אפהאנדלונג: א מענטש וואס איז "משוגע לאותו דבר"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

אפהאנדלונג: א מענטש וואס איז "משוגע לאותו דבר"

שליחה דורך שמעקעדיג »

[justify]כאטש איך חלום שוין לאנג פון שרייבן וועגן די נושא, האט מיר די "בלוט-פארגיסעכץ" אשכול געשטופט זיך צו מאכן צייט דערצו, בפרט די פאלגענדע תגובה ווי איך בין געווארן גע'טעג'ד:

אוי שמעקעדיג'ס איינציגסטער ''נארמאלע'' ארויני איז נעבעך יצא מדעתו, אויפגעוויזן אז נאך אלעמען איז נישט דא אזא זאך ווי א נארמאלער ארויני.


לכאורה, וואס איז טאקע פשט? מען טרעפט כסדר קלוגע מענטשן וואס פארשטייען פיין אן עסק, בכל מילי דעלמא זענען זיי געשמאקע פארשטענדליכע מענטשן, א נחת צו דיעלן מיט זיי, א שכל הישר, הומאר, און פלוצים ביי איין תחום ווערן זיי סטאק, און זיי זענען – ווי מ'רופט עס ביי אונז – "משוגע לאותו דבר". זיי קענען נישט זעהן אן אנדערע צד פון זייער שיטה, כאילו בלויז זיי ווייסן דעם ריכטיגן אמת, אלע קשיות דערקעגן וועט מען פארענטפערן בפלפולים של הבל צו מאכן שטימען די שוועריגקייט – לו יהא בדוחק – אבי מיין שיטה זאל בלייבן גערעכט און יענער נישט.

אז מען וועט אריינטראכטן, וועט מען זעהן אז קיין איינער איז נישט קיין אויסנאם פון דעם סארט אנשיקעניש. יעדער איינציגער מענטש אויף דער וועלט האט זיך זיינע מקומות ווי דארטן קענסטו נישט אריינרעדן, דאס זענען אנגעבליך זיינע טיפסטע יסודות און ער וועט זיך נישט לאזן צוברעכן, ער וועט בויען גג על גג אבי צו בלייבן גערעכט. אפילו צווישן די קלוגסטע מענטשן, וועט יעדער פון זיי האלטן אז ער איז גערעכט ביי געוויסע השקפה ענינים, און פאר כל הון דעלמא וועט ער נישט מודה זיין אפילו דו וועסט אים אויפווייזן פאקטן, ווי דער באקאנטער וויץ: "פארדריי מיר נישט דעם קאפ מיט קיין פאקטן, איך האב שוין באשלאסן וואס איך האלט". ער וועט בלויז זעהן די גוטע חלקים פון זיין שיטה, און זיך פארהוילן פון די נישט גוטע.

וואס איז די פסיכאלאגיע דערפון? וואס איז פשט, איז ער קלוג אדער נישט? איז יא דא נארמאלע ארוינים/זאלוינים אדער נישט? דעמאקראטן אדער רעפובליקאנער?

איך בין נישט קיין פסיכאלאג, אבער איך האב פרובירט צו טראכטן מיט מיין ארימען שכל א שטיקל ביאור דערויף.

אין אלגעמיין, רוב מענטשן וואס הערן א מעשה מיט 2 זייטן, וועלן נעמען א שטעלונג. איינער מער דירעקט, א צווייטער וועט זאגן "איך האב נישט עכט קיין מיינונג" כאטש טיף אין הארצן האט ער יא א שטיקל אפיניאן, אבער ווילאנג ער איז נישט "אין די זאך", ד.ה. עס איז אים נישט פערזענליך נוגע אויף קיין שום אופן, אויב זאלסטו אים איבערצייגן מיט ראיות והוכחות אויפן צד שכנגד, קען ער גרינג טוישן מיינונג אויף די אנדערע זייט אן א בלינק מיט די אויג. טאמער אבער איז ער פארמישט דערין, עס איז אים נוגע אויף סיי וועלכן אופן, דאן איז א אנדער מעשה, צוליב 2 סיבות (וועלכע זענען באמת איין שורש). ערשטנס איז פשוט א "נגיעה", א מענטש וואס האט א נגיעה ווערט בלינד צו הערן דעם צווייטן צד, ווי שטארק ער זאל וועלן, איז עס פשוט נישט מעגליך, חוץ אויב איז מען גאר שטארק אויסגעארבעט. ווען א ענין באלאנגט נישט פאר דיר, קענסטו זיך כאילו אויפהייבן און שוועבן העכער די 2 צדדים, צא מאיצטגנינות שלך, און צוקוקן אלס א דרויסענדיגער וואס דא גייט פאר, און אנע נגיעות פסק'ענען. (דאס איז לכאורה פשוט דער ענין פון א ב"ד, להבדיל א דזשאדזש, וויבאלד זיי זענען דרויסענדיגע מענטשן אן די מינדעסטע שייכות צו דעם קעיס. והוא הדין אז דעריבער טארן עדות נישט זיין קרובים וכו' נישט צו זיין א נוגע בדבר.)

נאך א סיבה איז פאראן, יעדער מענטש האלט זיך פאר א מבין, און האלט אז בלויז ער ווייסט דעם אמת לאמיתו. ווי איינער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, עס זענען פאראן מענטשן וואס האבן "געהיידזשעקט דעם אמת", דהיינו זיי האלטן קלאר אז נאר זיי ווייסן דעם ריכטיגן אמת, און נאר מיט זייערע ברילן קען מען דאס קלאר זעהן, די איבריגע וועלט נארט זיך פשוט, און ער, דער גרויסארטיגער קלוגער מענטש, קען באשליסן ווער איז אמת און ווער נישט... אבער אויב האט מען נישט קיין טאלעראנץ, קען מען נישט פארשטיין אז דער צווייטער האט אנדערע ברילן ווי דו, א אנדערע חינוך, אנדערע נאטורן, א אנדערע בעקגראונד, משפחה, חברים, סביבה, א.א.וו. און אלמלי דו וואלסט געבוירן געווארן אונטער יענעמ'ס אומשטענדן וואלסטו געהאלטן און געטראכט גענוי ווי יענעם, געהאלטן אז יענץ איז דער אמת, און וואלסט געלאכט פון דיין יעצטיגע שיטה...

בנוסף צו דעם, דארף יעדער מענטש וויכטיג שפירן ווי ער האט עפעס א חשיבות, ער באלאנגט ערגעץ, צו א רעליגיע, א סביבה, א קולט, א גרופע, א פארטיי, א חסידות, ער וויל נישט פילן איינזאם אליינס. אפילו ביי להבדיל די אומות העולם, וויל יעדער שפירן אז ער/זי באלאנגט ערגעצ-וואו, ער איז א חלק פון די זאך, ער דארף אנדערע און אנדערע דארפן אים. אבער כדי דער מענטש זאל זיך נישט ארומדרייען מיט גילטי פילינגס, דארף ער פילן ביי זיך אז דער פלאץ איז א גוט און ריכטיג מקום, כאטש ער ווייסט טיף אין הארצן דעם אמת אז דער פלאץ איז אייגענטליך נישט דאס בעסטע פון איבעראל, וועט ער אבער פארטיידיגן זיין פלאץ בכל מיני אמתלאות שונות נאר כדי צו פראוון זיין שכל – "נישט אנדערע"! – אז ער איז אויף דעם ריכטיגן מקום.

ווען עס פאסירט צומאל אז א מענטש וואס קומט צו די הכרה אז ער האט ביז היינט געלעבט אין א באבל, און ער גייט טוישן חסידות, רעליגיע, אדער סיי וועלכע זאך ער האט געהאלטן פאר ריכטיג, גייט אדורך א משונה'דיגע שטורעם אין זיין מח, ער ווערט ממש טראומעטייזט, ער פארלירט די טראסט אין מיליאנען מענטשן, ער פארלירט זאגאר די טראסט אין זיך אליינס! "איך חכם האב געהאלטן ביז היינט אז דא ליגט דער אמת, און דערווייל האב איך זיך גענארט די אלע יארן"??? פארשטייט זיך אז מען פארטיידיגט זיך, "עס איז נאר געווען ביז יעצט, ווייל איך האב נאך נישט געהאט די יעצטיגע שכל/פאקטן/ידיעות, אבער אצינד ווייס איך אז עס איז טאקע ריכטיג"... און עכ"ז וועט אים נעמען חדשים – און צומאל יארן – צו קענען פארדייען דעם פאקט אז ער האט זיך אלע יארן גענארט. (בדרך אפשר איז אויך דאס די סיבה וואס רשעים אפילו על פתחה של גיהנם אינם חוזרים בתשובה, ער קען זיך נאך נישט גלייבן אז מען צעווארפט דא זיין גאנצע לעבן, ער האט פשוט געלעבט אין א טעות אלע יארן.)


[center]* * * * *[/center]

לענינינו, אז א מענטש געהערט זיך אן (מאיזה סיבה שהוא) אויף א מקום, ער האט א רבי'ן, א חסידות, א חברותא, וויל ער פילן און וויסן ביי זיך אז דא ליגט דער אמת, און טאקע נאר דא! מעגליך אז דער אנדערער רבי איז אויך אפשר א וואוילער איד, אדער גאר א פושע ישראל א טעראריסט, נישט משנה, דער עיקר איז אז זיין רבי איז דאס בעסטע! און אז מען וועט ארומגיין ביי אלע חסידות'ער אויף דער וועלט, וועסטו הערן פון יעדן חסיד אז זיין רבי איז דאס שענסטע און בעסטע, א אמת'ער צדיק, דא ליגט דער ריכטיגער אמת'ער אידישקייט, דער ריכטיגער דרך. איי, וועסטו אים פרעגן, האלא, ביסטו דען ארומגעגאנגען בכל העולם כולו און פרובירט יעדן רבי'ן ביז דו האסט זיך איבערצייגט אז דא איז די בעסטע? אדער ענדערש אז דו ביסט פשוט דא געבוירן געווארן און דיין טאטע און מלמד האבן אין דיר אריינגעבאקן די אמונה צו דעם פלאץ...? אבער יענער וועט זיך אויסלאכן פון דיר, ער וועט האבן שטאקן מיט תירוצים, הוכחות מיט מעשיות, מופתים און ראיות, אז דער רבי דא איז די בעסטע און דא ווערט געפירט די שענסטע שבתים וימים טובים. אויב איז די חסידות גרויס וועט מען ברענגען א ראי' דערפון אז עס איז די בעסטע; אויב איז עס קליין וועט מען זאגן אז ווייניג פארשטייען דעם אמת; אלעס ווי אזוי עס קומט אויס גוט פאר זיך, מען קען יענעם ממש נישט טוישן מיינונג פאר קיין געלט אין די וועלט, והדברים ידועים.

איך האב אמאל געהערט א חסיד זאגן פאר א צווייטן, 'אויב וועסטו רעדן א ווארט אויפן רבי'ן האק איך דיר אן די ביינער!', פרעג איך אים, מאי האי, זייט ווען האקט מען ביינער פאר א צווייטן איד? הייבט ער אן מלא תירוצים, מען טאר דאך נישט רעדן אויף אן ערליכן איד, אמונת צדיקים, א.א.וו. פרעג איך אים, זאג מיר באמת, אז דו הערסט איינעם רעדן סתם לשה"ר אדער שקר גייסטו אויך האקן ביינער? דאס טאר מען דאך אויך נישט!! יענער איז געבליבן אן קיין מענה לשון. דער סיבה פארוואס ביים רבי'ן וועט ער האקן ביינער, ווייל דא האט ער א נגיעה, עס קען שאטן פאר זיין עסענץ, אויב דו צעווארפסט דעם רבי'ן צעווארפסטו מיך אליינס, ווייל דאס מיינט אז איך בין אויף א אומריכטיג פלאץ, איז ממילא ישתקע הדבר ולא יאמר, מען זאל נישט דערמאנען דעם רבינ'ס חטאים אדער חסרונות ח"ו. און טאמער שטויסט מען זיך יא אן מיט א שטארקע קשיא אויפן רבי'ן אדער חסידות, וועט מען מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, זוכן אלע סארט תירוצים פארוואס עס איז יא ריכטיג און איז נישט קיין קשיא.

דאס איז אויך די כוונה אין דעם באקאנטן פאלקס ווערטל: "ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ, מער ווי מיר איז פארפרומטער". נאר אזוי שפירט זיך דער מענטש באפרידיגט אז ער איז גייט אויפן ריכטיגן מהלך.

[מען זעהט במשך אלע דורות ווי די גויים האבן גע'הרג'עט אידן בכל מיני מיתות משונות ואכזריות, אונטער פארשידנארטיגע אויסריידן, בלויז צוליב שנאת ישראל. זיי האבן געהאט א געוואלדיגע קנאה צו אידן אז זיי זענען די 'טשאוסען פיפל'. די קנאה האט זיי ארויסגעבראכט פון די כלים. האבן אידן אמאל געטשעפעט גויים צוליב זייער רעליגיע? נישט ווי ווייט איך ווייס, און די סיבה איז ווייל מיר אידן זענען זיכער און שטאלץ מיט אונזער אמונה און שפירן זיך נישט באדראעט פון די איבריגע אמונות טפילות, אונז זוך מיר זיך נישט גרויסצוהאלטן און זיך אויפצוטון מיט אונזער אמונה, מען דארף נישט קיין מיסיאנערן, אדרבה, אויב וויל מען זיך מגייר זיין וועט מען גאר אפרעדן דעם גר, און טאמער א איד שמד'ט זיך ח"ו וועט מען אים ס"ה אויסשפייען ותו לא מידי; משא"כ ביי די אומות העולם איז פונקט פארקערט, זיי האבן גארבעדזש צו פארקויפן, און דעריבער פרובירן זיי אריינצוכאפן נאך א איד און נאך א איד, יעדע אידיש נפש איז פאר זיי א אוצר, מיסיאנערן באקומען גאר אסאך געלט פון די קאטוילישע קירכעס, און טאמער איז גראף פאטאצקי געווארן א איד האט מען נישט אראפגעשלינגען די שאנדע נאר אים פארברענט, וכן די אינקוויזיציע און אנדערע גזירות במשך דורות הגלות, ווי די גויים האבן געוואלט אך ורק איין זאך: די אידן זאלן אפלאזן זייער גלויבן. פארוואס? וואס גייט דעם פאלנעם גוי אן ווי אזוי דער איד פירט זיך? נאר הוא הדבר אשר דברנו, דער איד איז זיי געשטאנען אין וועג, לאמר, דו האסט א פאלשן גלויבן, אבער איך האב דעם ריכטיגן וועג, והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת, און דאס האט דעם גוי געקרענקט ביזן זיבעטן ריפ און דאס געוואלט מבטל זיין. הר סיני, שמשם ירדה שנאה לישראל, מאז היתה ישראל לגוי האט דער גוי געשפירט א אינערליך געפיל אז דער איד איז אויפן ריכטיגן דרך און ער נישט, און כסדר געזוכט עצות ווי אזוי אוועקצונעמען זיין גילטי געפיל].

השתא דאתית להכי, איז פארשטענדליך פארוואס יעדער מענטש וועט אין געוויסע פעלער זיין "משוגע לאותו דבר", כאטש ער פארשטייט גוט אלע אנדערע עניני העולם, ברוחניות ובגשמיות, א שטיקל גמרא אדער אפילו פני יהושע איז ביי אים א קינדער שפיל; צו ביזנעס איז ער אויך א געריבענער סוחר, אבער עסן אריזאנע ווייץ אדער שחיטה מהודרת איז ביי אים יהרג ואל יעבור, חמץ גמור וטריפה ממש, קענסט אים נישט אויפקלערן, ער איז סטאק! ער וועט נאר טרעפן חסרונות אויף יענע זייט, ער וועט זיי אלע מאכן פאר משוגעים און חלה דעקלעך, אבי ער בלייבט גערעכט... און אזוי אויך פארקערט, דער אנדערער חסיד וועט נישט עסן גע'גנב'עטע בראדוועי מצות אדער 82 פלייש ווייל די זאלץ וואס מען נוצט און די צומת הגידין טויג נישט... דאס איז בלויז א משל, מען קען עס אנכאפן אויף יעדן חסידות און אויף יעדע זאך וואס דער צד שכנגד פראקלאמירט. און כאטש איך פארלייד עס נישט, סיי ווייל עס פעלט דא אביסל טאלעראנץ, און בעיקר ווייל מען שטעקט עס אריין אין אידישקייט, פארשטיי איך עס 100%, איך קוק עס אן נארמאל, דער מענטשליכער נאטור פארלאנגט עס, און ליידער אסאך מאל איז עס גורם צו דעם אז מען מוז יענעם אוועקמאכן אפילו די גוטע חלקים, און פארענטפערן בפלפולי סרק אלע אייגענע חסרונות, נאר כדי אז איך זאל שפירן בעסער. אין די אייגענע צייטונגען וועט מען נאר ווייזן דעם כשר'ן חזיר פיסל, באשרייבן די הערליכע ימים טובים און שיעורים, באפוצן די גוטע מוסדות, כאילו דא איז דאס בעסטע און שענסטע אויפן כדור העולם...

דאס איז שוין אויסער דעם מציאות אז האדם נשפע מן הסביבה, אז איינער דרייעט זיך א גאנצן טאג אויף א פלאץ און הערט שבחו של מקומו און בגנותו של חבירו טאג-איין טאג-אויס איז דאך מן הנמנע אז די פראפעגאנדע ארבעט, געבעלס ימ"ש האט דאס פיין פארשטאנען, מען חזר'ט א זאך, אפילו שקר, טויזענט מאל, ביז עס גייט אריין יענעם אין די ביינער. אבער דאס איז א אנדערע נקודה און נישט פון דעם רעד איך.

(במאמר המוסגר, אין איינע פון מיינע ערשטע הודעות דא אין שטיבל האב איך רעקאמענדירט מען זאל נישט לאזן שמועסן איבער די סאטמארע פאליטיק, ווארום יעדער האט שוין ממילא באשלאסן וואס ער האלט און קיינער וועט קיינעם נישט טוישן און ס'איז א שאד יעדע ווארט דערוועגן, אבער חכם השטיבל [tag]יידל[/tag] האט מיך אפגעוואנדן און גע'טענה'ט אז איך בין נישט גערעכט, און מיר געשריבן ווי פאלגענד: איך וויל אביסל מחולק זיין אויף דיר. איך האב אין דעם נאכנישט גענומען קיין צד, טאקע דערפאר ווייל איך ווייס נישט די פאקטן. אבער די אמת איז אז ס'איז אוממעגליך צו וויסן די פאקטישע פאקטן ווען אלעס האט זיך אפגעשפילט פון אונטער די קוליסן. בשעתו האב איך נישט פארשטאנען, אבער היינט מיט דעם הנחה וואס מיר רעדן דא איז עס שוין גוט פארשטענדליך, וויבאלד ער איז גענצליך אינדרויסן פונעם בילד און האט נאך נישט קיין צד, קיין נגיעה, וויל ער אויסהערן ביידע צדדים און נעמען א שטעלונג לפי דעתו. און דאס איז טאקע מעגליך נאר פאר איינעם וואס האט נאך נישט קיין צד, אדער ער איז בכלל נישט קיין סאטמארער. איינמאל דו ביסט אינוואלווד אין די זאך, קענסטו מער נישט האבן אן אביעקטיווע דעה).

איך מיין עס איז גענוג קלאר, איך האב נאך טינט אין פעדער אבער כ'וועל נישט מאריך זיין מער, אויב דער עולם וועט פרעגן וועל איך פרובירן ענטפערן. ווי אויך בין איך גרייט צו הערן און מקבל זיין אויב איך בין זיך טועה מיט עפעס.[/justify]
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

אויב איז ער נישט קיין חכם, טא וויאזוי קאן ער זיך בא׳נער׳ישן?!

די וועלט זאגט אז אן עם הארץ איז זיך קיינמאל נישט טועה פשט אין א תוספות...
כאן, חבל טבור הארץ.
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

זייער שיין שמעקעדיג. דער אמת אז ס'דא נארמאלע אביעקטיווע איבעראל. נאר דא אין שטיבל איז נישט בנמצא א נארמאלער ארויני וואס שרייבט.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

[tag]sefish[/tag]

א נארמאלער ארוני פארשטייט אז מ'דארף נישט איבעראל אריינשמירן די חאזעריי פון פאליטיק. איז פון ווי ווייסטי בכלל אז ער איז אן ארוני?
פארדריי די דיר דיין קאפ
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

אז ווער איז אן ארוני?
און ווער האט דא געמישט פאליטיק
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

פארקערט די חידוש איז אז נערמאלע אביעקטיוו מענטשען ווערן משוגע לאותו דבר,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אי איתמר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דאס ווארט "נארמאלע" ארוני איז לעולם זייער א סאבדשעקטיוו ווארט,
ווייל דער נישט נארמאלער זאלי האלט דאך אז דאס בעצם זיין א ארוני איז נישט נארמאל,
ממילא הייבט זיך עס אן מיטן מענטש וואס איז מחליט צו יענער איז "נארמאל" צו "נישט נארמאל"
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אוי חבל עליך [tag][/tag]שמעקעדיג פון אזא הערליכע באלערנדע שיינע ארטיקל איז געווארן א צימעס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

sefish האט געשריבן:זייער שיין שמעקעדיג. דער אמת אז ס'דא נארמאלע אביעקטיווע איבעראל. נאר דא אין שטיבל איז נישט בנמצא א נארמאלער ארויני וואס שרייבט.

דו האסט מיך יעצט זייער שטארק אויפגערעיגט... :lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :x :P :oops: ;) :cry: :( :o
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שמעקעדיג האסט זייער שיין און גוט אראפגעלייגט דעם מצב, יישר כח.

יעצט האבן מיר שוין ארויס דעם פראבלעם, אבער וואס איז די לעזונג דערצו?
צו זאגן אז מען זאל נישט באלאנגען בכלל צו א מסגרת איז נישט ריכטיג, דער פאקט ווייזט אז די וואס האלטן זיך אין א מסגרת זענען געווענליך מער מצליח, ובפרט מיט די קינדער. עס איז א גוטע זאך צו באלאנגען צו א פלאץ, דאס האלט דעם מענטש אין א פרעים, ער זאל זיך נישט צולאזן אזוי שנעל.
צו זאגן אז מען דארף גיין זוכן איבער די גאנצע וועלט וואו די בעסטע מסגרת געפינט זיך, איז אויך נישט קיין עצה. און באמת איז נישטא בנמצא אזא זאך, יעדע פלאץ האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, און א זאך וואס איז א מעלה ביי איינעם איז א חסרון ביי א צווייטן.
די בעסטע וועג איז צו טרעפן א פלאץ וואס איז מער ווייניגער אויסגעשטעלט פאר דעם מענטש. מען באנוצט זיך מיט די מעלות פון דעם פלאץ און מען שלינגט אראפ די חסרונות.

דאן שווימט ארויף דער פראבלעם אז יעדער האט א נגיעה צו פארענטפערן זיין מקום, און פאר קיינעם פאסט נישט מודה צו זיין אז זיין מקום קען האבן א חסרון. און די עצה דערצו איז צו געדענקן דעם אלטן ווארט אז א צדיק קען אויך מאכן א טעות, און ווען ער מאכט א טעות ווערט ער נישט אויס צדיק. דאס איז ביי יעדן מענטש אזוי און ביי יעדע מסגרת אזוי. נישט אייביג איז די כוונה צו שלעכטס, אבער צומאל שטעלן זיך זאכן אויס נישט ריכטיג.
די שענסטע זאך איז ווען מען קען זאגן: איך באלאנגט דארט ווייל דאס איז מיר די מערסטע צום הארצן, אבער דאס מיינט נישט אז יעדע זאך וואס ווערט דארט געטוהן איז מיט מיין הסכמה און איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן.
איינמאל דאס גייט אזוי, ווערט מען נישט אזוי ווילד ווען איינער רעדט קעגן דיין פלאץ.

נאכדעם דארף מען געדענקן פארקערט אויך, ווען איינער זאגט עפעס צו פארענטפערן אדער צו בארעכטיגן זיין מסגרת, איז ער נאכנישט וועגן דעם אוטאמאטיש אפגעפרעגט אז ער מיינט זיכער נאר זיינע נגיעות צו פארענטפערן זיין פלאץ. עס קען זיין פשוט אז אזוי ווי יענער דרייט זיך דארט און ער האלט מער מיט די זאכן פון די נאנט, האט ער עס מער ארויס, און ער קען בעסער מסביר זיין זאכן וואס פאר א דרויסנדיגער זעהט עס אויס אביסל מאדנע. און ווען מען הערט צו מיט אן אמת'ן אויער פון א צווייטן וואס באלאנגט ערגעץ אנדערש, קען מען אמאל בעסער פארשטיין זאכן.

בכל אופן איז זיכער נישט בארעכטיגט צו טשעפענען אדער רודפ'ן א צווייטן וואס האלט אנדערש ווי מיר, יעדער האט די רעכט צו האלטן וואס ער וויל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ברסלבער, דו פרעגסט וואס מען קען טון צו דעם פראבלעם, איך האב דייקא געשריבן אז עס איז נישט קיין פראבלעם, אזוי קומט עס, און עס איז מסתמא לטובת דעם מענטש, און ממילא פארשטיי איך יענעם אז ער האלט אנדערש און זעהט דעם זעלבן מענטש פונקט אויף א פארקערטן אופן ווי איך. ער ווערט נישט קיין שוטה צוליב דעם!

איך האב זיך באצויגן אויפן תגובה איבער [tag]גאלד[/tag], ווען סעפיש האט מיר געשריבן אז כאילו דער נארמאלער מענטש איז אויך משוגע געווארן. האב איך געשריבן דעם אפהאנדלונג אז ניין, עס איז נישט פארמינערט געווארן א האר פון זיין שכל און חכמה, גאלד האט זיך זיינע שיטות און סעפיש זיינע, און יעדער וועט זיך שווערן אז ער איז גערעכט. און עס איז אקעי מיט מיר! איך פארשטיי זיי ביידע אייניג, און ביידע בלייבן די זעלבע קלוג ווי אלעמאל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שמעקעדיג האט געשריבן:ברסלבער, דו פרעגסט וואס מען קען טון צו דעם פראבלעם, איך האב דייקא געשריבן אז עס איז נישט קיין פראבלעם, אזוי קומט עס, און עס איז מסתמא לטובת דעם מענטש, און ממילא פארשטיי איך יענעם אז ער האלט אנדערש און זעהט דעם זעלבן מענטש פונקט אויף א פארקערטן אופן ווי איך. ער ווערט נישט קיין שוטה צוליב דעם!

איך האב זיך באצויגן אויפן תגובה איבער [tag]גאלד[/tag], ווען סעפיש האט מיר געשריבן אז כאילו דער נארמאלער מענטש איז אויך משוגע געווארן. האב איך געשריבן דעם אפהאנדלונג אז ניין, עס איז נישט פארמינערט געווארן א האר פון זיין שכל און חכמה, גאלד האט זיך זיינע שיטות און סעפיש זיינע, און יעדער וועט זיך שווערן אז ער איז גערעכט. און עס איז אקעי מיט מיר! איך פארשטיי זיי ביידע אייניג, און ביידע בלייבן די זעלבע קלוג ווי אלעמאל.

זיין פראבלעם איז נישט אז איך וועל אים אנקוקן ווי א שוטה, זיין פראבלעם איז אז ער קען נישט באטראכטן א נושא אויפריכטיג.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

גאר גוט געזאגט, שמעקעדיג.

אינטערעסאנט אז יענער חתמ'עט זיך מיט צוויי שקרים בנשימה אחת, 'פנימי, בלתי מוגה כלל'...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

ונבנתה העיר האט געשריבן:גאר גוט געזאגט, שמעקעדיג.

אינטערעסאנט אז יענער חתמ'עט זיך מיט צוויי שקרים בנשימה אחת, 'פנימי, בלתי מוגה כלל'...

הערליך @שמעקעדיג.
ס'א בושה אז אזא שיינע שמעקעדיגע ארטיקעל ווערט דא פארברוינט, בעת דארט איז'ס היבש אין די ראמען און דער עולם דיסקוסירט ערוואקסען.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

sefish האט געשריבן:אז ווער איז אן ארוני?
און ווער האט דא געמישט פאליטיק


די שרייבסט אז מ'טרעפט נישט דא קיין נארמאלער ארוני. בין איך דיר מסביר אז בעצם שרייבן דא אסאך נארמאלע ארונים, נאר טאקע ווייל זיי זענען נארמאל מישן זיי נישט אריין די סאטמאר מחלוקה אין יעדע אשכול, איז ממילא ווייסטי נישט אז זיי זענען בכלל ארונים.

נאך מער, ס'קען גאר זיין אז ווייל זיי זענען נארמאל שעמען זיי זיך גאר אז זיי זענען ארונים און ווייזן עס נישט ארויס.....
פארדריי די דיר דיין קאפ
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שמעקדיג זייער שיין. דיין הסבר קומט אויך צוניץ פאר די מעלות vs otd. ביידע זעען אויס צי זיין קליגע מענטשען.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

berlbalaguleh האט געשריבן:
sefish האט געשריבן:זייער שיין שמעקעדיג. דער אמת אז ס'דא נארמאלע אביעקטיווע איבעראל. נאר דא אין שטיבל איז נישט בנמצא א נארמאלער ארויני וואס שרייבט.

דו האסט מיך יעצט זייער שטארק אויפגערעיגט... :lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :x :P :oops: ;) :cry: :( :o


בערל'ע, וואס ווילסטו פון א אינגער בחור'ל?
.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

היות איך בין דאך - לויט מאנכע - משוגע לאותו דבר, וויל איך דא אראפלייגן א ביישפיל פון א לעצטערע געשעעניש, וואס קען מעגליך אריינגיין אין דעם קאטעגאריע פון משוגע לאותו דבר, אבער איך וועל זיין שטיל און נישט זאגן קיין מיינונג, ווייל ווער ווייסט אפשר בין איך טאקע בלינד לאותו דבר, און איך בעהט כל המשוגעים מכל הצדדים זיך צו האלטן שטיל און לאזן די מיינונגען לשאר העולם, וואס זענען נאך נישט דערווייל געשלאגן נעבעך מיט די מחלה,
די רעדע איז דא טאקע פון א גאר נארמאלער חשובער מענטש, נישט בלויז נארמאל, נאר א טאלאנטפולער, א געלונגענער, א היסטאריקער, א קענער, א לב טוב, א גאלדענע רייכע פעדער,
ה"ה הרה"ח ר' שלמה יאנקל געלבמאן נ"י,
אן אריינגיין און צופיל פרטים, דער מענטש האט לעצטנס נעבעך פארלוירן זיין חשוב'ן פאטער ר' בנציון ע"ה,
טראץ וואס ער איז א זאלי (איך ווייס נישט צו אזוי ווייט אז ער איז משוגע לאותו דבר, דאס העמיר טאקע יעצט מברר זיין, אבער א זאלי איז ער)
האבן צוויי איידעמער- ארונים (פארשטייט זיך מיט די גוטהייסונג פון די ווייבער) געלייגט דעם נפטר און די אלטע ביה"ח אין מאנרא, נגד רצונו פון ר' שלמה יאנקל, און לשיטתו נגד רצון הנפטר,
איז יעצט געגאנגען חתן דינן ר' שלמה יאנקל, און אפגעשריבן א לאנגע שאלה און אפגעשיקט צו מערערע רבנים צו ער מחויב צו מפנה זיין דעם נפטר פון די אלטע צו די נייע ביה"ח,
מיין שכל וואס איז מעגליך משוגע לאותו דבר, זאגט מיר אז ער איז גוט משוגע לאותו דבר, אבער וואו געשמועסט מיין מיינונג טראגט קיין געוויכט,
ליינט דא דעם בריוו, וואס איך האב באשטעטיגט אז ס'איז אטענטיש,

בילד
בילד
בילד
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גראדע גאלד איז נישט אינגאנצן משוגע לאותו דבר
viewtopic.php?p=195196#p195196
וירח ה' את ריח הניחוח
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

דער אשכול האט מיך נישט אזוי אינטערסירט מתחילה מחמת טעמים כמוסים וידועים אבער איז ביי מיר יעצט א ברענעדיגע טעמע, ווארום איך בין געווען ביי א שמחה די וואך און מיין חבר לויפט צו די וועיטאר כאפן פיש אנשטאט פלייש ווייל מגיט קרית יואלער פלייש .
טייערער חבר זיסער, כקען דיר, ביזט א קלוגער יונגערמאן, א ברייטער, אלעס פיין און וואויל, אבער זייט מוחל, ביז סקומט צו דעם, איינמאל מוייזט דיך דעם רויטן שמאטע ביסטו טויט משוגע לאותו דבר גיי ווייס פארוואס.
איי איך עס נישט פון עיטי טו, ליסטען זיי האבן נישט קיין שטיינזאלץ און זענען נישט בודק קיין צימעס הגידען...
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך בין געווען פארגאנגענע וואך ביי א חתונה וואו מען האט בכלל נישט געגעבן קיין פלייש נאר פיש, ווייל דער זאל לאזט נאר אריין פלייש פונעם צד שכנגד, און זעהט אויס אז זיי האבן נישט געטראפן עוועליבל א צווייטע זאל.
דאס איז שוין א פרישער לעוועל פון משוגעת וואס איך האב נאכנישט באגעגענט ביז היינט.
נאר געווען א שאד, אז עס איז יא געווען א פארווע סעודה, האט מען שוין געקענט געבן פיינע מילכיגע געבעקסן פאר דעם געלט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

די קעיטער האט גענוג געהאט מיט די אויבן אן אידן. װען מען איז צו געגאנגן פרעגן טשיקען אר ביף? האט מען געלײגט די האנט אויף די גלעזער און גענטפערט אונטערן נאז פיש! סאו דעטס איט... חחחחחח
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
פארשפארט