סיפור של בעל אקדמות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

סיפור של בעל אקדמות

שליחה דורך ארכיוויסט »

אין יאר ד' אלפים תשס"א, איז צווישן די גוים אין דייטשלאנד געווען א גלח א גרויסער שונא ישראל. מיט דעם כח פון כישוף און חכמה פון טומאה, האט ער אנגעטוהן שרעקליכע צרות פאר די אידן. הונדערטער אידן זענען דורך איהם גע'הרג'ט געווארן, פון א פשוט'ן קלאפ וואס ער האט יענעם געגעבן אין בויך.

ווען די אידן האבן געזעהן אז דער גלח צושפרייט זיינע טמא'נע הענט און לאזט זיי נישט רוהען, האבן זיי געשיקט שליחים צום קעניג וועלכער איז גראדע געווען א אוהב ישראל, און איהם געבעטן ער זאל זיי ראטעווען פון די מערדערישע הענט. דער קעניג האט געשיקט רופן דעם גלח און באפוילן אז ער זאל אפלאזען די אומשולדיגע אידן. דער גלח האט געענטפערט, אז ער וועט זיי אפלאזען נאר מיט איין תנאי, אז זיי וועלן איהם צושטעלן אזא גרויסער חכם ווי ער איז, וואס ער וועט זיך קענען מיט איהם אויס'טענה'ן און יענער זאל אים אויפווייזן אז די אידישע גלויבונג איז דער ריכטיגער. ער גיבט זיי צייט א יאר אויף צו זוכן א חכם, און אויב ביז דער צייט וועלן זיי נישט צושטעלן, דעמאלס וועט ער אומברענגן אלע אידן פון שטאט.

דער קעניג וואס האט אליין אויך מורא געהאט פון דעם גלח, האט געמוזט צושטימען צו דעם פארלאנג. ווען די אידן האבן באקומען די מעלדונג פון דעם שווערן פארלאנג, האט זיי ארום גענומען א שרעק און ציטער. זיי האבן אויסגערופען א יום תפילה ותשובה, און געהאפט און געבעטן אז צום ענדע וועט געשעהן א נס און דער גלח וועט אפשטארבן.

דער נס איז אבער נישט געשעהן. דער גלח האט זיך ארום געדרייט אויפן גאס געזונד און פריש און שטארק אויפגעלעבט. ער האט געהאפט אז עס וועט נישט געלונגען פאר די אידן צו ווייזען אז ביי זיי געפונט זיך אויך אזא גרויסער חכם ווי איהם וואס קען באווייזען אזיינע אינטערעסאנטע קונצן.

די צייט שטייט נישט. עס זענען אריבער געגאנגן וואכן און חדשים, און מען זעהט נאך אלץ נישט ווער עס קען זיך אונטערנעמען צו פיהרן א וִויכּוּחַ מיט דעם גלח און נאכמאכן זיינע כישוף. זיי האבן זיך געפונען אין א שרעקליכע פראבלעם, עס איז ממש סכנות נפשות. זיי האבן געשיקט שלוחים אין אלע געגענטער און שטעט אין דייטשלאנד, אז מען זאל געפונען א פאסיגער מענטש און הייליגער צדיק וואס קען זיך אונטערנעמען אויסצולייזען די אידן פון דעם גלח.

עטליכע צדיקים פון נאהנט און ווייט האבן אין איין נאכט געזעהן אין חלום א רמז פון הימל: - צוליב דעם וואס דער דור איז זינדיג, קען נישט געשעהן א נס אז דער גלח זאל פלוצלינג אפשטארבן. אבער שרעקן זאלט איהר זיך נישט, זוכט אויף און שיקט א חכם וואס קען זיך פארהערן און טענה'ן מיט דעם גלח מיט כוחות פון קדושה.

די צדיקים האבן זיך אויפגעכאפט פון זייער שלאף, יעדער האט איבער געשמועסט פון דעם חלום. אבער צו קיין ריכטיגע ענטפער זענען זיי נישט געקומען: ווער איז יענער וואס האט אין זיך א הייליגער כח צו פיהרן א מלחמה מיט דעם גלח? פונקט דאס וויכטיגסטע זאך האט מען זיי נישט אנטפלעקט אין דעם חלום.

די אידן האבן ווידער גוזר תענית געווען, און געבעטן אז דער אייבערשטער זאל זיי ליכטיג מאכן די אויגן און מרמז זיין ווער איז דער פאסיגער שליח. עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, און מען האט זיי געמאלדען פון הימל אז יענער געפונט זיך איבערהויפט נישט צווישן זיי, נאר ווייט ווייט אוועק אויף די אנדערע זייט פון דעם טייך "סמבטיון" צווישן די "עשרת השבטים".

ערשט דעמאלס זענען די אידן געווען אין א גרעסערע פראבלעם. ווער קען זיך דען אונטערנעמען צו מאכן די געפערליכע און שווערע ריייזע צו יענע עק וועלט צו געפונען די "עשרת השבטים"? אויסער דעם, עס איז דאך אוממעגליך אריבער צו גיין דעם "סמבטיון", ווייל זעקס טעג אין די וואך ווארפט ער ארויס פון זיך ריזיגע פעלזן שטיינער, נאר שבת רוהט דאס. אבער אפילו שבת קען מען נישט אריבער גיין, ווייל די מענטשן פון די "עשרת השבטים" וועלן יענעם פארשטיינערן פאר'ן חילול שבת.

אבער די אידן האבן געזעהן אז די צייט ווערט שוין גאר קורץ, האבן זיי זיך געשטארקט און געהאפט אז דער אייבערשטער וועט זיי שוין העלפן אין זייער פראבלעמען. זיי האבן אויסגעקליבן א גרויסער צדיק מיט דעם נאמען רבי מאיר חזן אז ער זאל זיין דער וויכטיגער שליח צו ברענגען די ישועה. זיי האבן איהם איינגעפאקט א זאק מיט "צידה לדרך" און מיטגעשיקט צוויי באגלייטער אויפן וועג.

זייער א סאך צרות און אויפהאלטונגען האבן די שלוחים געהאט אויפן וועג וואס האט געדויערט וואכן לאנג. טייכן און הויכע בערג, מדבריות פוהל מיט ווילדע חיות, שלענג, היצן און קעלט, און שווערע וועטערן האבן זיי דורך געליטען. זיי האבן דאס אלעס אנגענומען פאר ליב, ווייל זיי האבן געוואוסט אז דורך דעם ראטעווען זיי די אידישע קהילות אין דייטשלאנד. זיי האבן נישט געקוקט אויף זייערע שוואכע כוחות, נאר געהאלטן אין איין גיין. זיי האבן געוואוסט אז די צייט וואס דער גלח האט אפגעשמועסט רוקט זיך שוין אונטער און מען דארף זיך שוין שטארק צואיילן.

אכט טעג פאר די באשטימטע צייט, זענען זיי ענדליך אנגעקומען צו דעם טייך סמבטיון, און פונקט אין שבת קודש ווען דער טייך רוט. אבער ווי קען מען יעצט עובר זיין אויף די תורה און אריבער פאהרן מיט א שיף אין שבת?

רבי מאיר חזן האט זיך אנגערופען צו זיינע באגלייטערס: "הערט מיך צו וואס איך האב באשלאסן. "פיקוח נפש" פון איין איד איז דאך דוחה שבת, און זיכער "פיקוח נפש" פון טויזענטער אידן. אבער פאר דעם איז גענוג אז איך אליין זאל אריבער פאהרן דעם טייך. איך בין זיכער אז ווען איך וועל אריבער קומען וועלן מיר די "עשרת השבטים" הרג'ענען צוליב מיין חילול שבת, אבער איך בין זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער. דערפאר, זאלט איהר דא ווארטן און נאר איך אליין וועל אריבער פאהרן, און לאמיר האפען אז דער הייליגער באשעפער וועט שיקען א ישועה"!

ער האט מיטגענומען מיט זיך א בריוו פון די אידישע קהילות אין דייטשלאנד דאס צו ווייזען פאר די "עשרת השבטים", און זיי בעטן אז זיי זאלן שטיין צו הילף פאר זייערע ברודערס.

אבער אין די רגע וואס רבי מאיר האט אריבער געטרויטן אויפן צווייטן זייט פון דעם טייך "סמבטיון", האט מען איהם באלד געכאפט און געבינדען אין קייטען. אזא חוצפה, א איד זאל מחלל שבת זיין! - עס קומט איהם א שטראף פון מיתה!

רבי מאיר רופט זיך אן צו די פאליציי: "איך קען באשטיין אז איהר זאלט מיר הרג'נען. איך האב שוין סייווי מפקיר געווען מיין לעבן פאר די אידישע קינדער. אבער נעמט מיר ערשט צו אייער קעניג, איך וויל איהם איבערגעבן א וויכטיגן בריוו פון די אידישע קהילות אין דייטשלאנד". די פאליציי האבן זיך דערבארעמט און איהם גענומען צום קעניג, און ער האט דערלאנגט דעם בריוו.

דער קעניג האט באלד צוזאמען געזאמעלט זיינע קלוגע מענטשן און עצה געבערס, און מען האט באשלאסען אז מען וועט ווארפן גורל ווער עס וועט זיין דער שליח צו גיין ראטעווען די אידן. דער גורל איז אויסגעקומען אויף א קליינער, אויסגעדארטער און שוואכער עלטערע מענטש וואס זיין נאמען איז געווען רבי דן. מען האט געברענגט רבי דן פארן קעניג, און ער האט באלד צוגעשטימט אויס צו פיהרן דעם געוואלדיג-הייליגן שליחות.

דער קעניג רופט זיך אהן צו רבי מאיר חזן: "דו טארסט נישט צוריק אריבער גיין דעם טייך ווייל דיר האט מען נישט נייטיג צו ראטעווען די אידן, אבער דער שליח רבי דן מעג יא ווייל פאר איהם גייט אהן דער דין פון "פיקוח נפש". דערפאר, זאג פאר רבי דן וואס ער זאל איבערגעבן פאר דיין משפחה און פאר דיינע גוטע פריינד, ווייל דו וועסט שוין מוזען בלייבן וואוינען מיט אונז. אויך רבי דן וועט שוין נישט מעגען צוריק אהער קומען".

מיט טרערן אין די אויגן האט זיך רבי מאיר חזן געזעגענט פון רבי דן, און רבי דן איז אריבער געפאהרן דעם טייך ווי די שלוחים האבן זיך געפונען. ווען די שלוחים האבן באמערקט אז אנשטאט רבי מאיר חזן איז צוריק געקומען א אלטער אויסגעדארטער מענטש, איז פאר זיי פינסטער געווארן אין די אויגן און זיי האבן אנגעהויבן צו קרעכצן און קלאגן.

"קרעכטס נישט און זארגט אייך נישט" בארוהיגט זיי רבי דן "דער אייבערשטער וועט אייך שוין העלפן"! מיט "קפיצת הדרך" זענען זיי אין דריי טעג שוין געווען אינדערהיים. די שלוחים האבן באלד געמאלדען פארן קעניג אז די אידן זענען שוין גרייט צוצושטעלן א מענטש צו פיהרן א מלחמה מיט דעם גלח.

דער קעניג האט צוגעגרייט א גרויסע פרייע פלאץ אויסער די שטאט, ווי ביידע: די אידן און להבדיל די גוים וועלן קענען מיטהאלטן דעם קאמף. ווען דער גלח האט באמערקט אז דער אויסגעקליבענער פון די אידן איז א קליין אויסגעדארטער מענטש האט אין איהם אנגעהויבן צו ברענען זיין צארן ווי א פייער. "די אידן שפעטן פון מיר!" - האט ער געשריגן ווילד. - "איך וועל שוין נקמה נעמען אין זיי!"

רבי דן דערנענטערט זיך צו איהם, און רופט זיך אהן איידיל און געלאסען: "וואס, איהר וועט נקמה נעמען אין אונז, מיר וועלן אייך שוין ווייזען אז איהר וועט פון דא נישט אהיים גיין לעבעדיג"!

די מלחמה צווישן טומאה און להבדיל קדושה הייבט זיך אן: דער גלח ברענגט אראפ מיט כישוף א ריזיגע ברייטע אייזערנע זויל. דרייסיג מענטשן קענען דאס נישט אויפהייבען. אבער דער גלח כאפט דאס אהן מיט צוויי פון זיינע קליינע פינגערס און גיבט דאס א ווארף אריין טיף אין דער ערד און עס ווערט איינגעזונקען אז מען זעהט דאס נישט ארויס.

אלע גוים קלאטשן מיט די הענט פאר די גרויסע גבורה וואס דער גלח האט באוויזן. די אידן זענען אבער געווען טרויעריג, ווער ווייסט וואס ווייטער וועט זיין. דער קעניג זיצט אויף זיין קעניגליכע שטול ארום גענומען מיט זיינע מיניסטארן, און קוקט צו פונקטליך וואס עס פאסירט.

דער גלח גיבט א באפעהל פאר רבי דן אז ער זאל ארויס ציהען דעם זויל פון די ערד. רבי דן ווערט נישט נתפעל, ער וואשט זיך אפ די הענט און זאגט שטיל א קורצע תפילה. ער בייגט זיך אראפ צום גרונד, און שטעקט אריין די הענט און כאפט אהן דעם זויל. ער האט דאס מיט איין האנט געגעבן א טראסק ארויף קילאמעטערס הויך ביז די וואלקענעס, און עס איז דארט געבליבן שטיין. רבי דן רופט זיך אהן צום גלח: "נו, יעצט לאמיר זעהן דיין שטארקקייט, ציה אראפ דעם זויל". דער גלח פראבירט און פראבירט, ער זאגט שטיל זיינע טמא'נע תפילות און ארבעט שווער מיט זיין כישוף, אבער עס העלפט גארנישט. - דער גלח האט געליטען א דורכפאל.

כדי צו מאכן פארגעסן פון זיין דורכפאל, ווייזט דער גלח א גרעסערע קונץ: ער ברענגט צוויי מילשטיינער, און צורייבט זיי מיט זיינע הענט און זיי ווערן בלויז ברעקלעך שטויב. דאן נעמט ער צוזאמען די אלע ברעקלעך און פּרֶעסְט זיי צוזאמען און זיי ווערן צוריק צוויי גרויסע מילשטיינער. ער באפעהלט פאר רבי דן דאס נאך צו מאכן.

רבי דן ווארט נישט קיין סאך, ער צוברעקעלט די צוויי שטיינער און מאכט זיי צוריק אויף זייער פארם. נאכדעם דערלאנגט ער א ווארף די שטיינער ביז דער אייזערנער זויל, און זיי בלייבען דארט הענגען. רבי דן פארלאנגט פון דער גלח אז ער זאל באווייזען א קונץ און אראפ ברענגען די צוויי שטיינער. אבער מיט שאנדע און שפאט האט דער גלח געמוזט מודה זיין אז ער קען דאס נישט טוהן.

יעצט רופט זיך אהן רבי דן: "איך פארלאנג פון דעם גלח איינס פון די צוויי: אדער איך וועל אראפ ברענגען א פייער-זויל פון הימל און ער וועט דאס אויסלעשן, אדער דער גלח וועט אראפ ברענגען א פייער-זויל און איך וועל דאס אויסלעשן". דער גלח האט געוואוסט אז ער קען נישט אראפ ברענגען א פייער פון הימל, האט ער בעסער אויסגעקליבן די ערשטע וועג.

רבי דן ברענגט אראפ א פייער פון הימל, און דער גלח דערנענטערט זיך אויסצולעשן. אבער וויפוהל וואסער ער האט געגאסן איז איהם נישט געלונגען צו פארלעשן. און די פייער איז געבליבן אין זיין גרויסקייט. רבי דן פראבירט יעצט נאך א זאך און רופט זיך אהן: "אט דא פאר אונז איז פארפלאנצט זייער א הויכער און ברייטער בוים. יעצט קענסטו זיך אויסוועהלן וואס דו ווילסט: אדער איך זאל איינבייגען דעם בוים ביז צו די ערד, און דו וועסט דאס צוהאלטען פעסט ביים שפיץ אז עס זאל זיך נישט צוריק אויפהייבען, אדער דו זאלסט איהם איינבייגען און איך וועל איהם איינהאלטען.

דער גלח האט אויסגעקליבן דאס ערשטע. רבי דן האט דעם בוים איינגעבויגן ביז דער שפיץ האט צוגערירט די ערד, און דער גלח דערנענטערט זיך צום בוים איינצוהאלטן דעם שפיץ. אין די רגע וואס רבי דן האט אפגעלאזט דעם שפיץ - טראך!

דער בוים גיבט א פלי אויף צוריק און דער גלח ווערט ארויף געטראסקעט הויך הויך ביז צו דער הענגעדיגער זויל. זיין קאפ ווערט פארכאפט אין דעם זויל, און זיין קערפער ווערט צומאלען צווישן די מילשטיינער. די פייער-זויל הייבט זיך אויף און פליט ארויף און פארברענט אלעס. ביז א מינוט איז אלעס פארשוואונדען: אויס זויל, אויס שטיינער, אויס פייער און אויס גלח!

די אידן זענען יעצט געראטעוועט געווארן פון דעם געפערליכן כח הטומאה, און זיי זענען באלד ארויס געגאנגען אין א טאנץ. זיי האבן געטאנצט און געזונגען ביז אין שוהל אריין, און ארום גענומען מיט גרויס פרייד זייער גרויסן און הייליגן שליח רבי דן.

נאכדעם איז רבי דן ארויף געגאנגען אויף די בימה און איבעגעגעבן די ווערטער פון רבי מאיר חזן. - אזוי ווי ער קען נישט מער צוריק קומען פון יענע זייט סמבטיון, בעט ער פון אלע אידן אז זיי זאלן זארגן פאר זיין פרוי און קינדער. אויך בעט ער אז די שירה וואס ער האט יעצט צוזאמען געשטעלט "אקדמות מילין", זאל געלייענט ווערן אין אלע קהילות יעדן שבועות פאר קריאת התורה.

די טעג זענען געווען נאהנט צו שבועות, און טאקע אין יענע שבועות איז געלייענט געווארן די "אקדמות" אין אלע קהילות, און עס איז געבליבן א הייליגע מנהג ביז צו דעם היינטיגן טאג, און דאס ווערט געלייענט מיט גרויס געפיל און ברען.
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר