נקיות און מנהגים בבית הכבוד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

נקיות און מנהגים בבית הכבוד

שליחה דורך טיטאניק »

שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל עפענען א אשכול איבער איינע פון די הויפט ענינים ביים היימישען עוילעם, א זאך וואס פארנעמט א גרויסער אויבענאן ביי יעדער היימישער איד, א זאך וואס איז א ערנסטע נושא, נישט פשוט! די נושא ווערט דערמאנט ביי יעדע געלעגנהייט נאר מעגליך, צי ביים אויפשטיין, דארף מען צייט פאר "הכנות", אין בתי מדרשים ווערט גאר ציגעשטעלט א גאנצע סערוויס פון לייען מאטריאל פאר די בית הכבוד ווי "לוח הציבור" "גוט מארגען" און נאך, די לאנטש ברעיק אין יעדע היימישע ביזנעס ווערט אויסגעניצט ווידער צי באזיכען דעם טוילעט, אין שטיב ווען מען וויל אביסעלע א ברעיק איז ווייטער דער טוילעט דער עיר מקלט, ווער רעדט פון שבתים און ימים טובים? אוי אוי אוי די גאנצע סעודה איז מען דַן וויפיל שעות מען גייט "זיצען" אויף די און די מאכל, געוויסע מאכלים באקימען אפילו די זיגעל פון "שבעה נקיים"...
על כל פנים, דער טוילעט איז ביי אינז זייער א גרויסער יחסן, און פארנעמט זייער א חשובער ארט, דערפאר לאמיר דא ארויף ברענגען פארשידענס איבער דעם נושא,

איך האלט אז כאטש מען גייט דא רעדען אביסעלע אפען, זאל מען דאס לאזען אפן פארן פאבליק ווייל קיינער לערנט דאס נישט מיט די קינדער און בחורים, און עס איז שוין העכסט צייט צו שטודירען דעם נושא ברבים, און בחדא מחתא שוין געבען א לעקציע פאר די אומוויסענדע וואס פארעקלען די מענטשהייט שלא בזדון, פשוט ווייל מען באהאלט דאס אינטער די טיש,

פארוואס זיצען מיר אזוי לאנג אין טוילעט?
אסאך מאל האב איך שוין געפרעגט פאר מיר אליינס "פארוואס זיצען אידען אזוי לאנג אין טוילעט?" דער גוי טוט דאס נישט, פארוואס מיר יא? וואס האבען מיר געטראפען אזוי גיט און שיין אין דעם קליינעם תפיסה?
די תירוצים זענען אפאר, 1. מיר עסען זיך אן יעדע זיבעטע טאג ווי געשטאפטע גענז, במשך 24 שעה האלט מען אין איין שטאפען די קישקע מיט די שווערסטע מאכלים וואס מען האט געקענט ערפינדען, אזא סעודת שבת, א דריטעל פון דעם הייסט ביים גוי א סעודה דשינה, א גוי וועט קיינמאל נישט משיג זיין ווי אזוי א דארער יונגערמאנטשיקעל קען אריינשטיפען אזויפיל אין איין פרייטיג צינאכטס סעודה...
נאכדעם, זענען דא די אלע היימישע טעיק-אוט'ס וואס רובם היטען נישט די היגעניע, און מען פארקויפט אלטע עסען אינטער די סטיקער פון "פריש און נארהאפטיג", איך וואלט קיינעם נישט געראטען אריינציטרעטען אין א קאך פון א היימישע רעסטוראנט צי זען ווי אזוי זיי קאכען, א פחד און א שרעק, איך בין געווען א תקופה א משגיח כשרות, און זייט דעמאלט ריר איך נישט צי קיין היימשיע רעסטוראנט פוד פאר קיין געלט אין די וועלט,
די זעלבע ביי חתונות, נעמט אין די האנט אריין א "ריינע" גאפל אדער א "ריינע טעלער", און קיקט דערויף פון די נאנט וועט איר זען ווי עס קלעבט נאך דערויף פולע שיריים פון די לעצטע צען חתונות, און א מבין קען אפילו זאגען וואס מען האט סערווירט ביי די לעצטע 5 חתונות....
נאכדעם קימט צי די אלע "טיי אווענט'ס" אדער "וואכטנאכט'ס" וואס נאכדעם וואס דער יונגערמאן האט שוין געגעסען אין שטיב א ברייטער אינגערישער סאפער גייט ער אין א האלבע שעה שפעטער פריש ריפילען זיין מאגען מיט "אווער נייט קיגעל" געמישט מיט גאלע ארבעס און הערינג,
די אלע מעשיות מאכט איין זאך: "פראבלעמען ביים גיין אין טוילעט", יא יעדע זאך וואס מען לייגט אריין דארף אויך ארויסגיין, און אויב גייען אריין שווערע מלאכים גייען זיי ארויס נאך שווערער, און עס קימט ציפרי, דער יונגערמאן וויל האבען א גוף נקי צים דאווענען, און עס גייט נישט (פארוואס זאל יא גיין?) דעריבער זעצט ער זיך אריין אין טוילעט, און ווארט אויף ישועות השם, ער פלאגט זיך ווי א מקשה לילד....
אמאל האט מען נישט געהאט די היינטיגע ליין מאטריאל פלעגט מען זיך באשעפטיגען אין "שרייבען אויף די ווענט" פון די טוילעט, די געשרייבעכטס איז געווען פלאי פלאים,
היינט אבער אכשיר דרא, אידען האבען זיך מרחם געווען און אנגעהויבען צי פרינטען כל מיני מיני צייטינגען פארען עוילעם, און דאס איז געווארען די באשעפטיגונג אין טוילעט,
לעצטענס זייט די אלע חרמות קעגען טריפהנע סעלפאונס האבען די כולל יונגעלייט אין טאש צוויי שטיק, איינס א כשר'ע וואס מען ניצט איבעראל, און איינס א "אפענע" וואס ווערט געניצט אין טוילעט, און נאר דארט, צי קענען שרייבען אויף קאווע שטיבעל..... א ווינדער אז קאווע שטיבעל בליעט? וויפיל וואכטנאכטס זענען דא א נאכט קיין עיין הרע?
איין ווארט, פרעסט ווייניגער און די טוילעט וועט זיין אסאך קערצער, פון א האלבע שעה קען עס ווערען צי א מינוט ממש.

מיט נעמען א גלעזעל וואסער אין טוילעט
אין די אשכול פון "אכשר דרא" האט מען דן געווען די לעצטע טעג איבער דעם נושא viewtopic.php?p=204968#p204968 פון מיט נעמען וואסער אין טוילעט, און דער עולם ווינדערט זיך פארוואס דער גוי נעמט דאס נישט מיט,
די אמת איז אז דער גוי דארף טאקע נישט האבען קיין ריכטיגע גוף נקי צים לערנען אין דאווענען, אבער פארט זענען זיי נישט קיין חזירים (עכ"פ נישט אלע) און די סיבה פארוואס די וועסט קיינמאל נישט זען א גוי זיך שלעפען מיט וואסער איז ווייל ער עסט זיך נישט אן ביי וואכטנאכטס און טי פארטיס כדלעיל.....
אווערנייט קיגעל איז א סגולה פאר פראבלעמען מיטען זיך אינטערווישען.

האלטען ריין דער טוילעט
דאס איז א נושא וואס האט דוקא מיט אונז, ביי גויים איז דאס אויך נישט אזוי איי איי איי, אבער געווענליך נאר ביי שווארצע שמיציגע חברה,
די נושא פון ריינע בית הכסא'ס, האט מיר איינער אמאל געפרעגט אין שיל "זאגט נאר ווי איז די בית הכבוד" זאג איך עם "גייט נאך די גערוך"...
יא ליידער מיר זענען א באנדע חזירים ממש, די טוילעטס זענען אנגעשפריצט און אנגעשמירט ווי משוגע, א פחד און א שרעק ווען מען גייט אריין, מען קען מיינען אז סוסים וחמורים ניצען דאס, פארוואס זאל מען נישט מחנך זיין די קינדער שוין פון די יונגע יארען אז מען מיז אכטינג געבען נישט צי דארעך ווייקען די גאנצע טוילעט ווען מען איז מטיל מים?
זאג עם, הייב אויף די זיצער, און נאכדעם עפען געהעריג דיינע הויזען, און מאך זיכער אז עס זאל זיך נישט פארהאנקענען ערגעץ ווי, און גיי אין טוילעט גראד אריין אין דעם לאך, די לאך איז גענוג גרויס... אזוי שוואך קענט איר צילען?
טראכט אז באלד קימט א צווייטער נאך דיר, און פארוואס מיז ער זיצען אין דיין מי רגליים??? למה??? גרוילהאפטיגקייט!
עס איז בכלל נישט שווער צי טרענירען קינדער צי דעם, זייער א גרינגע זאך, און יעדע טאטע מאמע איז מחויב דאס צי לערנען פאר די קינדער, ביי מיר אין שטוב געב איך כמעט נישט קיין פעטש, אבער די קינדער ווייסען אז אויב שפריצט איינער אן א טוילעט וועט ער כאפען גוטע פעטש פון מיר!
די זעלבע איז מיט די אנדערע חלק טוילעט, פארוואס מיז עס ווערען אנגעשמירט? למה? ווי שווער איז זיך אביסעל צי בעהעיווען ווי א מענטש? הא?
חברה, לאמיר אנהייבן רעדן פון דעם מער! עס איז נישט נארמאל וואס גייט פאר!

נאכדעם זענען רוב טוילעטס פארשטאפט מיט א ים מיט טישו'ס, אז מען ניצט א האלבע ראל אויף אמאל ווערט די טוילעט פארשטאפט,
די עצה: ניץ ווייניג, און נאך יעדע ביסעל פעיפער "פלאש" אראפ, מיסט נישט ווארטען ביז די טוילעט איז פול על גדותיו צי קענען פלאשען, שפאר נישט קיין וואסער, פלאש נאך יעדע צוויי טישו'ס

די גערוך
איינע פון די קינצען צי האלטען די גערוך אביסעלע אינטער קאנטראל איז, צי פלאשען גלייך נאכן לאזן פאלן די ערשטע באמבע, ווארט נישט ביז נאכען זיך אפווישען, נאר פלאש גלייך! מען קען זיך ווישען נאכדעם אויך, און אזוי שטינקט עס נישט אן די גאנצע מענטשהייט, פשוט שפאר די גרוך און נישט די וואסער.
טראכט אז נעבען דיר פון ביידע זייטען זיצען נאך אירע, און זיי ברויכען נישט שמעקען דיינע סחורה, האסט אראפ געשיקט אביסעל? פלאש, קענסט פלאשען אפילו בין גברא לגברא והמבין יבין, מען מיז אפילו נישט ווארטען ביז ווען מען האט אינגאנצען מסיים געווען!
די זעלבע דארף מען שטרענג אויסלערנען קינדער אז אויב שפירט מען אז מען דארף "נפחענען" זאל מען זיך פירען מענטשלעך און גיין פייפען ווי מענטשען דרייען זיך נישט, און טי דאס אויך אין שטיב, עס איז מוצאי? די מלאכים זינגען שירה? זינג מיט זיי אפען פארטש! יא מאך התבודדות! נישט דיין זין און נישט דיין טאכטער, נישט דיין איידעם און נישט דיין שניר דארף הערען און שמעקען די שירה!
תכלעס, ווער עס האט וואס צי מוסיף זיין איז מכובד!

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר