דריידל האט געשריבן:די שאלה איז אויב סאטמאר האט אפגעשפארט בעדפארד היינט נאכט פאר'ן באגלייטן. טאמער יא, דעמאלטס זענען די טענות אויף פאפא זייער שוואך. סאטמאר טיט פונקט אזא עוולה אפשפארענדיג בעדפארד מוצאי יו"ט אין א צייט ווען משפחות גייען אהיים פון די עלטערן אדער קומען אהיים.
פאפא האט שוין פון לאנג מגלה דעת געווען אז זיי קענען באווייזן אלץ וואס סאטמאר קען. אויב וויל מען אפשטעלן פאפא, דארף מען ערשט אפשטעלן סאטמאר.
פון איין זייט טוט שוין דאס סאטמאר יעדע מוצאי יום טוב פאר צענדליגע יארן, דאס הייסט אז וויליאמסבורגע איינוואוינער זענען שוין באהאווענט און ווייסן פאראויס אז מוצאי יום טוב איז דא א באגלייטן - משא"כ די פאפא חופות, איז נישטא קיין עפפ וואס דערמאנט דעם אלגעמיינעם שטאט אז היינט דארף מען זיך ארויסלאזן פון די ארבעט א שעה פריער כדי צו קענען אהייימקומען באצייטענס.
מצד שני, פאפא טוט דאס פאר א גילטיגע סיבה, די חופה מוז דאך זיין אויפן גאס, און דער עולם וויל מיטהאלטן, מוז מען דאך שפארן א גאס. די שאלה איז נאר, פארוואס נישט פענן סטריט וכדומה (אדער אויף ווילסאן, פארענט פון תלמוד תורה). משא"כ די באגלייטן וואס ווערט אפגעראכטן מידי רגל ברגל פאר איין איינציגע סיבה "ווייל מ'טאר חלילה נישט משנה זיין" און וויבאלד ביים רעבין זכותו יגן עלינו איז אזוי געווען, דארף אזוי זיין ביז משיחס טאג. און צוליב דעם, אלע איינוואוינער פון ראדני, בעדפארד, ראסס, קענען נישט פארקן זייער קארס אויף יום טוב!!! און אויב יא פירט מען דאס אוועק. אלץ פארן באגלייטען א מענטש וואס שפאצירט דעם זעלבען גאס טאג טעגליך, דריי צו פיר מאל.. מיט איינס אדער צוויי גבאים....