ן איינציגסטען חטא פון וועלן הערן א דע''ת פון אן אנדערע מנהיג ווי דער דגה''ת פירערשאפט האט מחליט געווען, און אלע וואס האבען אויף זיך מקבל מרות געווען די מרן הרב אויערבאך זענען ממש נידון להפקר.
און פאר דעם בלויזען חטא ווערן קינדער ישיבה לייט גע'רודפט אויף גאר א שרעקליכער פארנעם, עס האט זיך לעצטענס דא געווירבעלט א קאכעריי איבער די הפקרות פון אידיש בלוט, אויב מיינט איר אז דאס איז הפקרת דם ישראל דאן קוקט וואס טוט זיך אביסעל ארויס פון אונזערע שטיבעל ווענט.
אויב מיינט איר חסידים קענען דאן קוקט וואס די ניי געווארענע חסידים טויגען.
https://www.dropbox.com/s/z1f3hi7b0p8hy ... %D7%9F.jpg
בלוט פארגיסען היכי דמי? געט א בליק ביי די ליטאים.
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל