זענען די אדמורים די ריכטיגע מנהיגי ישראל?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

שכל הישר האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".

וואס מיינט דער דברי חיים צו זאגן, אז ער איז אויך? אדער ער איז נישט

פרעג נישט דיין קשיא משתמע לתרי אנפין, דעק דיך אויף און מאך קלאהר דיין פראגע

אויב דו שטעלסט אוועק א מאמר, דארפסטו עס דעקן. אז דו זאגסט אז מ'פארשטייט נישט וואס דער צאנזער רב האט געמיינט. ממילא. אבער אז דו ווילסט דא אראפרייסן, רייסטו אראפ דעם בעל המאמר, ווייל אויב איז יעדער איז ער אויך.
[ווי מ'פלעגט זאגן אין חדר בדרך קטנות, ווער ס'זאגט אויף יענעם ער איז אליינס.. חח]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך זעה מ'האלט שוין ביי אריבער 160 הודעות. איך האב שנעל דורכגעבליקט די זיבן בלעטער און וויל אצינד אריינווארפן מיינע צוויי צענט.

דער סאטמאר רב איז לכולי עלמא געווען עט ליעסט א גרויסע תלמוד חכם. לויט ווי טייל האלטן איז ער געווען א גאון אויכעט, אבער דאס איז שוין עפעס וואס מ'דארף גלייבן, ווייל אין זיינע ספרים זעהט מען נישט קיין גאונות. ווען ער האט געשריבן די לענגערע תשובות ווי אתרוגי שביעית, הזרעה מלאכתיות, ויואל משה וכדומה, האט עס געקענט נעמען וואכן און חדשים ביז ער האט עס געענדיגט. עס איז באקאנט אז ער פלעגט איבערשמועסן מיט תלמידי חכמים וואס האבן ציגעשטעלט מראי מקומות און מ'האט עס מגיה געווען כפי הצורך פאר ער האט ארויסגעגעבן די תשובות. איך מיין נישט ח"ו צו פארמינערן זיין גדלות בתורה, אבער דאס איז געווען די מציאות כפי ששמעתי.

מ'זעט אז ער האט נישט געהאט א גוטע פעדער שרייבענדיג אין לשה"ק. דאס איז בלי ספק געווען איינע פון די סיבות פארוואס ס'האט געדארט אזוי לאנג צו שרייבן א תשובה.

איך זעה אבער נישט פארוואס ליטוואק וויל אראפקלאפן זיין גדלות בתורה. בכלל דארף מען וויסן אז בלי ספק איז זיין ידיעות בתורה שוואכער געווארן נאכ'ן מלחמה ווען ער האט דורכגעמאכט די שווערע צייטן און דערנאך ווען ער איז געווען טרוד בעניני הכלל כמעט אגאנצן טאג. ס'איז זייער נאריש צו זאגן אז ער האט זיך נישט אוועקגעגעבן פאר א צווייטן. ער וואלט זיכער הנאה געהאט צו זיצן אין ביהמ"ד אפאר שעה א טאג און לערנען. איך האב געהערט פון א תלמיד זיינער וואס האט אראפגעלייגט מיט וואספארא שמחה ער פלעגט געבן די שיעורים אין ישיבה, און פונדעסטוועגן האט ער אוועקגעגעבן פון זיין צייט לטובת הציבור.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
עי' אגרות משה אורח חיים חלק א סימן קפו וז"ל ולכן אין לחוש למה שאסרם גאון אחד ליקחם ולצאת בהם, ומה שהפריז אותו גאון עוד לומר שהמוכר וקונה אותם הוא ככופר במעשה בראשית ואם בפרהסיא הוא כמחלל שבת בפרהסיא שהוא כמומר וחשוד על כל התורה הוא טעות בדבר משנה בכורות דף ל' החשוד על השביעית א"ח על המעשרות, וגם בשבת גופה הוא רק בחשוד על ל"ת ולא על עשה ואיסור סחורה הוא רק עשה, ובגיטין דף נ"ד איתא נחשדו ישראל על השביעית, אף לעבוד, ומ"מ ודאי לא היו חשודין על כל התורה. משה פיינשטיין. ע"כ און נאך אזעלכע משלים וד"ל.


מנהגי הוא זיך נישט אריינצומישען אין אזא שמועס, אבער ס'מיר א ווינדער ווי קיינער שרייבט נישט די מציאת הדברים, איז במקום שאין איש וועט מען עסען געפילטע פיש, סאטמארע רב האט געשריבען די קונטרת שלש תשובות וועגן אתרוגי שמיטה, מ'טרעפט דארט נישט אזא זאך ווי, שהמוכר וקונה אותם הוא ככופר במעשה בראשית ואם בפרהסיא הוא כמחלל שבת בפרהסיא שהוא כמומר וחשוד על כל התורה נאר וואס, אין סאטמאר בהימ''ד האט געהאנגען א צעטעל א לשון הרמב''ן שכל הכופר בשביעית אינו מודה במעשה בראשית, מפריז געווען האט די וואס האט אים נישט גוט איבער געגעבן.

נ''ב "ליטוואק פון בודאפעסט" ווייסט פון דעם און דאך פאר די לעצטע 60 יאר גייט אזוי די סלאגען ע"כ און נאך אזעלכע משלים וד"ל. (ניין כ'בין נישט אזוי אלט אבער מיין טאטע האט דאס שוין געהערט אלץ יונגעל...)
בייגעלייגטע פיילס
save.jpg
save.jpg (218.71 KiB) געזען געווארן 1618 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום outspoken, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער בעל דברי יואל איז געווען א פיינער טיכטיגער עסקן און א בעל כשרון. ווען ער וואלט נאר זיך אריינגעלייגט אין לערנען און פערזענליכע עבודה און לערנען איידער ער האט געמוזט מאכען שבת פאר זיך אין זיין יונגע יארען וואלט כלל ישראל אסאך בעסער און שענער געהאט פון איהם.

זעהט אויס אז דו האקסט שוין ווייטער אין קאפ בעפאר האסט מברר געווען די פשוט'ע פאקטן.
נישט געווען נאך איינער ווי אים כמעט בדורו וואס האט זיך אזוי אוועקגעגעבן פאר תורה פון די גאר פריע יוגנט יארן, געהארעוועט דערין טאג און נאכט. איך בין נישט זיכער אז סיי וועלכער פון דיינע רבי'ס/ראשי ישיבה האבן געלערנט מער פון אים אין די יונגערע יארן.
וירח ה' את ריח הניחוח
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

אויף די אגרות משה בנוגע הזרעה מלאכתיות האבען 'אנדערע' נישט די סאטמאר רבי געשריבען,


וברור אצלי דכל מי שמתיר זה, אומר אני עליו, שאין שם לא חכמה ולא גאונות, אלא חסרון דעת תורה בעלמא, והוא הגורם שעל ידי זה יהיה הדור פרוץ בזנות, כבימי דור המבול ר"ל

נאך א נוסח איבער די היתר הנ''ל
והנה לא אמנע טוב מבעליו, מכבוד ידיד הגאון מהר"מ שליט"א, לאמר בכל גלוי לב, שעל הוראותיו לאיסורא בודאי יש לסמוך עליהן, כי מכיון שאסר הרי ברור שאין עוד מקום בזה להתיר, אבל לתשובותיו להיתרא, יש להתייחס אליהן בכל הזהירות, כי כחא דהיתר של הגאון הזה שליט"א, עולה פי כמה על כל המקילים שהיו בישראל.

מען ברויך זיין א טיפוש מרחם, וגס רוח מיום הוולדו, בכלל מדמה צו זיין די צוויי גדולי ישראל.

שפעטער נאך אסאך דרוק האט דער אגרות משה געשריבען א הבהרה

בדבר זריקת הזרע שכתבו בשמי שהתרתי מצאתי לנכון להודיע שאני לא התרתי אלא בשעת הדחק גדול… וחלילה לשום רב להורות היתר בנידון זה מתוך ספרי…
אכן מכיון שיש לחוש עדיין שיקילו בזה להורות אלה שאינם ראויים לדון בענין חמור כזה... צריך לגדור גדר שלא יתירו זה בשום אופן אף רב היותר מובהק.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

הוגה העט יעצט האבן א שווערע ארבעט זיך אפצושאקלען פון צובאדאפראסקעטער ליטוואק, דערנאך וואס אפילו דער מלך האויבער חכמים לעיקוואד האט אים דן געווען אלס איינער וואס איז פאני...
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

חרבונה האט געשריבן:
וברור אצלי דכל מי שמתיר זה, אומר אני עליו, שאין שם לא חכמה ולא גאונות, אלא חסרון דעת תורה בעלמא, והוא הגורם שעל ידי זה יהיה הדור פרוץ בזנות, כבימי דור המבול ר"ל

הרב יודא ארי' עזרין מברוקלין שרייבט דאס, מי הוא זה ?

נאך א נוסח איבער די היתר הנ''ל
והנה לא אמנע טוב מבעליו, מכבוד ידיד הגאון מהר"מ שליט"א, לאמר בכל גלוי לב, שעל הוראותיו לאיסורא בודאי יש לסמוך עליהן, כי מכיון שאסר הרי ברור שאין עוד מקום בזה להתיר, אבל לתשובותיו להיתרא, יש להתייחס אליהן בכל הזהירות, כי כחא דהיתר של הגאון הזה שליט"א, עולה פי כמה על כל המקילים שהיו בישראל.

הרב אמסעל, עורך "המאור" שרייבט דאס


פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

חרבונה טייערער,

ווער זענען די "אנדערע" וואס די ברענגסט זייער געשרייבאכץ? סך הכל איז דאס געווען געדרוקט אין קובץ המאור אנאנאמיס, קען זיין עפעס א כולל יונגערמען.

די שרייבסט אז מ'דארף זיין א "טיפוש מרחם" מדמה צו זיין ר' משה צום סאטמאר רב. חוץ וואס דאס איז א ביליגע קונדערישע שפראך, איז עס אויך נעריש. ס'קוקט אויס די האסט נישט קיין השגה ווער ר' משה איז געווען און בסך הכל קענסטי אים פון וואס די האסט געהערט אלץ בחור. איך ווייס אויך נישט אינגאנצן ווער ער איז געווען אבער וויפול איך האב געהערט ווייס איך אז ער איז געווען א געוואלדיגער יר"ש ענוותן ושפל ברך וואס האט געזיכט מזכה צו זיין אידן און זיי אפ האלטן פון עבירות ווי ווייט מעגליך. דאס פארשטייט זיך איז חוץ פון זיין גאונות און התמדת התורה.
פארדריי די דיר דיין קאפ
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

outspoken האט געשריבן:
חרבונה האט געשריבן:
וברור אצלי דכל מי שמתיר זה, אומר אני עליו, שאין שם לא חכמה ולא גאונות, אלא חסרון דעת תורה בעלמא, והוא הגורם שעל ידי זה יהיה הדור פרוץ בזנות, כבימי דור המבול ר"ל

הרב יודא ארי' עזרין מברוקלין שרייבט דאס, מי הוא זה ?

נאך א נוסח איבער די היתר הנ''ל
והנה לא אמנע טוב מבעליו, מכבוד ידיד הגאון מהר"מ שליט"א, לאמר בכל גלוי לב, שעל הוראותיו לאיסורא בודאי יש לסמוך עליהן, כי מכיון שאסר הרי ברור שאין עוד מקום בזה להתיר, אבל לתשובותיו להיתרא, יש להתייחס אליהן בכל הזהירות, כי כחא דהיתר של הגאון הזה שליט"א, עולה פי כמה על כל המקילים שהיו בישראל.

הרב אמסעל, עורך "המאור" שרייבט דאס




איך זאג נאר געב א 'קוק' די שפראך וואס מען האט געניצט איבער די היתר און וויאזוי דער בעל אג''מ האט געברויכט שרייבען די הבהרה, עס צייגט אז ער איז געווען אן אנדער סארט גדול בכלל אבער ווי קומט עס צו די סאטמארע רבי.



דריידל האט געשריבן:איך ווייס אויך נישט אינגאנצן ווער ער איז געווען אבער וויפול איך האב געהערט ווייס איך אז ער איז געווען א געוואלדיגער יר"ש ענוותן ושפל ברך וואס האט געזיכט מזכה צו זיין אידן און זיי אפ האלטן פון עבירות ווי ווייט מעגליך. דאס פארשטייט זיך איז חוץ פון זיין גאונות און התמדת התורה.

מען איז חלילה נישט מהרהר דא אויף זיין גדלות בתורה צו קדושה וצדקות, און זיין זיך זארגען למען הכלל מען רעדט נאר איבער די קעפל וואס ליינט זיך ''מנהיגי ישראל'' און אויף דעם האב איך געשריבען די הגדרה אויף די וואס שטעלן אים צו צום סאטמאר רבי, עס איז אינגאנצען נישט דאס.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

אודאי איז ער געווען אן אנדערע סארט, ער איז דאך אויפגעוואקסן מיט גאנץ אן אנדערע מסורה. אבער וואס מאכט אים וויי יערליכע מנהיג ווי סאטמאר רב?

מ'דארף פארשטיין אז ר' משה האט זיך געפארעט מיט גאנץ אן אנדערע סארט אידישקייט ווי סאטמאר רב. די וועסט זיכער מודה זיין אז סאטמאר רב'ס סטייל הנהגה וואלט נישט געארבעט פאר 95% אידן
פארדריי די דיר דיין קאפ
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

די ארטאדאקסי און שטארק רעכטע שטרעמונגען ביים כלל ישראל האבען אלס געהאט צו הערן אזעלכע נימוקים אז שטרענג אידישקייט איז נאר פאר א קליין פראצענט פון אידען.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Most of you are making him big, only to discredit his opponents. What do you have from him being great. Nothing
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז אן אלטע זאך ביי פארטיי מענטשען, אבער נישט ממש ווי דו זאגסט. פארוואס האלט א חבדס׳קער אז ׳זיין׳ רבי איז משיח. אזוי קען ער זיך בארימען אויף א צווייטען. ס׳פאסט איהם נישט צו זאגען אז ׳איך׳ בין גרעסער/שטערקער/קלוגער ווי דיר, זאגט ער אז ׳מיין׳ רבי קען בעסער.
דער וואס זיין רבי איז מאיר אמסעל וועט אפשר באלד אזוי רעדען אויך. ער האט אזוי פיל מוסר נפש געווען פאר תורה, געדריקט קובצים חודש׳ליך פול מיט אלף-בית אותיות און אדווערטייזמענט׳ס פאר כשר׳ע פיש און סאלאמי. ער האט זיך געשלאגען מיט פייער קעגען דער ליטוואק פונ׳ם איסט סייד וואס האט זיך געווארגט צו פסקנ׳ען א הלכה פון די תורה ארויס און איהם נישט געפרעגט. ער האט אוועק געשטעלט אן אמפיריה פון שמות פראדוקציע וואס ביז צום היינטיגע טאג פאקט עס אן יעדע שטיבל, ביהמ׳׳ד און מקוה מיט געדרוקטע פאפירען וואס מ׳באגראבט (!) מיט׳ן שמות. ער האט מוחה געווען אויף יעדער פרצה און געשטעלט דעם דור על רגליו.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אגב, דער הבהרה איז א שקר גס, דער אגרות משה האט עס קיינמאל נישט געזאגט, והדברים עצמם יוכיחו. ׳שכתבו בשמי שהתרתי׳ ניין, ער האט אליינס געדרוקט אין זיין ספר דברות משה אויף כתובות און דערנאך צוגעלייגט אין אגרות משה אפאר תשובות. דאס איז די שקר פון די עמי הארץ אשר עיניהם צרה בתלמידי חכמים לומדי תורה און ווילען קענען פסקנ׳ען אן צו קענען תורה. האבען זיי פאבריצירט א מין רעליגיע המכונה ׳אידישקייט׳ צו קלאפען די וואס קענען מער פאר זיי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

יעצט האב איך געפינען די רייד פון די סאטמארע רבי וואס האט לכ' דיר געברענגט דיין ילדות.

ותמה אני היאך יעלה על הדעת להקל באיסורים נוראיים כאלו של אשת איש וממזרות בפיטומי מילים כאלה שאין בהם ממש כלל".

אבער איך זע אז דער גאון בעל חלקת יעקב האט אויך היבש שארף געשריבען איבערדעם.

כמובן שמצד דתנו האיסור ברור ומבורר שלא לעשות דברים כעורים ומעוכרים כאלו הדומים למעשי ארץ כנען ותועבותיהם
מיט א ריכטיגע בּליק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 27, 2014 1:09 pm
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מיט א ריכטיגע בּליק »

איך האב שוין לאנג נישט גיהערט אזא גיטע אנאליז אויף סאטמארע רב ז''ל. ער ברענגט ארויס דעם רבין תורה עבודה גמ''ח מיט א אנדערע בליק. למשל דעס אז רבי משה פיינשטיין ז''ל האט אנגעשיקט פרעגן ביים רבין שװערע קשיות אין באַקימען אנטװארט כהרף עין. הער פֿין מינוט 24. װי אזוי אױך דער רבי האט אנגעצייכענט אויף א מאמ''ר חז''ל װאס אן אחרון ברענגט אראף אין דער רבי האט געזאגט פאר ראדזינע רבי ר' ירוחם ליינער ז''ל אז דע חז"ל איז נישט דא. פלא והפלא דער רבי איז דער איינציגסטער װאס האט געזאגט אז דע חז"ל איז נישט דא אין מיט היינטיגע קאמפיאטער פראגראם טרעפֿט מען טאקע נישט דע חז''ל. אין אנפרעגענדיג רבי חיים קנייװסקי שליט''א װי דע חז''ל איז האט ער גענטפערט "איני זכור' הער פֿין מינוט 21. עס כדאי פאר װער עס װיל הערען דברים של טעם אין מקור ראשון װעט זיך באלעקען די פינגער נאדער די לינק
https://www.youtube.com/watch?v=1QFzm7yJ344
לזכה את הרבים ביטע װער עס קען דאנלאדען די גאנצע קליפּ פאר די װאס קענען נישט עפענען די לינק

נ.ב. ביטע געטץ הארות אויב איר הערט דאס באמת א גיטע ארבייט. דער מגיד איז רבי יעקב שפירא פין פֿייף טאנס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מערקווירדיג, דבר בעתו מה טוב, איך האב פונקט געלייענט דעם אויסגאבע "אוצר" פון די אנשי בני יואל דעם חודש, ווי זיי באשרייבן אביסל דעם גדלות בתורה פונעם סאטמאר רבי'ן זי"ע.

הגם איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון די עקסטרעמע בני יואל פראקציע וואס נוצן דעם רבי'ן אלס אן עבודה זרה, און געוויסע טיטל'ען זענען פילייכט שטארק איבערגעטריבן, ווי אים רופן "אורים ותומים" וכדומה, ממילא קען מען אראפנעמען געוויסע גוזמאות, אבער אפילו לו יהא אויב נאר האלב דערפון איז אמת איז אויך גענוג צו זעהן אביסל זיין גדלות.

די מעלה פון די ארטיקל איז אז עס איז נישט אבי געשריבן אונטער א באהאלטענעם פען נאמען, נאר עס איז א אינטערוויאו מיט א איד א משב"ק וואס האט זיך געדרייט ביים רבי'ן א לענגערע צייט, און די מעשיות האבן אויטענטישע נעמען פון גדולים (אויך פון ליטא!), מקומות, און דאטומען ווי די אלע ערציילונגען האבן פאסירט.

(אגב, דריידל, דא שטייט אן אנדערע נוסח פארוואס דער ויואל משה האט גענומען אזוי לאנג...)

כאטש איך גלייב שווער אז ליטוואק וועט מקבל זיין א ווארט פון דעם באשרייבונג, מען קען אים נישט פארדרייען דעם קאפ מיט פאקטן ווייל ער האט שוין אפגעמאכט וואס ער האלט, אבער אפשר פאר אנדערע וועט עס יא שיינען א שטיקל ליכט.

.
בייגעלייגטע פיילס
01.jpg
01.jpg (93.32 KiB) געזען געווארן 1512 מאל
02.jpg
02.jpg (83.31 KiB) געזען געווארן 1512 מאל
03.jpg
03.jpg (75.83 KiB) געזען געווארן 1512 מאל
04.jpg
04.jpg (85.15 KiB) געזען געווארן 1512 מאל
05.jpg
05.jpg (93.49 KiB) געזען געווארן 1512 מאל
06.jpg
06.jpg (209.55 KiB) געזען געווארן 1512 מאל
07.jpg
07.jpg (203.68 KiB) געזען געווארן 1512 מאל
08.jpg
08.jpg (212.15 KiB) געזען געווארן 1512 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

המשך

.
בייגעלייגטע פיילס
09.jpg
09.jpg (206.6 KiB) געזען געווארן 1509 מאל
10.jpg
10.jpg (206.89 KiB) געזען געווארן 1509 מאל
11.jpg
11.jpg (196.4 KiB) געזען געווארן 1509 מאל
12.jpg
12.jpg (158.3 KiB) געזען געווארן 1509 מאל
13.jpg
13.jpg (209.82 KiB) געזען געווארן 1509 מאל
14.jpg
14.jpg (205.52 KiB) געזען געווארן 1509 מאל
15.jpg
15.jpg (202.32 KiB) געזען געווארן 1509 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

דער סאטמאר רבי זצ"ל איז דאך אבער אוועק מיט 35 יאר צוריק! כמעט צוויי דורות! מ'רעדט דאך פון היינטיגע אדמו"רים, צו זיי זענען די ריכטיגע מנהיגי ישראל!
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ר' וואלף איז געווען פון די עייל בלא בר, זיין ווייב איז אויך געווען קעכערען, די גאנצע ווערטשאפט האבן זיי דארט געפירט, ער האט א גרויסע מעלה אז ער איז נישט מגזם.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

הירשל ציג האט געשריבן:דער סאטמאר רבי זצ"ל איז דאך אבער אוועק מיט 35 יאר צוריק! כמעט צוויי דורות! מ'רעדט דאך פון היינטיגע אדמו"רים, צו זיי זענען די ריכטיגע מנהיגי ישראל!

יא, א גרויס חלק סאטמאר'ע אידן לעבען מיט אים ווי ער איז דא.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

do you mean st mary
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שיץ קעצעלע

(DIFF איך רעד צו דיר)
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט