בראך שעקר ע"ז מארצינו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

בראך שעקר ע"ז מארצינו

שליחה דורך הערשי »

[justify]די שרייבערין מרת פריידא וויזעל האט אפגעשריבן היינט אן ארטיקל "א קירכע אין קרית יואל". מרת וויזעל איז א געוועזענע היימישע פרוי וועלכע פובליצירט ליטערארע ווערק און איז טעטיג אין קולטוראלע אקטיוויטעטן איבער חסידים און חסידות. די טעמע פונעם קרית יואל'ער "קירכע" איז אינטערסאנט, ווייל עס הערשט א נעפל ביים עולם איבער די פרטים, ווי זי שרייבט אין אירע זכרונות. דאס פאלגענדע איז אן איבערארבעטונג פון "א קירכע אין קרית יואל".[/justify]

3012139.jpg


סהדי שעקרי
[justify]בשנת תר"ל האט זיך געיאוועט א קריסטליכע סעקטע, גערופן עדי קה (ע"י). די עדים זענען א ראדיקאל גרופע וועלכע האלטן זיך אפ פון רציחה, אפילו למלחמת מצוה זענען זיי זיך משתמט פון מקיים צו זיין יד העדים תהיה בו. זיי נעמען נישט, און גיבן נישט, קיין בלוט, אפילו במקום פיקוח נפש, כי הדם הוא הנפש. זיי פייערן נישט קיין געבורטסטעג, לאו דוקא ווייל טוב לו לאדם שלא נברא, נאר ווייל זיי דרש'ן אלה מועדי ה', אלה פוסל את הראשונים. ווי אויך זענען זיי שטארק עוסק אין קירוב, זענען מחזיר על הפתחים און זאגן פסוק לי פסוקתך, און זענען משמיע דעם דבר ה', ווי דער רמב"ם זאגט, "לישר דרך למלך המשיח". די פירער פון ע"י האבן שוין עטליכע מאל געוואלט מגלה זיין דעם קץ, נאר נסתלקה ממנו שכינה, ונשאו להעמיד חזון ונכשלו.
די ע"י גרופע קומט זיך צוזאם וועכנטליך בכל מקומות מושבותיהם צו לערנען תורה שבכתב ברוב עם. די בתי מדרש ווערן גערופן היכליא דמלכותא, ע"ש מלכותא דרקיע. די סעקטע האט געזוכט א פאסיג ארט אינדרויסן פון שטאט וואו אויפצושטלן א גרויסן היכל מלכות וואס זאל דינען ווי א צענטראל פאר גרעסערע פארזאמלונגען. בשנת תשל"ג האט די סעקטע אפגעקויפט א שטח אין די טאון אוו מאנרא, און האבן טאקע דארט אויפגעבויט דעם בית כריא דידן.
והיה מדי שבת בשבתו האבן זיך געשלענגלט ארום די גלילות פון קרית יואל באסעס און פריוואטע אויטאס לתלפיות, תל שכל פיות פונים אליו, עין כל ועין קוץ, ארויף דעם בארג, צו דעם באשיידענעם אבער שיינעם געביידע, געטינקען אין ווייכע גרינס און באצירט מיט מעינות נובעים מים חיים, לשמוע את דבר ה'.
צוליב פארשידענע סיבות, אולי צוליב ענייני ממונות, האבן די ע"י באשלאסן צו פארקויפן דאס ארט און נעמען דעם וואנדען שטעקן. בשנת תש"ס, האט הנגיד ר' יחזקאל זיגמונד בראך, רב דקהל בני אלעזר, אויסגעלייזט דעם שטח פאר כמעט צוויי מיט א האלב מיליאן דאלער, וכיון שהתחיל במצוה נקראת על שמו, בראך'ס לאט.
דורכאויס די יארן זינט קהל בני אלעזר האט אפגעקויפט דעם שטח, האט דריי מאל מיסטעריעז אויסגעבראכן פייערן אין דעם פארלאזטן היכלא דמלכותא, כאטש קהל בני אלעזר פלעגט נישט צו דאווענען דארטן און קיינער האט זיך דארט נישט געדרייט, והיה לפלא.
פאר צען יאר איז דער בנין געשטאנען פארלאזט און נאכגעלאזט, שועלים הלכו בו. יבש המעין ונקצץ האילן, די בוימער פארטרינקט, די בלומען פארוועלקט, און די שפרודלדיגע קוואל איז פארוואנדלט געווארן אין א בלאטיגע קאלוזשע, מקור חיים למקור אכזב. בשנת תש"ע איז דער בנין צושטויסן געווארן.[/justify]
זכרונות פון מרת וויזעל
[justify]אין דעם הייליגן שטעטל קרית יואל, סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון רביה"ק זיע"א, שטייט א תיפלה. אין דעם הייליגן שטעטל קרית יואל, גענצליך אפגעזונדערט פון די גוישע גאס, שטייט א תיפלה. הונטער אונזער הויז אויף סאטמאר דרייוו, פארשטעקט מיט הערליכע האדסאן וואלי בוימער, ביים שפיץ פון א שמאל געדרייטן שטעגל, שטייט א געביידע וואס מיר קינדער רופן תיפלה.
זען האב איך דעם תיפלה נישט געקענט, עס איז געווען צו געדעכט באוואקסן ארום. איך האב זיך אבער יא געקענט פארשטעלן וויאזוי דאס קוקט אויס. א הויך שמאל פארכמארעט געביידע, מיט דיקע גרויע שטיינערע ווענט. גאטישע פענצטער ווי האלב פארמאכטע אויגן הייבן זיך אויף ארויף ביז צום צלם ביים שפיץ. אינעוויניג דרייען זיך גלחים געקליידט אין שווארץ און פלאנעווען טייוולאניש א בלוט בילבול. אויפן דאך איז דער גלאק טורעם וועמענס קלאגנדיגע מאנאטינשער קלאנג, דרייען זיך שמועות, הערט זיך ביזן ליזענסקער גאס.
אין די שטיקיגע זומערדיגע שבתים פלעגן מיר שטיין אויפן טעראסע און באאבאכטן ווי די וואלד שפייט מיט באסעס און אוטאס פיל מיט קירכע גייער. מיר האבן געפאכעט מיט די הענט צו פארביי-פארנדע אוטאס. נאך אן אוטא און נאך, ביי-ביי, ביי-ביי. אט האט א פריינטליכער מאטאריסט געשמייכלט און געפאכעט א האנט אויף צוריק. שנעל, מיר טאנצן אראפ פון די בענקלעך, פאלן איינע אויפן אנדערע און קייכן זיך פאר געלעכטער.
נאכן טשולענט האט דער טאטע אונז גענומען אויף א שפאציר ארויף און אראפ פארעסט גאס. טיילמאל האבן מיר געפאסט מוט און פארקירעוועט זיך אהינציר ארויף אויפן שטעגל. מיר פלעגן אריבער דעם עלעקטראנישן צוים, שפאצירן צווישן די קוישן פלוישנע בלומען און קלארע וואסערפאלן, אבער קיינמאל האבן מיר זיך געוואגט ארויפצוקלעטערן ביזן קירכע.
אין איינעם א זומער האבן די אוטאס אויפגעהערט קומען. זיי פארטראגן זיך מער נישט מיט די אידן, האט מען געשמועסט. דער טאטע האט געזאגט אז זיי זענען איידעלע גוים און רעספעקטירן אונזער גלויבן. אפשר האבן זיי פרובירט צו שמד'ן אידן? זיי זענען מער נישטא.[/justify]
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער אינטערעסאנט, הערשי.

איך בין גראדע אמאל געווען דארט אינעווייניג בשעת די קירכע האט זיך נאך געפינען דארט. זיי האבן געהאט אויפן מזרח וואנט דעם ערשטן פסוק חומש בראשית ברא אלקים וגו' מיט גרויסע בוכשטאבן, דאכציך אויך די עשרת הדברות. אויך האבן זיי געהאט דארט א מקוה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אזא רייכקייט, א רחמנות אויף אן עם הארץ וואס ליינט דיינע ווערק...

שלא עשנו כגויי הארצות,
רבי מכריז אל יכנסו עמי הארצות,
צב”י היא לכל הארצות.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אפשר באלאנגט מיין שאלה אין די תורה אפטיילונג.

ס'איז נישט ס'איינצוגסטע קירכע וועלכע ווערט איבערגענימען דורך א בליעה"ר ופרצתה ימה וקדמה חסידישע ווינקעל. אין וויליאמסבורג האט מען לעצטענס (שוין אפאר יאר) איינגעווארפן די קירכע נעבן ספינקא שול, לי און קיעפ. די קלוזענבורגע ת"ת אויף בעדפארד און הויז איז געווען א קירכע פאר ס'איז געווארן א שול, קאנגרעגעשאן בני ישראל. און פילייכט זענען פארהאן נאך פעלער.

וואס איז די הלכה מיט אזא פלאץ? כ'האב געהערט אז ס'איז פארהאן א תשובה פון פאפא רב ז"ל איבער דעם ענין, אבער כ'קען עס נישט געפינען. כ'האב געהערט אז מאנכע זענען זיך מונע עד היום הזה פון אריינגיין אין די קלאזענבורגע זאל צוליב דעם. ווער קען אנצייגן וואס איז הלכה, וואס איז מנהג, אאוו?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

מיר האבן געוואינט זייער נאנט, ממש מאחורי הגדר, געזען יעדען שבת די גאנצע פראצעסיע

ברוך שעקר
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

איך זע א צווייטענ'ס פינגער אפדרוקען און די אידישע ווערסיע איבער די מאונטען קירכע.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

נו, איז דאך זייער גיט! וואס דארף מען דאס אראפ ווארפען?
זאל מען דאס איבערבויען שיין, ציריק אויפבליען דאס פלאץ און עס מאכען פאר א שיינער זאלוינישע שיל
און פלאצען זאלען די שונאים
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אין שטעטל פלעגט מען שמועסן אז זיי זענען אזוי מסדר די טראפיק, קמא קמא, דריי קארס ארויספארן אין יעדע ריכטונג, כדי נישט צו שטערן די רוה טאג פון די שכינים.

דאס געדענק איך, אז די מתפללים פלעגן זיין עלטערע פארפעלקער און פלעגן פארן גאר געלאסן.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

זייער שיין, [tag]הערשי[/tag].

אינטערעסאנט איז אז פונקט פריער ביים פארן אויפ'ן בי. קיו. אי. האב איך געזאגט פאר א פריינד אין קאר אז כ'גיי נאכקוקן די וועב-זייטל jw.org, וואס שטייט אויף די גרויסע בנינים לעבן די ברוקלין בריק — וואס כ'געדענק שמועסן געהער אפיציעל פאר מיסיאנערן.
יעצט ביים אריינגיין אין די לינק וואס דו ברענגסט, זע איך אז ס'געהערט טאקע פאר דעם קריסטליכע סעקטע עדי קה.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

הערליך רייך באשריבן, א מייסטער ווערק!
הערשי האט געשריבן:[justify][i]
דורכאויס די יארן זינט קהל בני אלעזר האט אפגעקויפט דעם שטח, האט דריי מאל מיסטעריעז אויסגעבראכן פייערן אין דעם פארלאזטן היכלא דמלכותא, כאטש קהל בני אלעזר פלעגט נישט צו דאווענען דארטן און קיינער האט זיך דארט נישט געדרייט, והיה לפלא.[/justify]

:lol: :lol: :lol:
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ברסלבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, הערשי.

איך בין גראדע אמאל געווען דארט אינעווייניג בשעת די קירכע האט זיך נאך געפינען דארט. זיי האבן געהאט אויפן מזרח וואנט דעם ערשטן פסוק חומש בראשית ברא אלקים וגו' מיט גרויסע בוכשטאבן, דאכציך אויך די עשרת הדברות. אויך האבן זיי געהאט דארט א מקוה.

מ'מעג אריינגיין אין א קירכע?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק האט געשריבן:נו, איז דאך זייער גיט! וואס דארף מען דאס אראפ ווארפען?
זאל מען דאס איבערבויען שיין, ציריק אויפבליען דאס פלאץ און עס מאכען פאר א שיינער זאלוינישע שיל
און פלאצען זאלען די שונאים

נאר קיין מגן דוד'ס אדער א ישראלי'שע פאן זאל מען דארט ח"ו נישט אריינברענגען. א ווייס איך נישט. אבער א מגן דוד זיכער נישט... :roll: :lol: :twisted: :lol: :x :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נולד מאוחר האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, הערשי.

איך בין גראדע אמאל געווען דארט אינעווייניג בשעת די קירכע האט זיך נאך געפינען דארט. זיי האבן געהאט אויפן מזרח וואנט דעם ערשטן פסוק חומש בראשית ברא אלקים וגו' מיט גרויסע בוכשטאבן, דאכציך אויך די עשרת הדברות. אויך האבן זיי געהאט דארט א מקוה.

מ'מעג אריינגיין אין א קירכע?

אויב ס'איז נישט דא קיין מגן דוד ר"ל מעיג מען יא...ווייל א סאך טשוירטשעס זענען שוין פארדארבן געווארן און זיי לייגן יא ארויס מגן דוד'ס., ר"ל מהאי דעתא...)ימ"ש(... :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

לויט דעם ארטיקל אז עס איז עס נישט געווען א קירכע נאר א פארזאמלונגס פלאץ, האט מען געמעגט אריינגיין.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

בעריש האט געשריבן:איך זע א צווייטענ'ס פינגער אפדרוקען און די אידישע ווערסיע איבער די מאונטען קירכע.

[tag]בעריש[/tag], עלעבאריר ביטע
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואליש האט געשריבן:אפשר באלאנגט מיין שאלה אין די תורה אפטיילונג.

ס'איז נישט ס'איינצוגסטע קירכע וועלכע ווערט איבערגענימען דורך א בליעה"ר ופרצתה ימה וקדמה חסידישע ווינקעל. אין וויליאמסבורג האט מען לעצטענס (שוין אפאר יאר) איינגעווארפן די קירכע נעבן ספינקא שול, לי און קיעפ. די קלוזענבורגע ת"ת אויף בעדפארד און הויז איז געווען א קירכע פאר ס'איז געווארן א שול, קאנגרעגעשאן בני ישראל. און פילייכט זענען פארהאן נאך פעלער.

וואס איז די הלכה מיט אזא פלאץ? כ'האב געהערט אז ס'איז פארהאן א תשובה פון פאפא רב ז"ל איבער דעם ענין, אבער כ'קען עס נישט געפינען. כ'האב געהערט אז מאנכע זענען זיך מונע עד היום הזה פון אריינגיין אין די קלאזענבורגע זאל צוליב דעם. ווער קען אנצייגן וואס איז הלכה, וואס איז מנהג, אאוו?

איך ווייס נישט וועגן פאפא רב אבער איבער דעם בנין אין מאנרא איז דא תשובות פון ר' יחזקאל רוטה און ר' שמואל וואזנר געדרוקט, דער היתר איז בערך געבויעט אויף די באקאנטע תשובה פון 'שואל ומשיב' (מהדורא קמא ח"ג סי' עב) אז די פרוטעסטאנטישע קירכעס האבן נישט קיין דין פון בית ע"ז איז ממילא כ"ש פשוט להיתר ביי די עדי הוי"ה וואס גלויבן בכלל נישט אין שילוש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפטעמיסט האט געשריבן:זייער שיין, [tag]הערשי[/tag].

אינטערעסאנט איז אז פונקט פריער ביים פארן אויפ'ן בי. קיו. אי. האב איך געזאגט פאר א פריינד אין קאר אז כ'גיי נאכקוקן די וועב-זייטל jw.org, וואס שטייט אויף די גרויסע בנינים לעבן די ברוקלין בריק — וואס כ'געדענק שמועסן געהער אפיציעל פאר מיסיאנערן.
יעצט ביים אריינגיין אין די לינק וואס דו ברענגסט, זע איך אז ס'געהערט טאקע פאר דעם קריסטליכע סעקטע עדי קה.

פינקט האב איך נעכטען אויך באמערקט די גרויסע סיין!! זיי האבן עס לעצטענס ארויפגעשטעלט?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אן אווארד ווינינג ארטיקל מיט אן אווארד ווינינג שפראך מיט 18 צעפאנטשטע לייקס.
#וואו נעמט מען דעם גליקליכן אמאל
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ראשעקאל האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:זייער שיין, [tag]הערשי[/tag].

אינטערעסאנט איז אז פונקט פריער ביים פארן אויפ'ן בי. קיו. אי. האב איך געזאגט פאר א פריינד אין קאר אז כ'גיי נאכקוקן די וועב-זייטל jw.org, וואס שטייט אויף די גרויסע בנינים לעבן די ברוקלין בריק — וואס כ'געדענק שמועסן געהער אפיציעל פאר מיסיאנערן.
יעצט ביים אריינגיין אין די לינק וואס דו ברענגסט, זע איך אז ס'געהערט טאקע פאר דעם קריסטליכע סעקטע עדי קה.

פינקט האב איך נעכטען אויך באמערקט די גרויסע סיין!! זיי האבן עס לעצטענס ארויפגעשטעלט?


ס'ליגט שוין דארט א שטיק צייט, מיין איך. אבער ס'איז רעלעטיוו ניי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז מ'רעדט שוין פון די 'עדי הוי"ה', א שטיקל היסטארישע בליק אויף די טונקעלע זייט פון די נאבעלע מיסיאנערישע נערוון-קריכערס.
YouTube
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

2 וואכן צוריק זענען זיי געווען ביי מיין טיר, 2 פרויען זייער צניעות'דיג. כ'האב גערעדט מיט זיי 5 מינוט איבער זייערע דעות ביז כ'האב געפילט איך גיי מיך שוין שמד'ן האב איך געזאגט איך דארף גיין.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:איבער דעם בנין אין מאנרא איז דא תשובות פון ר' יחזקאל רוטה און ר' שמואל וואזנר געדרוקט,

שבט הלוי חלק י' סימן ק"ל, עמק תשובה חלק ה' סימן ה'
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:2 וואכן צוריק זענען זיי געווען ביי מיין טיר, 2 פרויען זייער צניעות'דיג. כ'האב גערעדט מיט זיי 5 מינוט איבער זייערע דעות ביז כ'האב געפילט איך גיי מיך שוין שמד'ן האב איך געזאגט איך דארף גיין.

דו וואלסט נאכאלץ געקענט שרייבן אויף קאווע שטיבל. מ'וואלט דיך אריינגעלאזט. איך בין זיכער. ווייל אינז בענקעןו זייער שטארק נאך דיינע טיפזיניגע מאמרים און אינטרעסאנטע קליפס. כ'מיין זייער הויפט וואלט עס ערלויבט. אויב ח"ו גייסטו יא אריבער צו זיי (ר"ל, היל"ת, וואלט שוין הרב ישראל מ. סופר געשריבן.) זאלסטו פארלאנגען אז דו זאלסט נאכאלץ מעיגן פארן צו רביה"ק הגה"ק שליט"א קיין קרית יואל אויף יום טוב... :? 8-) :roll: :lol: :lol: :lol: :D :) ;) :o
פארשפארט