אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=PyXhztukxMA

אויפ'ן רשע פון דער הגדה פלעג איך אמאל קוקן מיט רחמנות. נעבעך, פארכאפט. קוקט וויאזוי מיר באהאנדלען אים: זיינע קשיות ווערן געענטפערט מיט א "הקהה את שיניו."
ביז כ'האב געזען א ווארט פונעם ליובאוויטשער רבי'ן. דו, רשע: "אילו הי' שם," וואלט ער פארבליבן דארט אין מצריים, איז יתכן אז "לא הי' נגאל." יעצט אבער, אז דו ביזט פאקטיש ארויס פון מצרים און אנגעקומען צום מעמד קבלת התורה, ביזטו דאך אויטאמאטיש אן אונזעריגער, א היימישער.
איז, שלום, ברודער...
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

וויאזוי צו שפילן אויף א צעבראכענעם פידל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=J1w-kGTXqd4

דער בארימטער פידלער יצחק פערלמאן איז אמאל געלאדנט געווארן צו שפילן אויף א קאנצערט אינעם "עיוורי פישער" זאל אין ניו יארק. קראנק מיט דער "פאוליא" מחלה, האט דער וועלט-בארימטער מוזיקער זיך קוים דערשלעפט ארויף אויפ'ן פאדיום. אוועקזעצנדיג זיך, האט ער ארויסגענומען דאס פידל זיינס, און עס אנגעהויבן צוגרייטן צו ארויסלאזן איינע פון די הארציגע מעלאדיעס -- ווען איינס פון די שטריקלעך אויפ'ן פידל האט זיך איבערגעריסן.

עולם צושויערס און צוהערערס איז געווען פארלוירן. אלע האבן דערווארטעט דעם צעבראכענעם פערלמאן מיט זיין צעבראכן פידל אויפצוהייבן די הענט און אויפגעבן. פערלמאן האט א קוק געגעבן אויפ'ן עולם און דערנאך געוואנדן די בליקן זיינע אויף דעם פארקריפלטן פידל, און פארט אנגעהויבן שפילן. דער צעבראכענער שפילער האט פון זיין צעבראכענעם פידל אויסגעוויינט א מעלאדיע נאך שענער ווי געווענליך.

נאכ'ן פארענדיגן צו אויער-פארטויבנדע אפלאדיסמענטן האט ער זיך מסביר געווען: "אמאל מוז מען שפילן פון א צעבראכענעם אינסטרומענט. שפילן דארף מען; גיט מען זיך אן עצה מיט וואס מען האט..."
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

דער חילוק פון חמץ ביז מצה

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=wFP1P0sYi2E

די ווערטער פון חמץ און מצה ווערן אויסגעלייגט מיט כמעט די זעלבע אותיות. ביידע פארמאגן זיי א מם און צדיק. דער חילוק ליגט נאר אין איין פרט פון איין אות: בעת חמץ האט א חית, האט מצה א הא.

און די נפקא מינא צווישן די צוויי איז פשוט. ביידע אותיות פארכאפן ווי דעם "תוך" אין זייער אינעווייניג. נאר ווען פארכאפט אין א חית, איז פאר'ן מענטש נישט פאראן קיין וועג ארויס אויסער אונטערברעכן און גיין אויף אראפ. מיט דעם ה איז די מעשה שוין אנדערש; דער ה האט א קליינע עפענונג דארט גאנץ אויבן. לאמר: ווען עמיצער פילט ווי ער איז שטעקן געבליבן ערגעץ-וואו, זאל ער פארשטיין אז דארט אויבן איז פאראן פאר אים א וועג ארויס -- א וועג ארויס וואס פירט בפירוש אויך אויף ארויף.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=Ht512rx ... video_user

ווער איז דער, וואס איז זוכה אז דער אויבערשטער זאל זיך צו אים באווייזן און ארויסהעלפן?
דער וואס קען נישט אליין.
"ושאינו יודע לשאול," דער וואס איז פארלוירן אינגאנצן און שטייט ביי א מצב, אז ער ווייסט אפילו נישט וואס און וויאזוי צו בעטן - זאגט דער ריזשענער, "את פסח לו", טאקע יענעם וועט מען עפענען און געבן וואס ער דארף.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=V864ovZ ... video_user

עס זענען פאראן מענטשן, וואס ארבעטן פאר א לעבן, נעבעך, בעת אנדערע לעבן פאר א לעבן - working for a living versus living for a living.

זאגט דער הייליגער ריזשונער: "ימי חייך," דאס לעבן, דאס האבן טעג פול מיט חיות, מיט לעבן, איז "בעולם הזה." פאראן מענטשן וואס טראכטן, אז דא, אויף דער וועלט, איז אים שווער - דא דארף פשוט זיין שווער. איינמאל כ'וועל אנקומען צו יענער וועלט, קען מען זיך מאכן א חשבון, דעמאלט וועל איך אנהייבן לעבן ווי עס דארף צו זיין.

דאס איז אבער א טעות. לעבן דארף מען יעצט און דא, ווי און וואו מען איז. יעצט איז מען דא, דארף מען זיך אנפילן די טעג מיט חיות און שמחת החיים דא. ווען מען וועט אנקומען דארט, וועט מען זיך שוין מאכן א לעבן דארט, אויך...
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

http://youtu.be/7sBO_8-T3Yc

מיר פירן זיך אריינצואווארפן דעם גאנצן בדיקת-חמץ סעט אינעם פייער פון שריפת חמץ.
האט דער מיטעלער בעלזער רב געפרעגט א פראקטישע קשיא: מילא דעם פעדער און האלצערנעם לעפל - זיי זענען דאך געקומען אין קאנטאקט מיט'ן חמץ; דארף מען זיי פארברענען. אבער די ליכט: זי האט דאך נישט אנגערירט קיין חמץ. פארוואזשע ווארפט מען זי אריין אינעם פייער?
איז דער תירוץ: דאס אליין, אז זי זוכט אויס חמץ, איז שוין גענוג פראבלעם, אז זי זאל דארפן פארברענט ווערן. מען זוכט נישט קיין חמץ אינדרויסן פון זיך, ערגעץ אנדערש, ביי יענעם. דעם חלק פון זיך דארף מען אין פייער אריינווארפן...
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=4dKcttEukZc

אין ברסלב, ווי באקאנט, האלט מען שטארק פון פראווען התבודדות. עס זענען פאראן פארשידנערליי וועגן, וויאזוי צו מאכן התבודדות. א סך פירן זיך צו רעדן, פשוט רעדן, מיט פשוט'ע דיבורים, צום אויבערשטן. מען רעדט צום אויבערשטן אויף דער שפראך וואס מען ניצט, מיט די ווערטער וואס קוילערן זיך גרינג אראפ פון דער צונג.
זענען געווען ערנסטע ברסלבער חסידים וואס האבן געזאגט, אז מען דארף רעדן צום אויבערשטן; מען דארף אבער אביסל זיין שטיל אויך, כדי דער אויבערשטער זאל אויך באקומען די געלעגנהייט צו רעדן, צו ענטפערן. אויב רעדט מען דער גאנצער צייט, לאזט מען דאך דעם אויבערשטן נישט קומען צום ווארט - מען הערט נישט, וואס ג-ט האט צו זאגן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

קדושים תהי' - איר זענט הייליג

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

http://youtu.be/gQNFFO-tzn4

אויף די ווערטער "קדושים תהי'" זאגט רש"י "יכול כמוני."
האט דער ריזשינער אזוי געטייטשט. "קדושים תהי'", איר זענט הייליג. "יכול כמוני": יכול, איר קענט זיין אזוי הייליג ווי איך. וויאזוי? "תלמיד לומר", לערנט זיך צו זאגן און חזר'ן איינמאל און נאכאמאל, אז "כי קדוש אני": איך בין הייליג.
מען זאגט און מען חזר'ט די ווערטער, "איך בין הייליג," איינמאל, נאכאמאל און ווידעראמאל, ביז עס זעצט זיך אריין אין קאפ און הארץ, און מען כאפט: אכן טאקע, כ'בין הייליג.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=qhLxNZ0pObM

מיר געפינען אין דער תורה א ריי געזעצן וואס באצייכענען די רעכטן פון א באלעבוס אויף זיין קנעכט. א מענטש טאר נישט וויי טאן דעם קנעכט זיינעם. אין דעם כלל איז אריינגערעכנט אים הייסן טאן אויפגאבעס, וואס דער באלעבוס דארף באמת נישט. דער באלעבוס טאר לדוגמא נישט הייסן דעם קנעכט אים צו מאכן א טיי, אויב באמת דארף ער עס נישט.
דער קנעכט ווייסט דאך אבער נישט אז דער באלעבוס נויטיגט זיך נישט אינעם טיי; במילא האט ער נישט קיין צער דערפון. פארוואס איז עס אסור? דער תירוץ איז, אז די סיבה פארוואס מיר דארפן זיין גוט צו אנדערע מענטשן איז, ווייל דער אופן ווי מיר פירן זיך מיט אנדערע איז משפיע אויף אונזער פערזענליכקייט. א מענטש וואס האט נישט ליב אנדערע, ווערט נשפע זיך אליין אויך נישט ליב צו האבן. דערפאר איז נישט קיין נפק"מ וואס דער קנעכט ווייסט. אז דער באלעבוס ווייסט, איז שוין נישט גוט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=gQoDYY4arbw

אין די וואכן פאר מתן תורה ציילן מיר ספירה. מיר ציילן טעג, א טאג אויפאמאל, באזונדער. דאס וויל אונז זאגן אז די צייט איז קיינמאל נישט איין גרויסער שטיק, און די אויפגאבעס וואס מיר האבן פאר זיך איז אויך נישט איין גרויסע זאך. איין טאג אויפאמאל, איין תפקיד אויפאמאל. פון דעם באשטייט דאס גאנצע לעבן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=_6CJPVfkvIs

א געוויסער מסור האט זיך אמאל צוגעטשעפעט צום הייליגן ריזשינער און געפרעגט: "רבי, פארוואס קענט איר נישט באווייזן דאס וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געטאן צו יהודה בן גרים - געגעבן אויף אים א קוק און אים פארוואנדלט אין א גל של עצמות?"

האט דער ריזשינער זיך געוואנדן צו זיינע חסידים און געזאגט: דער "נתן בו עיניו" מיינט, אז רבי שמעון האט אריינגעקוקט אין זיך אליין. ער האט געפרואווט פארשטיין דעם פשט פון דעם מעסעדזש, וואס ליגט אין דעם יהודה'ס ווערטער. גארנישט געשעט פון זיך, און אפילו ווען א צווייטער בעל בחירה טוט עפעס, ליגט דערין עפעס א הימלישער מעסעדזש, וואס דארף דערפון ארויסגענומען ווערן. רבי שמעון האט געטראכט אזוי לאנג, ביז די געשעעניש איז געווארן א מיטל פאר א מוסר פאר עפעס וואס ער האט פארשטאנען ער דארף דערפון לערנען. און דאן איז דער יהודה בן גרימ'ס פערזענליכקייט פארוואנדלט געווארן אין אן אומרעלעוואנטן טייל פון דער געשעעניש - ער איז געווארן אזוי צופעליג ווי א בערגל ביינער.

די נקודה פון יעדער זאך איז דער מעסעדזש וואס מען קען דערפון ארויסנעמען. דער שליח וואס ברענגט דעם מעסעדזש, איז שוין נישט אזוי וויכטיג.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

הערליך
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער שיין.

אין ליק"מ (קמא, צח) טייטשט ער, אז דער צדיק זעהט וואס אן עבירה איז און ווי שעדליך דאס איז, און דעריבער ווען דער צדיק זעהט ווי איינער האט געטוהן אן עבירה, "נתן בו עיניו" - דער צדיק געבט פאר יענעם מענטש זיינע אויגן, אז יענער זאל אויך זעהן וואס אן עבירה מיינט. "ונעשה גל" - עס ווערט פאר יענעם מגולה. "של עצמות" - דאס וואס עס איז געווען פאר יענעם פארדעקט ביז יעצט (מלשון עוצם עיניו).
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=uwdzK8dMxig

די תורה איז לעולם פול מיט איסורים און ניינס: טו נישט דאס, מאך נישט יענץ; גיי נישט דא, ריר זיך נישט דארט. מה פשט פון דער נעגאטיוויטעט?
זאגט דער הייליגער ריזשינער, אז פשט איז אזוי: "כף אחת", איין איינציגער בייג, א כפיפה, פאר'ן אויבערשטן; "עשרה זהב." עשרה איז דאך צען, יוד. מיט איין אזא בייג, ווערסטו דער גאלדענער איד, וואס דו האסט לעולם אייביג געשטרעבט צו זיין.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=mTw2n0EmzYg

ווען דער נזיר האט פארענדיגט די תקופה פון זיין נזירות, האט ער געדארפט ברענגען א צאל מיט קרבנות. אבער פארוואס: ער האט דאך לכאורה געטאן א גוטע זאך? די קשיא פרעגט די גמרא און ענטפערט, אז דאס קומט דערפאר וואס ער האט זיך אפגעזאגט פון טרינקען וויין; ער האט אפגעווארפן איינע פון די הנאות וואס דער רבונו של עולם האט צוגעשטעלט פאר מענטשן. דער אויבערשטער זוכט נישט קיין עקסטרעמען, קיין קיצוניות, נאר נארמאלקייט, באלאנץ. דער וויין איז באשאפן געווארן נישט מ'זאל זיך דערמיט איבערטרינקען און אויך נישט מ'זאל זיך פון אים אפזאגן. מען דארף זיך לערנען ווי צו מאכן א באלאנצירטן "לחיים"!
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=bOROdsc77gA

דער מדרש דערציילט אז ביי מעמד הר סיני האבן די "קולות" נישט פאראורזאכט קיין ווידער'קול. איז דער ליובאוויטשער רבי מסביר די סיבה דערצו, ווייל אן עכא מאכט זיך געווענליך, ווען דאס קול שטויסט זיך אן אין עפעס הארט, וואס קלאפט דאן צוריק אפ די קול-כוואליעס. ווען דער אויבערשטער האט גערעדט ביים מעמד הר סיני, איז אלץ צעלאזט און צעגאנגען געווארן, און די ג-טליכע שטימע איז אריין צו יעדן אין הארץ.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=9iEtqS3ti4I

ווען א מענטש באטראכט זיך אליין ווי עמיצער וואס איז גארנישט ווערט, וועלן אנדערע אים אויך אזוי אנקוקן. די מרגלים האבן זיך אנגעקוקט ווי היישעריקן, און די אנדערע האבן זיי ווירקליך אזוי געזען, ווי היישעריקן.
דער מענטש האט אבער די ברירה זיך צו זען ווי א חשוב, א מלך, א בן למקום. דעמאלט, אויב ער וועט זיך באמת און אויפריכטיג אזוי זען, וועלן אנדערע מענטשן אים אנקוקן מיט'ן זעלבן בליק.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=ItSONLlp1hE

די מרגלים זענען לעולם געווען גערעכט. ס'איז דאך טאקע גרינגער צו לערנען און היטן די תורה אין מדבר, ווען אלע באדערפענישן ווערן צוגעשטעלט אויף א גאלדענער טאץ פון הימל, ווי איידער אין ארץ ישראל.
דער אויבערשטער זוכט אבער נישט ביי מענטשן קיין שלימות און גרינגע עבודה. ער וויל אז דווקא אין און דורך די שוועריגקייטן פון לעבן אויף דער וועלט, זאל דער איד זיך אנשטרענגען און ארבעטן צו לערנען און טאן דעם רצון הבורא.
יא, וואוינען אין ארץ ישראל, היינט ווי דעמאלט, איז נישט גרינג. דער אויבערשטער וויל אבער דווקא דאס: ארבעט, שוויץ, באארבעט די ערד, און היט די תורה און מצוות דווקא אזוי.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=DpooAev ... video_user

ויקח קרח - לקח מקח רע לעצמו. זאגט דער ריזשונער: די סיבה וואס האט געפירט קרח אריינצופאלן אין אזא טיפן לאך איז דאס, אז ער האט זיך גענומען "מקח רע", שלעכטס, נעגאטיוויטעט. אז מען קוקט מיט א טוב עין, מיט פאזיטיוויטעט, און מען זעט גוטס ביי יעדן און איבעראל, פירט מען שוין צו אז דער מענטש זאל פארן גוט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=ttLvUG- ... video_user

נאך דער מחלוקה פון קרח ועדתו, האט דער אויבערשטער באפוילן אז אלע זאלן אוועקשטעלן זייערע שטעקנס, און דאן וועט פון דעם זיין א סימן ווער ס'איז דער ריכטיגער פירער. זענען אויף אהרן הכהנ'ס שטעקן געוואקסן מאנדלען.
די געשיכטע האט זיך אבער נישט מיט דעם געענדיגט. עס שטייט ווייטער אין פסוק, אז אלע איבעריגע האבן גענומען זייערע שטעקנס. פארוואס דערמאנט דאס די תורה? איז דער ענטפער, אז יענע זענען געווען אמת און האבן זייערע אקטן און טענות געמיינט מיט דער פולסטער ערנסטקייט. דערפאר, ווען זיי האבן זיך איבערצייגט אז זיי האבן געגרייזט, האבן זיי גענומען די שטעקנס זייערע און זיי ארומגעוויזן פאר'ן גאנצן עולם: "זעט, חברה. דער שטעקן איז נאקעט. נישטא דערויף קיין מאנדלען. איך האב געגרייזט. אהרן איז ווירקליך דער, וועמען דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן."
אן אמת'ער פירער איז דער, וואס איז גרייט מודה צו זיין אז ער איז באגאנגען א טעות.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

וואו שטייט אז זיי האבן מודה געווען אז אהרן גערעכט? זיי האבן צוריק גענומען די שטעקענס און זיך ווייטער געהאלטן מיט דעם.
מה שהיה הוא שיהיה. מענטשן האלטן זיך אן אין נאקעטע שטעקענעס וועלכע פארקויפן גארנישט. איי קענסט דאך גיין זוכן א צווייטע שטעקן וואס געבט ארויס פיינע מאנדלעך? ניין, ער וועט זיך ענדערש ווייטער האלטן מיט זיין ליידיגע שטעקן, פון וואס מען קען קיין טובת הנאה נישט באקומען.
ויראו ויקחו איש מטהו.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
קענער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך קענער »

רש"י הק' זאגט "קרח שפיקח היה מה ראה לשטות זה"?
א קלוגער איד האט זיך אויגעדרוקט אויף א געוויסער תלמיד חכם "ער? ער האט זיך בא'נער'ישט! איי איך זאג אלץ אז ער איז א חכם, אבער ווער דען קען זיך בא'נער'ישן? נאר א חכם! וויל א נער איז איין שטיק נער און "בא'נער'ישט זיך" נישט..."
אבער פארט דארף א חכם געדענקען אז דאס איז נישט קיין תירוץ, א חכם טאר זיך נישט בא'נער'ישן ----קיינמאל-----
און קורח זאל זיין דער וואס דערמאנט יעדע חכם, אפילו שפיקח היה, דאך האט מען אים פארגעהאלטן "היתכן דו האסט זיך בא'נער'ישט?!"
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=ZJWuZrm ... video_user

יעדן אינדערפרי פאר'ן דאווענען זענען מיר אויף זיך מקבל די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך." וואס איז דער "כמוך"? זאגט "פעטער יאסל": כמוך איז טייטש ווי ער, דער חבר, איז - כמו שהוא.
מיר ווילן דערמיט מעורר זיין דעם רצון העליון אונז מקבל צו זיין ווי מיר זענען, אפילו אויב מיר זענען נישט ראוי אז אונזערע תפילות זאלן אנגענומען ווערן; אפילו מיר דאס דאווענען איז אן געדולד, נישט ווי עס וואלט געדארפט צו זיין.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פארשפארט