יעצט מיטן ענדיגן די 2013 למספרם סענאט לעגעסלאציע סעזאן, איז אן אינטערסאנטע נייעס ארויסגעקומען, ווי מ'האט ארויסגעגעבן וואס ס'טיצעך אפ אינעם סענאט, ווער ס'רעדט, ווער איז שטיל, ווער שלאגט פאר געזעצן, און ווער פילט נישט פאר וויכטיג אנטייל צונעמען אין די וואלן...
דער געטרייער איבערגעגעבענער סענאטאר פון בארא פארק'ע געגענט דער ארטאדאקסישע איד ר' שמחה פעלדער - דעמעקראט פון ברוקלין, האט אינגאנצן געזאגט איין איינציג אויסגעקראצטע ווארט "דא" אינעם ערשטן טאג, און ווארשיינדליך איז עס געווען ווען מ'רופט אויס די נעמען פון די סענעטארן און ער האט מסתמה געזאגט "דא" (זיץ איך..). מער האט מען פון אים נישט געהערט! איז ענגליש זיין צווייטע שפראך אז ער האט מורא צו הייבן זיין קול?
פון די אנדערע זייט האט דער מאנהעטאן סענעטארשע ליז קלוגער, נישט אויפגעהערט צו רעדן... זי האט געזאגט די מערסטע ווערטער איבערן יאר, 40,064 ווערטער האט זי געפלאפעלט, אלס א פרוי איז דאס נישט אזא וואונדער, אבער נאך א מזל זי ווערט נישט באצאלט מיט אונזערע געלטער אויף די ווערטער....
סענעטאר טאמעס ליבאועס, א רעפאבליקאנער פון בינגהעמטאן קוקט אויס צו זיין דער פרייליכסטער, רעקארדירענדיג 38 מאל וואס ער האט אויסגעשאסן פאר געלעכטער אינעם סענאט אינמיטן סעשאן'ס..
נאך אונטערסאנט, די סענאט און אסעמבלי האבן אדורך געפירט אינגאנצן 650 בילס, וואס דאס איז די דריטע ווייניגסטע אין די לעצטע 98 יאר.
סענעטאר מארטין גאלדן, רעפאבליקאנער פון ברוקלין האט ארויפגעברענגט די מערסטע בילס, וואס דאס איז 41.
אין אסעמבלי האט אסעמבלימאן האזעי ריווערא, דעמעקראט פון די בראנקס איז דער איינציגסטער אסעמבלימאן וואס האט נישט ארויפגעברענגט קיין איין ביל אויף וואס צו שטימען.
אסעמבלימאן וויליעם בוילענד, דעמעקראט פון ברוקלין האט פארפעלט צו שטימען 809 מאל, וואס איז 75% פונעם שטימען., ס'איז מסתמה צוליב די פעדעראלע קאראפציע אויספארשונגן וואס ער גייט אדורך.
צום שלוס... ר' שמחה האט זיך ווייטער געהאלטן ס'פיסק און נישט געוואלט קאמענטירן אויפן נייעס, און מרת קלוגער האט ווייטער גע'דבר'ט, און צוגעלייגט 'קען זיין כ'האב צופיל גערעדט, אבער איבערעס יאר אויב עפעס וועלעך ווייטער זאגן מיין אפיניאן אויב כ'וועל האבן וואס צו זאגן... האפענטליך וועט עס זיין זאכליך...'
איז ר' שמחה פעלדער שטום...?
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
איז ר' שמחה פעלדער שטום...?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
מ גפני האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:אין אסעמבלי האט אסעמבלימאן האזעי ריווערא, דעמעקראט פון די בראנקס איז דער איינציגסטער אסעמבלימאן וואס האט נישט ארויפגעברענגט קיין איין ביל אויף וואס צו שטימען.
'
לויט דעם קומט אויס אז אונזער ר' שמחה האט יא פארגעשלאגן עפעס בילס, סאו וויאזוי? דורך שטום לשון??
מען רעדט נישט פון נישט-רעדן א גאנץ יאהר; זעה די ווערטער
שעפטל האט געשריבן:...שמחה פעלדער ... האט אינגאנצן געזאגט איין איינציג אויסגעקראצטע ווארט "דא" אינעם ערשטן טאג, און ווארשיינדליך איז עס געווען ווען מ'רופט אויס די נעמען פון די סענעטארן און ער האט מסתמה געזאגט "דא" (זיץ איך..)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:17 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
- מ. גליקמאן
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
אה דאס ווייסעך שוין נישט....
איך דערצייל נאר וואס איך האב געליינט דאהי...
http://m.nydailynews.com/1.1385677
איך דערצייל נאר וואס איך האב געליינט דאהי...
http://m.nydailynews.com/1.1385677
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט: