אפהאנדלונג: א מענטש וואס איז "משוגע לאותו דבר"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16640
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18960 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19310 מאל

אפהאנדלונג: א מענטש וואס איז "משוגע לאותו דבר"

שליחה דורך שמעקעדיג »

[justify]כאטש איך חלום שוין לאנג פון שרייבן וועגן די נושא, האט מיר די "בלוט-פארגיסעכץ" אשכול געשטופט זיך צו מאכן צייט דערצו, בפרט די פאלגענדע תגובה ווי איך בין געווארן גע'טעג'ד:

אוי שמעקעדיג'ס איינציגסטער ''נארמאלע'' ארויני איז נעבעך יצא מדעתו, אויפגעוויזן אז נאך אלעמען איז נישט דא אזא זאך ווי א נארמאלער ארויני.


לכאורה, וואס איז טאקע פשט? מען טרעפט כסדר קלוגע מענטשן וואס פארשטייען פיין אן עסק, בכל מילי דעלמא זענען זיי געשמאקע פארשטענדליכע מענטשן, א נחת צו דיעלן מיט זיי, א שכל הישר, הומאר, און פלוצים ביי איין תחום ווערן זיי סטאק, און זיי זענען – ווי מ'רופט עס ביי אונז – "משוגע לאותו דבר". זיי קענען נישט זעהן אן אנדערע צד פון זייער שיטה, כאילו בלויז זיי ווייסן דעם ריכטיגן אמת, אלע קשיות דערקעגן וועט מען פארענטפערן בפלפולים של הבל צו מאכן שטימען די שוועריגקייט – לו יהא בדוחק – אבי מיין שיטה זאל בלייבן גערעכט און יענער נישט.

אז מען וועט אריינטראכטן, וועט מען זעהן אז קיין איינער איז נישט קיין אויסנאם פון דעם סארט אנשיקעניש. יעדער איינציגער מענטש אויף דער וועלט האט זיך זיינע מקומות ווי דארטן קענסטו נישט אריינרעדן, דאס זענען אנגעבליך זיינע טיפסטע יסודות און ער וועט זיך נישט לאזן צוברעכן, ער וועט בויען גג על גג אבי צו בלייבן גערעכט. אפילו צווישן די קלוגסטע מענטשן, וועט יעדער פון זיי האלטן אז ער איז גערעכט ביי געוויסע השקפה ענינים, און פאר כל הון דעלמא וועט ער נישט מודה זיין אפילו דו וועסט אים אויפווייזן פאקטן, ווי דער באקאנטער וויץ: "פארדריי מיר נישט דעם קאפ מיט קיין פאקטן, איך האב שוין באשלאסן וואס איך האלט". ער וועט בלויז זעהן די גוטע חלקים פון זיין שיטה, און זיך פארהוילן פון די נישט גוטע.

וואס איז די פסיכאלאגיע דערפון? וואס איז פשט, איז ער קלוג אדער נישט? איז יא דא נארמאלע ארוינים/זאלוינים אדער נישט? דעמאקראטן אדער רעפובליקאנער?

איך בין נישט קיין פסיכאלאג, אבער איך האב פרובירט צו טראכטן מיט מיין ארימען שכל א שטיקל ביאור דערויף.

אין אלגעמיין, רוב מענטשן וואס הערן א מעשה מיט 2 זייטן, וועלן נעמען א שטעלונג. איינער מער דירעקט, א צווייטער וועט זאגן "איך האב נישט עכט קיין מיינונג" כאטש טיף אין הארצן האט ער יא א שטיקל אפיניאן, אבער ווילאנג ער איז נישט "אין די זאך", ד.ה. עס איז אים נישט פערזענליך נוגע אויף קיין שום אופן, אויב זאלסטו אים איבערצייגן מיט ראיות והוכחות אויפן צד שכנגד, קען ער גרינג טוישן מיינונג אויף די אנדערע זייט אן א בלינק מיט די אויג. טאמער אבער איז ער פארמישט דערין, עס איז אים נוגע אויף סיי וועלכן אופן, דאן איז א אנדער מעשה, צוליב 2 סיבות (וועלכע זענען באמת איין שורש). ערשטנס איז פשוט א "נגיעה", א מענטש וואס האט א נגיעה ווערט בלינד צו הערן דעם צווייטן צד, ווי שטארק ער זאל וועלן, איז עס פשוט נישט מעגליך, חוץ אויב איז מען גאר שטארק אויסגעארבעט. ווען א ענין באלאנגט נישט פאר דיר, קענסטו זיך כאילו אויפהייבן און שוועבן העכער די 2 צדדים, צא מאיצטגנינות שלך, און צוקוקן אלס א דרויסענדיגער וואס דא גייט פאר, און אנע נגיעות פסק'ענען. (דאס איז לכאורה פשוט דער ענין פון א ב"ד, להבדיל א דזשאדזש, וויבאלד זיי זענען דרויסענדיגע מענטשן אן די מינדעסטע שייכות צו דעם קעיס. והוא הדין אז דעריבער טארן עדות נישט זיין קרובים וכו' נישט צו זיין א נוגע בדבר.)

נאך א סיבה איז פאראן, יעדער מענטש האלט זיך פאר א מבין, און האלט אז בלויז ער ווייסט דעם אמת לאמיתו. ווי איינער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, עס זענען פאראן מענטשן וואס האבן "געהיידזשעקט דעם אמת", דהיינו זיי האלטן קלאר אז נאר זיי ווייסן דעם ריכטיגן אמת, און נאר מיט זייערע ברילן קען מען דאס קלאר זעהן, די איבריגע וועלט נארט זיך פשוט, און ער, דער גרויסארטיגער קלוגער מענטש, קען באשליסן ווער איז אמת און ווער נישט... אבער אויב האט מען נישט קיין טאלעראנץ, קען מען נישט פארשטיין אז דער צווייטער האט אנדערע ברילן ווי דו, א אנדערע חינוך, אנדערע נאטורן, א אנדערע בעקגראונד, משפחה, חברים, סביבה, א.א.וו. און אלמלי דו וואלסט געבוירן געווארן אונטער יענעמ'ס אומשטענדן וואלסטו געהאלטן און געטראכט גענוי ווי יענעם, געהאלטן אז יענץ איז דער אמת, און וואלסט געלאכט פון דיין יעצטיגע שיטה...

בנוסף צו דעם, דארף יעדער מענטש וויכטיג שפירן ווי ער האט עפעס א חשיבות, ער באלאנגט ערגעץ, צו א רעליגיע, א סביבה, א קולט, א גרופע, א פארטיי, א חסידות, ער וויל נישט פילן איינזאם אליינס. אפילו ביי להבדיל די אומות העולם, וויל יעדער שפירן אז ער/זי באלאנגט ערגעצ-וואו, ער איז א חלק פון די זאך, ער דארף אנדערע און אנדערע דארפן אים. אבער כדי דער מענטש זאל זיך נישט ארומדרייען מיט גילטי פילינגס, דארף ער פילן ביי זיך אז דער פלאץ איז א גוט און ריכטיג מקום, כאטש ער ווייסט טיף אין הארצן דעם אמת אז דער פלאץ איז אייגענטליך נישט דאס בעסטע פון איבעראל, וועט ער אבער פארטיידיגן זיין פלאץ בכל מיני אמתלאות שונות נאר כדי צו פראוון זיין שכל – "נישט אנדערע"! – אז ער איז אויף דעם ריכטיגן מקום.

ווען עס פאסירט צומאל אז א מענטש וואס קומט צו די הכרה אז ער האט ביז היינט געלעבט אין א באבל, און ער גייט טוישן חסידות, רעליגיע, אדער סיי וועלכע זאך ער האט געהאלטן פאר ריכטיג, גייט אדורך א משונה'דיגע שטורעם אין זיין מח, ער ווערט ממש טראומעטייזט, ער פארלירט די טראסט אין מיליאנען מענטשן, ער פארלירט זאגאר די טראסט אין זיך אליינס! "איך חכם האב געהאלטן ביז היינט אז דא ליגט דער אמת, און דערווייל האב איך זיך גענארט די אלע יארן"??? פארשטייט זיך אז מען פארטיידיגט זיך, "עס איז נאר געווען ביז יעצט, ווייל איך האב נאך נישט געהאט די יעצטיגע שכל/פאקטן/ידיעות, אבער אצינד ווייס איך אז עס איז טאקע ריכטיג"... און עכ"ז וועט אים נעמען חדשים – און צומאל יארן – צו קענען פארדייען דעם פאקט אז ער האט זיך אלע יארן גענארט. (בדרך אפשר איז אויך דאס די סיבה וואס רשעים אפילו על פתחה של גיהנם אינם חוזרים בתשובה, ער קען זיך נאך נישט גלייבן אז מען צעווארפט דא זיין גאנצע לעבן, ער האט פשוט געלעבט אין א טעות אלע יארן.)


[center]* * * * *[/center]

לענינינו, אז א מענטש געהערט זיך אן (מאיזה סיבה שהוא) אויף א מקום, ער האט א רבי'ן, א חסידות, א חברותא, וויל ער פילן און וויסן ביי זיך אז דא ליגט דער אמת, און טאקע נאר דא! מעגליך אז דער אנדערער רבי איז אויך אפשר א וואוילער איד, אדער גאר א פושע ישראל א טעראריסט, נישט משנה, דער עיקר איז אז זיין רבי איז דאס בעסטע! און אז מען וועט ארומגיין ביי אלע חסידות'ער אויף דער וועלט, וועסטו הערן פון יעדן חסיד אז זיין רבי איז דאס שענסטע און בעסטע, א אמת'ער צדיק, דא ליגט דער ריכטיגער אמת'ער אידישקייט, דער ריכטיגער דרך. איי, וועסטו אים פרעגן, האלא, ביסטו דען ארומגעגאנגען בכל העולם כולו און פרובירט יעדן רבי'ן ביז דו האסט זיך איבערצייגט אז דא איז די בעסטע? אדער ענדערש אז דו ביסט פשוט דא געבוירן געווארן און דיין טאטע און מלמד האבן אין דיר אריינגעבאקן די אמונה צו דעם פלאץ...? אבער יענער וועט זיך אויסלאכן פון דיר, ער וועט האבן שטאקן מיט תירוצים, הוכחות מיט מעשיות, מופתים און ראיות, אז דער רבי דא איז די בעסטע און דא ווערט געפירט די שענסטע שבתים וימים טובים. אויב איז די חסידות גרויס וועט מען ברענגען א ראי' דערפון אז עס איז די בעסטע; אויב איז עס קליין וועט מען זאגן אז ווייניג פארשטייען דעם אמת; אלעס ווי אזוי עס קומט אויס גוט פאר זיך, מען קען יענעם ממש נישט טוישן מיינונג פאר קיין געלט אין די וועלט, והדברים ידועים.

איך האב אמאל געהערט א חסיד זאגן פאר א צווייטן, 'אויב וועסטו רעדן א ווארט אויפן רבי'ן האק איך דיר אן די ביינער!', פרעג איך אים, מאי האי, זייט ווען האקט מען ביינער פאר א צווייטן איד? הייבט ער אן מלא תירוצים, מען טאר דאך נישט רעדן אויף אן ערליכן איד, אמונת צדיקים, א.א.וו. פרעג איך אים, זאג מיר באמת, אז דו הערסט איינעם רעדן סתם לשה"ר אדער שקר גייסטו אויך האקן ביינער? דאס טאר מען דאך אויך נישט!! יענער איז געבליבן אן קיין מענה לשון. דער סיבה פארוואס ביים רבי'ן וועט ער האקן ביינער, ווייל דא האט ער א נגיעה, עס קען שאטן פאר זיין עסענץ, אויב דו צעווארפסט דעם רבי'ן צעווארפסטו מיך אליינס, ווייל דאס מיינט אז איך בין אויף א אומריכטיג פלאץ, איז ממילא ישתקע הדבר ולא יאמר, מען זאל נישט דערמאנען דעם רבינ'ס חטאים אדער חסרונות ח"ו. און טאמער שטויסט מען זיך יא אן מיט א שטארקע קשיא אויפן רבי'ן אדער חסידות, וועט מען מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, זוכן אלע סארט תירוצים פארוואס עס איז יא ריכטיג און איז נישט קיין קשיא.

דאס איז אויך די כוונה אין דעם באקאנטן פאלקס ווערטל: "ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ, מער ווי מיר איז פארפרומטער". נאר אזוי שפירט זיך דער מענטש באפרידיגט אז ער איז גייט אויפן ריכטיגן מהלך.

[מען זעהט במשך אלע דורות ווי די גויים האבן גע'הרג'עט אידן בכל מיני מיתות משונות ואכזריות, אונטער פארשידנארטיגע אויסריידן, בלויז צוליב שנאת ישראל. זיי האבן געהאט א געוואלדיגע קנאה צו אידן אז זיי זענען די 'טשאוסען פיפל'. די קנאה האט זיי ארויסגעבראכט פון די כלים. האבן אידן אמאל געטשעפעט גויים צוליב זייער רעליגיע? נישט ווי ווייט איך ווייס, און די סיבה איז ווייל מיר אידן זענען זיכער און שטאלץ מיט אונזער אמונה און שפירן זיך נישט באדראעט פון די איבריגע אמונות טפילות, אונז זוך מיר זיך נישט גרויסצוהאלטן און זיך אויפצוטון מיט אונזער אמונה, מען דארף נישט קיין מיסיאנערן, אדרבה, אויב וויל מען זיך מגייר זיין וועט מען גאר אפרעדן דעם גר, און טאמער א איד שמד'ט זיך ח"ו וועט מען אים ס"ה אויסשפייען ותו לא מידי; משא"כ ביי די אומות העולם איז פונקט פארקערט, זיי האבן גארבעדזש צו פארקויפן, און דעריבער פרובירן זיי אריינצוכאפן נאך א איד און נאך א איד, יעדע אידיש נפש איז פאר זיי א אוצר, מיסיאנערן באקומען גאר אסאך געלט פון די קאטוילישע קירכעס, און טאמער איז גראף פאטאצקי געווארן א איד האט מען נישט אראפגעשלינגען די שאנדע נאר אים פארברענט, וכן די אינקוויזיציע און אנדערע גזירות במשך דורות הגלות, ווי די גויים האבן געוואלט אך ורק איין זאך: די אידן זאלן אפלאזן זייער גלויבן. פארוואס? וואס גייט דעם פאלנעם גוי אן ווי אזוי דער איד פירט זיך? נאר הוא הדבר אשר דברנו, דער איד איז זיי געשטאנען אין וועג, לאמר, דו האסט א פאלשן גלויבן, אבער איך האב דעם ריכטיגן וועג, והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת, און דאס האט דעם גוי געקרענקט ביזן זיבעטן ריפ און דאס געוואלט מבטל זיין. הר סיני, שמשם ירדה שנאה לישראל, מאז היתה ישראל לגוי האט דער גוי געשפירט א אינערליך געפיל אז דער איד איז אויפן ריכטיגן דרך און ער נישט, און כסדר געזוכט עצות ווי אזוי אוועקצונעמען זיין גילטי געפיל].

השתא דאתית להכי, איז פארשטענדליך פארוואס יעדער מענטש וועט אין געוויסע פעלער זיין "משוגע לאותו דבר", כאטש ער פארשטייט גוט אלע אנדערע עניני העולם, ברוחניות ובגשמיות, א שטיקל גמרא אדער אפילו פני יהושע איז ביי אים א קינדער שפיל; צו ביזנעס איז ער אויך א געריבענער סוחר, אבער עסן אריזאנע ווייץ אדער שחיטה מהודרת איז ביי אים יהרג ואל יעבור, חמץ גמור וטריפה ממש, קענסט אים נישט אויפקלערן, ער איז סטאק! ער וועט נאר טרעפן חסרונות אויף יענע זייט, ער וועט זיי אלע מאכן פאר משוגעים און חלה דעקלעך, אבי ער בלייבט גערעכט... און אזוי אויך פארקערט, דער אנדערער חסיד וועט נישט עסן גע'גנב'עטע בראדוועי מצות אדער 82 פלייש ווייל די זאלץ וואס מען נוצט און די צומת הגידין טויג נישט... דאס איז בלויז א משל, מען קען עס אנכאפן אויף יעדן חסידות און אויף יעדע זאך וואס דער צד שכנגד פראקלאמירט. און כאטש איך פארלייד עס נישט, סיי ווייל עס פעלט דא אביסל טאלעראנץ, און בעיקר ווייל מען שטעקט עס אריין אין אידישקייט, פארשטיי איך עס 100%, איך קוק עס אן נארמאל, דער מענטשליכער נאטור פארלאנגט עס, און ליידער אסאך מאל איז עס גורם צו דעם אז מען מוז יענעם אוועקמאכן אפילו די גוטע חלקים, און פארענטפערן בפלפולי סרק אלע אייגענע חסרונות, נאר כדי אז איך זאל שפירן בעסער. אין די אייגענע צייטונגען וועט מען נאר ווייזן דעם כשר'ן חזיר פיסל, באשרייבן די הערליכע ימים טובים און שיעורים, באפוצן די גוטע מוסדות, כאילו דא איז דאס בעסטע און שענסטע אויפן כדור העולם...

דאס איז שוין אויסער דעם מציאות אז האדם נשפע מן הסביבה, אז איינער דרייעט זיך א גאנצן טאג אויף א פלאץ און הערט שבחו של מקומו און בגנותו של חבירו טאג-איין טאג-אויס איז דאך מן הנמנע אז די פראפעגאנדע ארבעט, געבעלס ימ"ש האט דאס פיין פארשטאנען, מען חזר'ט א זאך, אפילו שקר, טויזענט מאל, ביז עס גייט אריין יענעם אין די ביינער. אבער דאס איז א אנדערע נקודה און נישט פון דעם רעד איך.

(במאמר המוסגר, אין איינע פון מיינע ערשטע הודעות דא אין שטיבל האב איך רעקאמענדירט מען זאל נישט לאזן שמועסן איבער די סאטמארע פאליטיק, ווארום יעדער האט שוין ממילא באשלאסן וואס ער האלט און קיינער וועט קיינעם נישט טוישן און ס'איז א שאד יעדע ווארט דערוועגן, אבער חכם השטיבל [tag]יידל[/tag] האט מיך אפגעוואנדן און גע'טענה'ט אז איך בין נישט גערעכט, און מיר געשריבן ווי פאלגענד: איך וויל אביסל מחולק זיין אויף דיר. איך האב אין דעם נאכנישט גענומען קיין צד, טאקע דערפאר ווייל איך ווייס נישט די פאקטן. אבער די אמת איז אז ס'איז אוממעגליך צו וויסן די פאקטישע פאקטן ווען אלעס האט זיך אפגעשפילט פון אונטער די קוליסן. בשעתו האב איך נישט פארשטאנען, אבער היינט מיט דעם הנחה וואס מיר רעדן דא איז עס שוין גוט פארשטענדליך, וויבאלד ער איז גענצליך אינדרויסן פונעם בילד און האט נאך נישט קיין צד, קיין נגיעה, וויל ער אויסהערן ביידע צדדים און נעמען א שטעלונג לפי דעתו. און דאס איז טאקע מעגליך נאר פאר איינעם וואס האט נאך נישט קיין צד, אדער ער איז בכלל נישט קיין סאטמארער. איינמאל דו ביסט אינוואלווד אין די זאך, קענסטו מער נישט האבן אן אביעקטיווע דעה).

איך מיין עס איז גענוג קלאר, איך האב נאך טינט אין פעדער אבער כ'וועל נישט מאריך זיין מער, אויב דער עולם וועט פרעגן וועל איך פרובירן ענטפערן. ווי אויך בין איך גרייט צו הערן און מקבל זיין אויב איך בין זיך טועה מיט עפעס.[/justify]
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר