רויטע וואנצעס האט געשריבן:וואנצעס.. איי ס'בושות.
האמיר אמאל געהערט אזא מעשה פון דעם יארמע'ר רב: איז געווען אין די צייטן ווען די גוי'אישע רעגירונגען האבן אנגעהויבן געבן די אידן לעצטע נעמען, סאו די וואס האבן געהאט פראטעקציע אדער אפאר דאללער האבן געקענט באקומען שיינע נעמען, די וואס האבן נישט געהאט האבן געדארפט האבן מזל. אויב האבן זיי געהאט מזל האבן זיי באקומען א פארווע נאמען, נישט שיין נישט מיאוס, אבער אויב האט דעם גוי'אישן באאמטען אנגעכאפט דעם דשוק האט ער דעם אידן איינגעמיירעט מיט א מיאוס'ן נאמען.
ויהי היום קומט א איד, חאצקל, אין בית מדרש, "פון היינט אן הייס איך חאצקל לינדער". פרעגט אים זיין חבר בערל: וואסא מין נאמען איז דאס לינדער? זאגט ער, דער גוי האט מיך געוואלט טשעפען האט ער מיר א נאמען געגעבן בלינדער, אבער איך האב אים אונטערגעשמירט אפאר מטבעות האט ער מיר געלאזט אראפנעמען דעם ערשטן אות, איז געבליבן לינדער. פשיהא, אזא קלוגע עצה.
די אנדערע וואך האט בערל געהאט זיין אפוינטמענט ביים נעמען געבער. יענעם נאכט קומט ער צוריק אין בית מדרש פרעגט אים חאצקל, נווו? זאגט בערל, "איך האב גענוצט דיין עצה, פון היינט אן הייס איך וואנץ..."