בראך שעקר ע"ז מארצינו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 980 מאל

בראך שעקר ע"ז מארצינו

שליחה דורך הערשי »

[justify]די שרייבערין מרת פריידא וויזעל האט אפגעשריבן היינט אן ארטיקל "א קירכע אין קרית יואל". מרת וויזעל איז א געוועזענע היימישע פרוי וועלכע פובליצירט ליטערארע ווערק און איז טעטיג אין קולטוראלע אקטיוויטעטן איבער חסידים און חסידות. די טעמע פונעם קרית יואל'ער "קירכע" איז אינטערסאנט, ווייל עס הערשט א נעפל ביים עולם איבער די פרטים, ווי זי שרייבט אין אירע זכרונות. דאס פאלגענדע איז אן איבערארבעטונג פון "א קירכע אין קרית יואל".[/justify]

3012139.jpg
3012139.jpg (108.04 KiB) געזען געווארן 2805 מאל


סהדי שעקרי
[justify]בשנת תר"ל האט זיך געיאוועט א קריסטליכע סעקטע, גערופן עדי קה (ע"י). די עדים זענען א ראדיקאל גרופע וועלכע האלטן זיך אפ פון רציחה, אפילו למלחמת מצוה זענען זיי זיך משתמט פון מקיים צו זיין יד העדים תהיה בו. זיי נעמען נישט, און גיבן נישט, קיין בלוט, אפילו במקום פיקוח נפש, כי הדם הוא הנפש. זיי פייערן נישט קיין געבורטסטעג, לאו דוקא ווייל טוב לו לאדם שלא נברא, נאר ווייל זיי דרש'ן אלה מועדי ה', אלה פוסל את הראשונים. ווי אויך זענען זיי שטארק עוסק אין קירוב, זענען מחזיר על הפתחים און זאגן פסוק לי פסוקתך, און זענען משמיע דעם דבר ה', ווי דער רמב"ם זאגט, "לישר דרך למלך המשיח". די פירער פון ע"י האבן שוין עטליכע מאל געוואלט מגלה זיין דעם קץ, נאר נסתלקה ממנו שכינה, ונשאו להעמיד חזון ונכשלו.
די ע"י גרופע קומט זיך צוזאם וועכנטליך בכל מקומות מושבותיהם צו לערנען תורה שבכתב ברוב עם. די בתי מדרש ווערן גערופן היכליא דמלכותא, ע"ש מלכותא דרקיע. די סעקטע האט געזוכט א פאסיג ארט אינדרויסן פון שטאט וואו אויפצושטלן א גרויסן היכל מלכות וואס זאל דינען ווי א צענטראל פאר גרעסערע פארזאמלונגען. בשנת תשל"ג האט די סעקטע אפגעקויפט א שטח אין די טאון אוו מאנרא, און האבן טאקע דארט אויפגעבויט דעם בית כריא דידן.
והיה מדי שבת בשבתו האבן זיך געשלענגלט ארום די גלילות פון קרית יואל באסעס און פריוואטע אויטאס לתלפיות, תל שכל פיות פונים אליו, עין כל ועין קוץ, ארויף דעם בארג, צו דעם באשיידענעם אבער שיינעם געביידע, געטינקען אין ווייכע גרינס און באצירט מיט מעינות נובעים מים חיים, לשמוע את דבר ה'.
צוליב פארשידענע סיבות, אולי צוליב ענייני ממונות, האבן די ע"י באשלאסן צו פארקויפן דאס ארט און נעמען דעם וואנדען שטעקן. בשנת תש"ס, האט הנגיד ר' יחזקאל זיגמונד בראך, רב דקהל בני אלעזר, אויסגעלייזט דעם שטח פאר כמעט צוויי מיט א האלב מיליאן דאלער, וכיון שהתחיל במצוה נקראת על שמו, בראך'ס לאט.
דורכאויס די יארן זינט קהל בני אלעזר האט אפגעקויפט דעם שטח, האט דריי מאל מיסטעריעז אויסגעבראכן פייערן אין דעם פארלאזטן היכלא דמלכותא, כאטש קהל בני אלעזר פלעגט נישט צו דאווענען דארטן און קיינער האט זיך דארט נישט געדרייט, והיה לפלא.
פאר צען יאר איז דער בנין געשטאנען פארלאזט און נאכגעלאזט, שועלים הלכו בו. יבש המעין ונקצץ האילן, די בוימער פארטרינקט, די בלומען פארוועלקט, און די שפרודלדיגע קוואל איז פארוואנדלט געווארן אין א בלאטיגע קאלוזשע, מקור חיים למקור אכזב. בשנת תש"ע איז דער בנין צושטויסן געווארן.[/justify]
זכרונות פון מרת וויזעל
[justify]אין דעם הייליגן שטעטל קרית יואל, סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון רביה"ק זיע"א, שטייט א תיפלה. אין דעם הייליגן שטעטל קרית יואל, גענצליך אפגעזונדערט פון די גוישע גאס, שטייט א תיפלה. הונטער אונזער הויז אויף סאטמאר דרייוו, פארשטעקט מיט הערליכע האדסאן וואלי בוימער, ביים שפיץ פון א שמאל געדרייטן שטעגל, שטייט א געביידע וואס מיר קינדער רופן תיפלה.
זען האב איך דעם תיפלה נישט געקענט, עס איז געווען צו געדעכט באוואקסן ארום. איך האב זיך אבער יא געקענט פארשטעלן וויאזוי דאס קוקט אויס. א הויך שמאל פארכמארעט געביידע, מיט דיקע גרויע שטיינערע ווענט. גאטישע פענצטער ווי האלב פארמאכטע אויגן הייבן זיך אויף ארויף ביז צום צלם ביים שפיץ. אינעוויניג דרייען זיך גלחים געקליידט אין שווארץ און פלאנעווען טייוולאניש א בלוט בילבול. אויפן דאך איז דער גלאק טורעם וועמענס קלאגנדיגע מאנאטינשער קלאנג, דרייען זיך שמועות, הערט זיך ביזן ליזענסקער גאס.
אין די שטיקיגע זומערדיגע שבתים פלעגן מיר שטיין אויפן טעראסע און באאבאכטן ווי די וואלד שפייט מיט באסעס און אוטאס פיל מיט קירכע גייער. מיר האבן געפאכעט מיט די הענט צו פארביי-פארנדע אוטאס. נאך אן אוטא און נאך, ביי-ביי, ביי-ביי. אט האט א פריינטליכער מאטאריסט געשמייכלט און געפאכעט א האנט אויף צוריק. שנעל, מיר טאנצן אראפ פון די בענקלעך, פאלן איינע אויפן אנדערע און קייכן זיך פאר געלעכטער.
נאכן טשולענט האט דער טאטע אונז גענומען אויף א שפאציר ארויף און אראפ פארעסט גאס. טיילמאל האבן מיר געפאסט מוט און פארקירעוועט זיך אהינציר ארויף אויפן שטעגל. מיר פלעגן אריבער דעם עלעקטראנישן צוים, שפאצירן צווישן די קוישן פלוישנע בלומען און קלארע וואסערפאלן, אבער קיינמאל האבן מיר זיך געוואגט ארויפצוקלעטערן ביזן קירכע.
אין איינעם א זומער האבן די אוטאס אויפגעהערט קומען. זיי פארטראגן זיך מער נישט מיט די אידן, האט מען געשמועסט. דער טאטע האט געזאגט אז זיי זענען איידעלע גוים און רעספעקטירן אונזער גלויבן. אפשר האבן זיי פרובירט צו שמד'ן אידן? זיי זענען מער נישטא.[/justify]
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר