אינטרעסאנט ווי ס'ווערט פון א לאמפ דרייער א שלום בית מאכער. יש תקוה לישראל.
בכלל האלט ער אז רוב פראבלעמען נעמען זיך ווייל עס איז צו טונקעל אין שטוב, אוינער פין די ערשטע באפעלען זענען צוקויפען די נייע לעד לאמפען וואס מאכען גאר לעכטיג.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
גראס איז א קליגע געשמאקע אינגערמאן כהאב גארנישט פעזענליך קעגן עם , איין פראבלעם מדארף אביסעל life experience אין אפשר אפאר יאר ארום וואלט איך געשיקט cases צי עם .. חז"ל זאגען סתירת זקנים בנין . בנין נערים סתירה מען קען נישט גראד ארויס פון די פעמפערס עוסק זיין אין שלום בית
Yossy האט געשריבן:גראס איז א קליגע געשמאקע אינגערמאן כהאב גארנישט פעזענליך קעגן עם , איין פראבלעם מדארף אביסעל life experience אין אפשר אפאר יאר ארום וואלט איך געשיקט cases צי עם .. חז"ל זאגען סתירת זקנים בנין . בנין נערים סתירה מען קען נישט גראד ארויס פון די פעמפערס עוסק זיין אין שלום בית
איך הער אז שוין איבער צען יאר וואס ער איז ארויס פון די ווינדלען.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
איך האב מיר אביסעל אויסגעקאכט אין דעים פרשה, ווייל איך קען דעים מאן פון דעים טעראפיסט זייער גוט! איך פלעג אים זעהן לערנען אין בית חי' מוט א געוואלדיגע (קלויזענבורגער) התמדה א איד מוט א גאלדענע הארץ, פול מוט גיטע מדות
מען דארף דא קלאר מאכן דעים ענין (הגם איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן, מיין איך אז עס איז דא א תועלת יא אריינצוגיין און אויפקלערן דעים ציבור)
איך גיי מיר נישט באציען אויף דיירעקטע הערות פונם ציבור ווייל עס איז אין לדבר סוף. אויך בין איך ניט קיין מסודר'דיגע שרייבער, עס איז נישט מיין SKILL צו שרייבן פארן ציבור, איז אויב האט איינער נישט קלאר פארשטאנען בעט איך ער זאל מיר אפיהר האלטן, און איך וועל פראבירן מסביר צו זיין בעסער.
תשובה: היינטיגע צייטן זענען דא בתוך מחנינו גאר אסאך פון דיע סארט, איך וואלט אייך גע'עצה'ט איר זאלט נעמען דעים ליסטע איינם נאכן צווייטן - איך האב מורא ממשיך צו זיין - רובא דרובא פון זיי זענען אדורך א אייגענע פרשה וואס זיי האבן געדארפט צוקומען צו טעראפי, - קראנקע מענטשען -, מען האט זיי פארהיילט, און זיי האבן זיך געלערנט דעמאלטס, איין סעשאן האט זיי געקאסט צעווישן 200-400 דולר.
ווען זיי האבן געזען ווי גרינג עס איז צו מאכן א דולר האבן זיי שוין פליצלונג אויך פארשטאנען וויאזוי צו מאכן א גרינגע דולר. מרת שטערן בתוכם, א פרוי וואס האט מיטגעמאכט איר אייגענע פרשה מוט יארן צוריק... וכו'. (כמה טעראפיסטן וואס האבן זיך געלערנט געהעריג, האלטן אויך נאך זייער אייגענע מחלה כנ"ל, אבער זיי האבן נישט געכאפט קיין הייסע פאטעטעס, אבער איך וואלט אויך קיינעם נישט געראטן צו גיין צו דיע חברה, איך האב אסאך וואס צו רעדען איבער דעים נושא אבער נישט פאר יעצט)
2) סוגיא של הטראפיסט - ברוחניות שאלה: ומה חלק לרופאים בבית עושי רצון השם? (רמב"ן עה"פ ורפא ירפא) איך האב נאר געבארגט דעים לשון, אבער עס איז באמת אסאך שטערקער דעים קשיא ביי דעים נושא, איך וואלט עס געפרעגט אנדערש דא: מה חלק לדעות כוזבות בבתי החינוך...?
תשובה: עת לעשות לה' הפרו תורתיך, אזוי ווי ביי די מתיונים, אבער אינגאנצן הפרו... נאך אזוי פול יארן וואס דער עולם איז פארנומן לויפן צו די חברה, האט מען נאך נישט געזען די גרויסע הצלחה בגשמיות, אבער די חורבנות בגשמיות וברוחניות זעט מען אלס איין טאג מער ווי די אנדערע.
איך וואלט געראטן איינער וואס דארף צוקומען צו א די חברה ענדערש גיין צו די כינעזער אדער יאפאנעזער פון מאנהעטאן, סיי זיי האבן זיך טאקע גוט געלערנט, און סיי זיי ארבעטן אויפן מח פונקט ווי א הארץ דאקטאר אויפן הארץ, זיי מאכן נישט אזויפול קאליא ווי די היימישע סיי ברוחניות ובגשמיות - ביודעי ובמכירי קאמינא... (אויך און דעים קען מען מאריך זיין אבער נישט דא)
3) סוגיא של די צווילינג די צווילינג זענען פון א פיינע שטוב מוט נאך אסאך געשוויסטער, (אויב איך מאך נישט קיין טעות זענען זיי די יונגסטע) אונטערעסאנט, די מאמע האט נאר עביאזט די צוויי מיידלך, די מאמע האט אבער יא פארשטאנען אז זיי קענען ניצן העלף (התנהגות וכדו') די מאמע האט זיך געלאזט קאסטן... פאר איעדע דולר, נאך א פאטש אין פנים...
ביז זיי קענען אפילוי נישט וואוינען דארט, נאר ביי די טעראפיסט אליינס, (לעניות דעתי א געפערליכע סימן פון קא-אינדעפענדענס... די געווער אקעגן אויפבויען א מענטש) למעשה עפ"י פקודת ר' מאטל פון סטוטשיין (שטערן איש א שטארקער אנהענגער דארט, די מיסעס פון אונזערע שמועס האלט אויך מוט כמה פעמים די באטעס) האט ער שטארק געפאדערט אז די מיידלעך זאלן ארויסגיין פון זייער הויז, וכך הוה, זיי האבן זיך געצויגן קיין פלעטבוש, אליינס און א בעיסמענט.........................
מה עשה הקב"ה, האריקעין סענדי האט חרוב געמאכט דעים בעיסמענט, צוויי מיידלעך אליינס און פלעטבוש, וואס טוט מען ווייטער? הקב"ה - רחמיו על כל מעשיו האט זיי צוגעשטעלט א איד פון פלעטבוש, א גאר טייערע איד, האט זיי אריינגענומן, זיך אפגעגעבן מוט א וואונדערבארע איבערגעגעבנקייט.
די איבריגע מעשה האט מען שוין מיטגעהאלטן, אויך האט מען דעים איד אויך געשפיגן און פנים... כהיום ווייס איך נישט פארוואס נאך אזוי פול טעראפי, און אויך ממש געוואוינט ביי די טעראפיסט, וואס האט עס אויפגעטון אויף די מיידלעך, ווי האלטן זיי אויפן וועלט... ואכמ"ל.
4) סוגיא של הקול קורא - ורבנים קודם דארף מען פארשטיין אז א גרויסע חלק פון די 14 חותמים זענען באופן כללי אקעגן די מושג פון טעראפיסט (ראה לעיל סעיף 2'). בפרט קענט איר דאס זען צום סוף פון די לאנגע צעטל עיי"ש,
בנוגע די 14 חותמים וואס זענען נישט די טיפוקעל חותמים, עס איז זיכער אז דא איז געווען א גוט בעארבעטע קאמפיין, אבער ווער זאגט אז עס איז א נישט אויסגעהאלטענע קאמפיין, הלואי זאל מען זיך אויפוועקן און פטור ווערן איינמאל פאר אלעמאל פון די שודדים, מתכבדים בקלון חבירו... אוןן געלט זויגערס פארן נישט אויפטוהן נאר קליא מאכן.
און אויך איז פשוט אז טאמער וויל מען אז א עמך רב זאל חתמענען, מוזן קודם די רבנים וואס זענען געווען קרובים אדער סתם פארמישט און די פרשה קודם חתמענען, (ווער עס פארשטייט דאס נישט זאל קיין רב אדער עסקן נישט ווערן)
יעצט בייגט אייך בעסער צו צום צעטל און קוקט גוט ר' חיים לייב כ"ץ האט נישט געחתמעט אויף דעים לאנגע קול קורא ער האט געחתמעט אויף אייגענע ווערטער וואס שטייט דארט און קליין (עס וורט איינגעשלונגן צעווישן די גרויסע חתימות ארום) ד.ה. חוזק געמאכט פון איהם, אויף דעים האט ער געשריבן ביי זיך אין ביהמ"ד (ראה למעלה) וכן מוט די חתימה פון בנו של האדמו"ר מסקוליען שליט"א
ר' מאטל פון סטוטשין האט קיינמאל נישט געשריבן אקעגן דעים פרוי, ביטע קוקט גוט די צעטל ער האט נאר קלאר געמאכט אז זי רעדט זיך נישט אדורך מוט אים, וואס כידוע נעמט ער כבלל נישט אויף קיין פרויען, אויך אז ביי די יעצטיגע מעשה וועגן אפלאזן די שידוך האט ער גאר שטארק געקאכט אז היו לא תהי', אבער אויף טויבע אויערן.
ר' שרגא האגער איז א איד וואס די דור וואלט געמעגט האבן נאך אפאר אזעלכע, הגם איך האב שוין אויך מוטגעהאלטן איינמאל א מעשה כנ"ל, איז ער נישט איינער וואס נעמט איבער אעסקן, נאר א עצה עפ"י דעת תורה...
פיין, איך מוז שוין לויפן! אויב עס איז איינעם עפעס נישט קלאר קען מען מיר פרעגן און איך וועל זעהן לפי די צייט - צו ענטפערן.
איך וואלט געזאגט פינקט פארקערט ער האט מעהר הנאה פונעם דור ווי אונז האבן פון אים , ער מיט זיינע קינדער לעבן אויף קהל'ס חשבון אין ער טוט נישט גארנישט פאר קיינעם בחינם ! אלעס האט א פרייז !!!
אדרבה זאג איין זאך מיט וואס ער האט פארבעסערט אדער גרינגער געמאכט דעם ציבור די לעצטע פאר יאר?, זיך געזארגט פאר די הונדרעטער בחורים וואס דרייען זיך אויפן די גַאסן אן א ישיבה ??? זיך געזארגט פארן ציבור אז ס'איז נישטא קיין דירות ??? אז א דורשניטליכע יונגערמאן קען נישט ענדיגן זיין חודש ??? צי פארבעסערן אונזער עדיוקעישאן סיסטעם (סיי ברחיונת אין סיי בגשמיות) ??? ער זיצט ביי די מיטינגען פון די רבנים אין רעד פון הַאט קאָפּס אין סטראבּעריס ? c'mon וועק דיך אויף!!!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
געגאנגן האט געשריבן: ביז זיי קענען אפילוי נישט וואוינען דארט, נאר ביי די טעראפיסט אליינס. למעשה עפ"י פקודת ר' מאטל פון סטוטשין, האט ער שטארק געפאדערט אז די מיידלעך זאלן ארויסגיין פון זייער הויז, וכך הוה,
פונקליך פון ווי האט ר' מאטל געוואלט זיי זאלן ארויסגיין? פון זייער הויז אדער פון די טערעפיסט'ס?
זיי האבן זיך געצויגן קיין פלעטבוש, אליינס און א בעיסמענט.........................
מה עשה הקב"ה, האריקעין סענדי האט חרוב געמאכט דעים בעיסמענט, צוויי מיידלעך אליינס און פלעטבוש, וואס טוט מען ווייטער? הקב"ה - רחמיו על כל מעשיו האט זיי צוגעשטעלט א איד פון פלעטבוש, א גאר טייערע איד, האט זיי אריינגענומן, זיך אפגעגעבן מוט א וואונדערבארע איבערגעגעבנקייט.
די איבריגע מעשה האט מען שוין מיטגעהאלטן, אויך האט מען דעים איד אויך געשפיגן און פנים... כהיום ווייס איך נישט פארוואס נאך אזוי פול טעראפי, און אויך ממש געוואוינט ביי די טעראפיסט, וואס האט עס אויפגעטון אויף די מיידלעך, ווי האלטן זיי אויפן וועלט... ואכמ"ל.
וואס איז די איבריגע מעשה? און ווער האט דעם איד געעשפיגן אין פנים?
2. די איבריגע מעשה איז אז זי איז א כלה געווארן עס איז געווען לחץ אויף זיי אז מ'זאל שלום מאכן מוט די עלטערן האט די טעראפיסט געפאדערט אז די חתן זאל זיין אינטער איר ... האט מען אפגעלאזט די שידוך...
שבת אחים האט געשריבן:איך וואלט געזאגט פינקט פארקערט ער האט מעהר הנאה פונעם דור ווי אונז האבן פון אים , ער מיט זיינע קינדער לעבן אויף קהל'ס חשבון אין ער טוט נישט גארנישט פאר קיינעם בחינם ! אלעס האט א פרייז !!!
אדרבה זאג איין זאך מיט וואס ער האט פארבעסערט אדער גרינגער געמאכט דעם ציבור די לעצטע פאר יאר?, זיך געזארגט פאר די הונדרעטער בחורים וואס דרייען זיך אויפן די גַאסן אן א ישיבה ??? זיך געזארגט פארן ציבור אז ס'איז נישטא קיין דירות ??? אז א דורשניטליכע יונגערמאן קען נישט ענדיגן זיין חודש ??? צי פארבעסערן אונזער עדיוקעישאן סיסטעם (סיי ברחיונת אין סיי בגשמיות) ??? ער זיצט ביי די מיטינגען פון די רבנים אין רעד פון הַאט קאָפּס אין סטראבּעריס ? c'mon וועק דיך אויף!!!
דאס איז בכלליות א גרויסע פראבלעם די המון עם און די דור האבן פארלוירן די רילעישאן-שיפ, מען פאנגט זיל נישט אן צו פארשטיין
דער עולם איז אנגעווייטאגט אויף פראבלעמן וואס די שוואכע דור פארמאגט, מען ערווארט פון די רבנים זאלן אויפטוהן זאכן וואס איז כמעט נישט מעגליך אבער פארט מען דארף זייער הילף, מען גייט צו זיי, מען שטופט זיי אריין און א מצב פון עסקנות, וואס זיי זענען נישט געמאכט פאר דעים, און אפילו טאמער יא, איז עפ"י רוב נישט דא וואס צו טוהן.
איך בין צומישט, דו שרייבסט אז ר'מאטל האט געהייסען די מיידליך ארויס מופען, אבער ער אליין שרייבט אין זיין ברעיף (מיט זיין רעבעישע letterhead...) וזה לשונו " שאין פעולותיה תחת הסכמתי כלל ולא הייתי מעורב בפעולותיה " ???
מקוה איד האט געשריבן:איך בין צומישט, דו שרייבסט אז ר'מאטל האט געהייסען די מיידליך ארויס מופען, אבער ער אליין שרייבט אין זיין ברעיף (מיט זיין רעבעישע letterhead...) וזה לשונו " שאין פעולותיה תחת הסכמתי כלל ולא הייתי מעורב בפעולותיה " ???
געגאנגען קענסט אפשר זאגן הקיצור קלאר און דייטליך וואס דו ווילסט, וועמען דו פארטיידיגסט וועמען דו באשולדיגסט, איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דו ווילסט. אגב, שלמה עזרא איז דער גרעסטע וויקטים פון זיין ווייב, ער האט נישט קיין שום אייגענע מיינונג ער בלעבלט איר סתם נאך, סאיז שיינדי מדברת מתוך גרונו אויב דער יוקל איז דיין סורס אוו אינפא ביסטו נישט קראנט. קיינעם אינטרעסירט נישט וואס ער זאגט נישט אין בית חי', אין קלויזנבורג און אין תולדות יהודה.
איך האב נישט געזאגט אז ער איז מיין סורס אויב האט איר געזען וואס איך שרייב וואלט איר נישט אזוי געזען. (איך האב געשריבן אז איך קען אים מיינט נישט אז ער איז מיין סורס, דאס האט מיר נאר געצויגן אויפמערקזאמקייט זיך אריינצולייגן דערון)
אויך מיין איך האט איר ניזט געהאט געדולט צו ליינען די אריכות, און ביטע אנטשולדיגט מיר פארן שרייבן באריכות איך האב געשריבן פאקטן אן א צד (איך בין שטארק נוטה קעגען כוכב-שטערן)
איך ווייס פאר א פאקט אז ער האט איר יא געשטוצט ביי די מעשה אין ער האט קיינער אריין געלאסט צו איהם אדורך שמוסען די מצב. שפעטער האט ער געזעהן די רעדעל דרייט זיך אין מ'הייבט אהן פירען א מערכה קעגען איהר פראבירט ער זיך אפציווישען פון די גאנצע מעשה.