אין די וועלט איז דא א DO NOT CALL LIST. מ'ריפט אהן זייער טעלעפאן נאמבער, אדער שרייבט מען זיך איין דא
https://www.donotcall.gov/register/reg.aspx
און מ'ווערט פטור פון אלע טעלעמארקעטער'ס. די געזעץ וואס באגרעניצט טעלעמארקעטער'ס מאכט א אויסנאם פאר צדקה , און איך באקים טאקע א צדקה שנארעריי טעלעפאן קאלל פאר די פאליס דעפארטעמענט וכדומה אפשר איין מאל אין צוויי חדשים.
ביי אונז איז אבער נישט דא קיין שום שכל און נארמאלקייט ביי דעם. יעדע איינציגע נאכט באקים איך כאטש פיר טעלעפאן קאל'ס פון ארגאעניזאציעס און היימישע סטאר'ס איבער סעיל'ס און מסיבות און טיי אווענטס וכו' וכו' - און מ'קען משוגע ווערן. וויפיל מאהל איך האב מיך נאר בעבעטן אז מ'זאל מיך אראפנעמען פון די ליסט העלפט עס נישט ווייל די אלע מענטשן וואס קאלל'ן האבן נישט קיין שום אינטערעס און זיי קעירן נישט אז איך ווער צופלאצט פון די אלע קאלל'ס.
פארוואס איז נישט דא קיין טראפ מענטשליכקייט?? פארוואס קענען נישט די אלע היימישע ראבבאקאל קאמפעניס לאזן וויסן ווי מ'קען זיך ארויפסיינען נישט צו באקימען די אלע קאלל'ס, אדער כאטש צו באגרעניצען די סכום פון קאלל'ס צו נישט מער פון 2-3 מאל א וואך??
ווי אזוי ווערט מען פטור פון די היימישע טעלעמארקעטער'ס?
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
אמאל לוינט זיך אויסצוהערן דעם מעסידזש ביזן סוף. אסאך מאל האבן זיי אן אפשען נאך די מעסידזש צו דרוקן 1 אדער אן אנדער נומער און מיט דעם אראפגיין פון די ליסט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
די וועג וויאזו מ'ווערט פטור פון זיי איז צו מאכן א קאמפיין פון א גרופע מענטשען וואס זאלן זיי רופן אין אפיס אריין פאר וואך צייט, א גאנצן טאג, און אראפדרייען דעם קאפ, אזויווי זיי טוען צו אונז, ביז זיי וועלן זיך בעטן מ'זאל אויפהערן, וועט מען זיי זאגן פיין, אבער נאר אויב זיי געבן א אפט אוט אפציע נאכן מעסעזש.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.