די מעלות אין חסרונות פון געהערן צו א קרייז, קהילה, וכדו'
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

[justify]דארף מען באלאנגען ערגעץ?? אוודאי אז יא! וואס איז די שאלה בכלל? אבער, האללא, ווער זאגט אז אזוי דארף זיין? פארוואס טאקע דארף אזוי זיין? וואס ברענגט מיך דאס, אז איך באלאנג ערגעץ?
די פשוט'סטע תירוץ אויף דעם וואלט געווען; קוק דיך פשוט אים אויף די געזעלשאפט וועסטו אליין זעהן פארוואס עס וועלט אויס. נישט אזוי ווייט פאר אונז ערוואקסענע אליין, אבער פאר די קינדער און משפחה זיכער. איך מיין אז ווען מען קוקט זיך אום יעדער אין זיין סביבה וועט זעהן אז אויף א געוויסע מהלך, די וואס האבן א רב, רבי, דיין, וואו זיי באלאנגען, האבן מצליח געווען מיט די קינדער בעסער און סטאבלאזירט'ער ווי די אנדערע.
און כש"כ די וואס זענען געגאנגען וואוינען אין פלעצער וואס האט נישט קיין געהעריגע הנהגה זענען נישט גוט ארויס געקומען. (סיגעיט, והגלילות של מאנסי יוכיח)
די שאלה איז אבער וואס איז טאקע פשט? פארוואס דארף איך באלאנגען ערגעץ? וואס גייט מיך עס ברענגען?
איך ווייס נישט דעם ריכטיגע ספעציפישע תירוץ אבער לאמיר עס אביסעל אויסשמוסן. קודם איז דא צוויי זאכן; רוחניות און גשמיות.
בגשמיות איז דא אסאך בענעפיטן פון באלאנגען צו א קהילה. ווי נישט ווי שטעלט יעדע קהילה צו געוויסע סערוויסעס וואס איז זייער נוצבאר, ווי למשל ביליגער פלייש, מצות, שמות. האסט וואו צו קויפן ד' מינים, א מקום קבירה לאחר מאה ועשרים, שטעלן צו שיערים, חברותא, דיינים וכו' וכו'. נאכדעם אויף קיין שום יוד געזאגט, אז איינער לייגט זיך אמאל אריין אין א פלאנטער, ער פארחובת'ט זיך, דארף חתונה מאכן ואין שם לחם לאכול, וכו'. איז אויב באלאנגסטו אויף א פלאץ, דאן ביסטו קיינמאל נישט אליין, מען וועט איבערדרייען א שטאט פאר דיר מיט'ן מאכ'ן טיי אווענטס, וועסט באקומען פונעם קרן חתנים קאסע. גאר א שווערע קעיס וועט די רבי אליין שאפן געלט, אא"וו.
דערנאך איז דא א נושא פון רוחניות; דהיינו אז די האסט נישט קיין מקום וואו די באלאנגסט האסטו נישט קיין שום התחייבת און קיין שום ענין, אויב ציסטו אמאל איבער דאס שטריקעל וועט דיך קיינער נישט זאגן, דו דארפסט קיינעם געפעלן אין קיין שום הינזיכט וכו' וכו'. איך פרוביר אבער צופארשטיין וואס ספעציפיש מאכט עס אויס? דהיינו וועלכע זאך קען איך נישט טוען ווען איך געהער צו א קרייז בעת וואס ווען איך בין א מענטש פאר זיך קען איך עס יא טוען?
דערנאך וויל איך וויסען אויב איינער קען מיט טיילען וועלכע זאכן ער שמועסט דורך מיט זיין רב דיין אין חלק היהדות נישט אין הלכה, איך פארשטיי אז דו פרעגסט נישט וועלכע זאקן צו קויפן איז וואס יא?[/justify]

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
איך בין שטים איך קען דיר גארנישט ענטפערן
איין זאך יא די לעצטע שאלה וואס די פרעגסט וואס איך רעד מיט מיין רב קען איך ענטפערן עס קומט אויס בערך איינמאל אין יעדע אנדעט האלבע יאר ווען איך האב א קינד און איך וויל צולייגן נאך א נאמען צו די נאמען וואס איך וויל געבן פרעג איך אים ווי אזוי דאס קומט ווי לייג איך עס צו פריער ווי די אריגינעלע נאמען אדער שפעטער. אדער ווען איך דארף אראפנעמען א נאמען ווייל מיין שוויגער/מאמע/ווייב האט איין נאמען וועל איך אים פרעגן צו ווען מען נעמט אראפ דארף מען מען צולייגן א אנדערע.
און פאר איך האב געטוישט מיין דזשאב בין איך אים געגאנגען פרעגן וואס ער האלט וועגן דעם.

טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
לית דין בר נש האט געשריבן:איך בין שטים איך קען דיר גארנישט ענטפערן
איין זאך יא די לעצטע שאלה וואס די פרעגסט וואס איך רעד מיט מיין רב קען איך ענטפערן עס קומט אויס בערך איינמאל אין יעדע אנדעט האלבע יאר ווען איך האב א קינד און איך וויל צולייגן נאך א נאמען צו די נאמען וואס איך וויל געבן פרעג איך אים ווי אזוי דאס קומט ווי לייג איך עס צו פריער ווי די אריגינעלע נאמען אדער שפעטער. אדער ווען איך דארף אראפנעמען א נאמען ווייל מיין שוויגער/מאמע/ווייב האט איין נאמען וועל איך אים פרעגן צו ווען מען נעמט אראפ דארף מען מען צולייגן א אנדערע.
און פאר איך האב געטוישט מיין דזשאב בין איך אים געגאנגען פרעגן וואס ער האלט וועגן דעם.
א גרויסן דאנק לית דן בר נש פארן שרייבן. במחילת כבודך וואלט איך דאס געוואלט אביסל צולייגן.
בנוגע די נאמען ביסט גערעכט, און פאר דעם דארף מען טאקע
פרעגן א דיין רב וכדו', אבער בנוגע דיין ביזנעס, לאמיך פארשטיין וואס פונקטלעך האסטו געוואלט פון דיין רב? איך גלייב אז די האסט מחליט געווען צו טוישן דזאב, איז דאס געווען פאר א גוטע סיבה, ווי בעסערע שעות, בעסער באצאלט, וכו' איז וואס ווילסטו פון איהם? ער פארשטייט דען צו ביזנעס בעסער וואו א ביזנעס מאן?
(חוץ אויב ביסט געגאנגען פאר א ברכה.)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ביי מיר איז טאקע די אלע זאכן נישט גילטיג. איך האב אפאר ערליכע אידן וועמען איך פרעג און רעד זיך אדורך ווען איך האב א הלכה שאלה. פאר השקפה אדער ביזנעס שאלות האב איך פשוט'ערע קלוגע אידן, מוז נישט זיין קיין רשכבה"ג.
די איינציגסטע אמת'דיגע מעלה וואס איז איך זעה איז בעיקר מוסדות פאר די קינדער. און אויב האט די קהלה א ישיבה (און דו שטעלסט זיך צו ווי פארלאנגט) האסטו נישט רוב שוועריגקייטן וואס אנדערע טאטעס מיט ישיבה בחורים דארפן אדורכגיין. אבער מצד שני נוצן דאס די מוסדות פאר א שטעקן איבער דיר, און דאס איז א גרויסער חסרון.
מצטמק ויפה האט געשריבן:איך פרוביר אבער צופארשטיין וואס ספעציפיש מאכט עס אויס? דהיינו וועלכע זאך קען איך נישט טוען ווען איך געהער צו א קרייז בעת וואס ווען איך בין א מענטש פאר זיך קען איך עס יא טוען?
אין הכי נמי, כדלהלן
בגשמיות איז דא אסאך בענעפיטן פון באלאנגען צו א קהילה. ווי נישט ווי שטעלט יעדע קהילה צו געוויסע סערוויסעס וואס איז זייער נוצבאר, ווי למשל
ביליגער פלייש,
איך קען נישט אריינגיין אין סאטמאר בוטשער און באקומען ביליג פלייש? אפשר רעדסטו פון די דיסקאונטס וואס מעמבער'ס באקומען? מען קען זיך אן עצה געבן.
מצות,
איז פאראן גענוג ארגאניזאציעס וואס וועלן דיר צושטעלן פאר ביליג, א שטייגער ווי משמחי לב, אפגעזעהן וואו דו באלאנגסט, אויב בכלל
שמות,
איי מיען... איך האב טאקע א פעקעלע שמות ערב פסח, אבער וואס וואלט איך פארדינט אלס מעמבער? 10 דאלער א יאר?
האסט וואו צו קויפן ד' מינים,
איך האב גאר א פארקערטן פראבלעם אז איך ווייס נישט וואו יא צו קויפן, אויף יעדן ווינקל איז פאראן נאך א געשעפט און נאך א טרעילאר/מאביל, און עס קומען נאר צו פרישע ווי א יאר...
א מקום קבורה לאחר מאה ועשרים,
דאס קען מען קויפן סיי וואו, קייינער גיבט ממילא נישט גענצליך אומזיסט, נאר א מעמבער קען האבן ביליגער. יעדער האט נאך דערווייל געטראפן א מקום קבורה.. מאנכע חסידות'ער מאכן גאר פון דיר פאטאש פון א מקום קבורה, ממילא קען עס זיין א חסרון...
שטעלן צו שיעורים,
און נאר מעמבערס זענען ערלויבט הנאה צו האבן דערפון? איך טאר נישט גיין צו א שיעור אין פאפא לאנדאן ווייל איך בין נישט זייער א מענטש?
חברותא,
דא בין איך סטאק. אין ישיבה האב איך געדארפט איינער זאל מיר צושטעלן חברותא... אבער היינט? אפשר שטעלן זיי צו א וועקער אויכעט? (כ'מיין אז טייל חסידות טוען עס טאקע...) כ'קען זיך ב"ה אליינס פיין אנייצע געבן.
דיינים וכו' וכו'.
איך האב מיר מיינע דיינים וועמען איך טראסט, גארנישט איינגעשטויסן מיט די קהילה. אויב עפעס, איז דער צווינגען צו גיין נאר צו "היימישע" דיינים וואס ווערן געפיטערט דורך די קהילה און ממילא טאר נישט משנה קיין זיז כ"ש ע"פ רוב א גרויסע חסרון.
נאכדעם אויף קיין שום יוד געזאגט, אז איינער לייגט זיך אמאל אריין אין א פלאנטער, ער פארחובת'ט זיך, דארף חתונה מאכן ואין שם לחם לאכול, וכו'. איז אויב באלאנגסטו אויף א פלאץ, דאן ביסטו קיינמאל נישט אליין, מען וועט איבערדרייען א שטאט פאר דיר מיט'ן מאכן טיי אווענטס, וועסט באקומען פונעם קרן חתנים קאסע. גאר א שווערע קעיס וועט די רבי אליין שאפן געלט, אא"וו.
קרן חתנים גייט היינט דורך ישיבות, טיי אוענטס האט מיט חברים וידידים נישט מיט די קהלה, אדער סתם שטאט עסקנים, און אז דער רבי אליין זאל שאפן געלט.... עממ.... דאס פאסירט נישט נאר אויב דער רבי איז מצפה לתשלום גמול.. געווענליך איז דער רבי צו פארנומען (אין פלארידע וכדומה) זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע קלייניגקייטן. נאך מער, מצד שני אויב באלאנגסטו צו א קהלה איז מען דיר מחייב יעדן מאנטאג און דאנערשטאג מיט אנדערע צדקה צוועקן
דערנאך איז דא א נושא פון רוחניות; דהיינו אז דו האסט נישט קיין מקום וואו דו באלאנגסט האסטו נישט קיין שום התחייבת און קיין שום ענין, אויב ציסטו אמאל איבער דאס שטריקעל וועט דיך קיינער נישט זאגן, דו דארפסט קיינעם געפעלן אין קיין שום הינזיכט וכו' וכו'.
דאס איז א חסרון? טאמער ביסטו א נארמאלער ערליכער מענטש, פארוואס זאלסטו בחפץ לב זיך אריינלייגן אונטער שופטים ושוטרים?
די איינציגסטע אמת'דיגע מעלה וואס איז איך זעה איז בעיקר מוסדות פאר די קינדער. און אויב האט די קהלה א ישיבה (און דו שטעלסט זיך צו ווי פארלאנגט) האסטו נישט רוב שוועריגקייטן וואס אנדערע טאטעס מיט ישיבה בחורים דארפן אדורכגיין. אבער מצד שני נוצן דאס די מוסדות פאר א שטעקן איבער דיר, און דאס איז א גרויסער חסרון.
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דער אמת'ער סיבה פארוואס מענטשן זוכן דאס איז ווי איך האב געשריבן אין דער "משוגע לאותו דבר" אשכול, אז א מענטש האט א נאטורליכע דראנג צו שפירן אז ער באלאנגט ערגעץ. עס גיט רואיגקייט און צופרידנקייט. און זיכער האבן דיינע זאכן אויבן אויך א שטיקל השפעה דערויף, ער ווייסט אז אויב דארף ער הילף איז אביסל גרינגער צו באקומען, אבער עס איז בעיקר די "או חברותא או מיתותא" מענטאליטעט, עס איז א סאושעל לייף וואס רוב מענטשן שפירן זיי מוזן האבן. עס איז א פסיכאלאגיע אן קיין אמת'דיגן הסבר, פונקט ווי א מענטש האט ליב א קאמפלימענט.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
מצטמק איך האב געטוישט דזשאבס פאר א בעסערע פע"י אבער איך האב אביסל געקוקט אויף מיין Image אויך, די ערשטע דזשאב איז גיוועהן א שענערע איך האב גיפרעגט מיין רב ווער"י סימפע"ל ער קען מיך איך האב געוואלט פון אים הערן 1 צו ער קוקט עס אויך אהן פאר א נחות דרגא, 2 לו יהא עס איז א נחות דרגא אויב זאל איך עס עכ"ז טוהן פאר א בעסערע פע"י דאכט זיך אז דער שאלה דארף איך נישט פרעגן א בעל הבית.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
א גרויסע חסרון איז ווען מ'גהערט צו א קהילה, אז ווען די א''ג רשעי הקהל גייען אין קארט איז מען א חלק כחלק יאכלו (עפ''י שיטת הויא''מ) איי מיין קהילה מעג עפ''י תורה נאר די אנדערע זענען די מרימי יד בתורת משה,איז א גרויסע חסרון אז מ'גהערט צו יענע קהילה...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
יעדער איינער געהערט ערגעץ. שמעקעדיג געהערט אויך צו די וואס געהערן זיך נישט אן אינערגעץ... אפילו די אפגעפארענערס געהערן צו קהל גורן האט"ד.
דאס וואס שמעקעדיג לייגט אזוי צום לעצט, בנוגע די ישיבות, איז די גרעסטע פראבלעם וואס עס איז נאר דא. א גרייטע ישיבה מיט אפענע ארעמס איז ווערד אלעס אין דער וועלט, אפילו אביסעלע הכנעה און קוויטל געלט.

(- - -)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די שמועס.
וואס מיינט באלאנגען?
דאווענען אין א געוויסע שול? קויפן א געוויסע צייטונג? גלייבן און זיך ווייקן ביים רבין? כאפן קנאבל? שטיין אויף די פאראנטשעס? קושן די רביס האנט? די נאמען וואס שטייט אויף מיינע קינדערס באס? קויפן טועמי ערב שבת? גיין מיט א שטריימל ביי די חתונה פון רבין? שעלטן א פלאץ? דארט ווי מיין טאטע האט א זשאב?
ביטע עלאבארירן.

- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
ס'זענען דא עטליכע פראזן וואס מאנכע האבן מקבל געוועהן מסיני, און מ'טאר זיך ח"ו נישט דינגן דערמיט. צום ביישפיל, די קנאים האלטן זיך צום חוק "אז ס'טוט וויי שרייט מען" און צום אפילו-מער-אומפארשטענדליכער פראזע "מ'דארף טון, נישט אויפטון". נו, וועסטו טענה'ן ס'מאכט נישט קיין סענס — אבער הלכה היא בידוע.
אט די זעלבע איז מיט געהערן ערגעץ. "מען מוז געהערן ערגעץ". מען מוז! פארוואס אבער, גאט אין הימל? אז מ'זאל קענען ניצען דיינע קינדער אלס א שטעקן? מ'זאל דיר קענען קאנטראלירן ווי א שעיר לעזאזל? אבער, איין מינוט, האט מ'נישט געשמועסט אז "מען מוז" געהערן ערגעץ?
אט די זעלבע איז מיט געהערן ערגעץ. "מען מוז געהערן ערגעץ". מען מוז! פארוואס אבער, גאט אין הימל? אז מ'זאל קענען ניצען דיינע קינדער אלס א שטעקן? מ'זאל דיר קענען קאנטראלירן ווי א שעיר לעזאזל? אבער, איין מינוט, האט מ'נישט געשמועסט אז "מען מוז" געהערן ערגעץ?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כוכב האט געשריבן:איך הייב נישט אן צו פארשטיין די שמועס.
וואס מיינט ליינען קאווע שטיבל?
קןקן אויפן סקרין? קוקן א געוויסע אשכול? די אויגן רוקן זיך? דער מח פראצעסירט אותיות און פראזן? צומאכן און עפענען אשכולות?
ביטע עלאבארירן.
כ'ציטיר נאר פאלש בדרך צחות, איך ווייס אז דו פארשטייסט גאנץ גוט די פשוט'ע אפטייטש פון "געזעלשאפט", נאר ס'איז עשה עצמו כאילו לא ידע.
פישל'ע העררינג האט געשריבן:שמעקעדיג געהערט אויך צו די וואס געהערן זיך נישט אן אינערגעץ...
לאו דווקא, איך געהער יא, אבער נישט בכל תוקף. איך גיי וויפיל/ווען עס שמעקט מיר, אבער איך בין נישט ממש אדוק ומקושר, איך בין נישט שטארק "אין די זאך" (איך קען זיך דעריבער ערלויבן צו הערן דברי חירוף וגידוף אקעגן יענעם מקום אן ווערן גענצליך צעשאקעלט)
און ווי געזאגט, ערנסטע זאכן טו איך נישט מדעת עצמי, איך האב תורה'דיגע און וועלטליכע אויטאריטעטן וואס איך קען זיך שואל עצה זיין מיט זיי ווען עס פעלט זיך אויס.
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שרייבער האט געשריבן:קודם לאמיר הערן די חסרונות וואס איז דא ווען מען באלאנגט ערגעץ
למשל ווען מ'באלאנגט אין בני יואל, און מ'זעהט א ריזיגן עולם בליעה"ר קומען קיין קרית יואל אויף א יום טוב, ווערט מען צופלאצט. דער עולם וואס קומט צו אט דעים ר' אהרן וועים מ'האט אלע יארן מבזה געוועין מיט די ערגסטע בזיונות און נאכגעשריגן איהם און זיין טאטע ווי פאר די ערגסטע שיכורים, און מ'האט זיי געצאפט דאס בלוט. האפנדיג אז מ'עט זיי פארטרייבן און מ'עט אליין קענען הערשן און איבערנעמען קאנטראל. און ס'האטציך נעבעך אלעס אויסגעלאזט מיט א בוידעם. די הארצווייטאג איז אזוי גרויס און שטארק אז מ'מוז גאר אייננעמען הארץ פיללן. אדער אוועקפאהרן ערגעץ אין די מרחקים. ארויס פון גלילות פון קר"י. אבער אויפגעיבן דעם פייט און די שנאת חינם און שיקן א דעלעגאציע איבערצובעיטן. מפייס זיין פאר די אלע צער און עגמת נפש וואס מ'האט גורם געוועין די אלע יארן. דאס נישט. אפשר אין קומענדיגן דור וועט עס מקויים ווערן...אנטשולדיגט. כ'האב נישט געמיינט אז דא איז צימעס...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:קודם לאמיר הערן די חסרונות וואס איז דא ווען מען באלאנגט ערגעץ
למשל ווען מ'באלאנגט אין בני יואל, און מ'זעהט א ריזיגן עולם בליעה"ר קומען קיין קרית יואל אויף א יום טוב, ווערט מען צופלאצט. דער עולם וואס קומט צו אט דעים ר' אהרן וועים מ'האט אלע יארן מבזה געוועין מיט די ערגסטע בזיונות און נאכגעשריגן איהם און זיין טאטע ווי פאר די ערגסטע שיכורים, און מ'האט זיי געצאפט דאס בלוט. האפנדיג אז מ'עט זיי פארטרייבן און מ'עט אליין קענען הערשן און איבערנעמען קאנטראל. און ס'האטציך נעבעך אלעס אויסגעלאזט מיט א בוידעם. די הארצווייטאג איז אזוי גרויס און שטארק אז מ'מוז גאר אייננעמען הארץ פיללן. אדער אוועקפאהרן ערגעץ אין די מרחקים. ארויס פון גלילות פון קר"י. אבער אויפגעיבן דעם פייט און די שנאת חינם און שיקן א דעלעגאציע איבערצובעיטן. מפייס זיין פאר די אלע צער און עגמת נפש וואס מ'האט גורם געוועין די אלע יארן. דאס נישט. אפשר אין קומענדיגן דור וועט עס מקויים ווערן...אנטשולדיגט. כ'האב נישט געמיינט אז דא איז צימעס...
בני יואל זענען פון די מענטשן וואס באלאנגן נישט אין ערגעץ, דאס איז א סארט פערזאן וואס האט נישט ליב קיין הכנעה, איין יאר פארט ער קיין טאהש און איין יאר קיין סקולען, פאר א נויט וועט ער נוצן פשעווארסק, אלעס ווי ס'קומט אים בעסער אויס.
בני יואל באדערט נישט נאר אז מהר"א האט כבוד, די עכטע בני יואל, די וואס ווייסן אז די רבי ז"ל האט געזאגט אז היינט נישטא קיין מנהיגים, די האבן פיינט אויך ווען מהרז"ל האט כבוד, די וואלטן געוואלט אז שבועות זאל מען זאגן אקדמות אין אהל הק' אויפן ציון, דארט זאל מען מאכן ברית'ן און אפשערנ'ס.
יעצט ווידער די זאליס, אויב איז ער א אמת'ע חסיד פון מהרז"ל, דארף אים נישט אנגיין די כבוד פון מהר"א, פונקט ווי רוב חסידי מהר"א גייט נישט אן די כבוד פון מהרז"ל, אויב גייט אים עס אן מיינט אז ער באלאנגט נישט דארט, ער באלאנגט נאר צו זעצן יענעם, באלד ווי דער בני יואל
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
לפע"ד טויזענט פראצענט ס'לוינט זיך יא.
א חסידות שטייט ביי די האנט פון א מענטש זייער אפט.
זיכער אז אמאל נעמען זיי עדווענטיד'ז אבער די מעלות וועגעו איבער די חסרונות אין מיינע אויגן,
א אינגערמאן וואס געהערט נישט צו א פלאץ איז זיכער אז ער האט עס שווערע מיט כמה ענינים,
1. ס'זיכער אז טאמער געהערסטו קיין ערגעץ נישט אין דיין בחור ח"ו א משהו פראבלעימן אין בית מאיר, אדער געלדצעהלער וגו' האבן זיי נישט קיין שום התחייבות צו דיר, מיט א בלינק פון די אויגן איז דיין בחור אינדערויסען, משא"כ אז די געהערסט ערגעץ געווענדליך ווארפן זיי זיך נישט מיט דיין בחור ווי א ראזינקע,
2. מ'זאל נישט דארפן צו קומען אבער טאמער איינער האט נישט קיין געלט חתונה צו מאכן, געוענדליך אז מ'געהערט ערגעץ איז דא אין די חסידות א קרן אדער גמ"ח וואס העלפט ארויס, אין אזוי אויך טאמער איינער קען נישט באצאלען די שכר לימוד געבן זיי הנחות וגו'
3. טוען שידוכים מיט איינער פון די זעלבע חסידות וואלט איך געזאגט איז לייכטער אין באטאמטע סיי פאר די נייע קאפעל אין סיי פאר די מחותנים,
4. האבן א פלאץ ווי זיך צו דרייען ביי יעדער יומא דפגרא, ווי א חול המועד, לג בעומר, וגו'
5. אייביג דא זייטיגע זאכן וואס מ'קען נהנה זיין, צו ס'איז 10% אראפ פאר פסח אדער קאכן זיי פאר קימעטארענס, וגו'
6. טאמער עפענט איר א געשעפט איז געווענדליך דא מענטשן פון יענער חסידות וואס וועלען קומען איין קויפן ביי אייך.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נ.ב.: ר' שטילע אינגערמאן: מיין תגובה איבער די בני יואל איז געוועין מיט א ביסל א סארקאסטישן טאן. אויב דו האסט באמערקט. אזוי ווי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו (י"א יגון ואנחה.). פלעיגט שרייבן אין זיינע ארטיקלען אין "דער איד" כהאי לישנא. "כל ליצנותא אסורא, בר מליצנותא דעבודה זרה. והנה.... דער בעלזער...הע הע הע... דער ליובאווייטשער... כא כא כא.... דער קלויזנבורגער (ציוני, שגץ, כלשונו הטמא, עפרא לפומיה. אכיה"ר....! עיין בגמרא מס' גיטין עונשו של הלועג על דברי חכמים והמבזה אותם. נידון בצואה רותחת...
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
די אמת'ע תירוץ איז אז ס'ווענד זיך. ביסטי א יונגערמאן מיט א שכל הישר און גענוג שטארק מיט דיין אידישקייט, דארף מען נישט געהערן אין ערגעץ. נאכמער, מ'איז גאר פארעקעלט פון די מצומצם'דיגקייט וואס הערשט ביי די חסדיסין למיניהם.
טאמער אבער ביסטי א קרבן פון די סיסטעם ווי מ'האט דיך געברעינוואשט אלע יארן, אדער טאמער ביסטי נישט געניג אויסגעבויט אין השקפה, איז בעסער יא צו געהערן ערגעץ.
וועגן די מעלות בגשמיות, האט שוין שמעקי געזאגט אז עס קומט מיט אסאך התחייבות'ן און מעגליך אז ס'איז יצא שכרו בהפסדו.
דאס וואס מצטמק שרייבט אז מ'איז מער מצליח מיט די קינדער ווען מ'באלאנגט ערגעץ, און ברענגט א ראי' פון מאנסי אין סיגעיט, איז די תירוץ אז אסאך פון זיי זענען אנטלאפן פון זייער קהילות ווייל זיי האבן געוואלט זיין שוואכער ווי די קהילה האט פארלאנגט, דאס הייסט אז זייערע קינדער וואלטן נישט געווען בעסער ווען זיי וואקסן אויף ערגעץ אנדערש. בני יואל, דארף מען אויך פארשטיין אז איינער וואס שטעלט זיך ארויס פייטן, איז עפעס ראונג מיט אים, און מסתמה בעניני חינוך טוט ער אויך זאכן וואס זענען נישט ריכטיג.
נעמטס בארא פארק פאר א משל. טויזענטער משפחות געהערן נישט אין ערגעץ און זיי זענען גארנישט שוואכער ווי די וואס געהערן יא, נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.

פארדריי די דיר דיין קאפ
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך האב זיך מתבונן געווען אביסל און איך בין נישט אינגאנצן גערעכט. למשל חברותא, איך האב טאקע פילע חברים אבער אז איך וויל עפעס לערנען, פארוואס זאל יענער מסכים זיין צו לערנען מיין לימוד. אבער אין א חסידות ווי יעדער לערנט די זעלבע, עס איז פאראן שיעורים און א גרויסן אויסוואל פון אידן וואס לערנען עס אינאיינעם, איז פיל גרינגער צו טרעפן א פאסיגע חברותא וועלכע זאל נישט אנהאלטן בלויז פון תענית אסתר ביז פורים.
פאר די מימיני מיכאל אידן (מערסטנס צווישן אונז) וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם צו גיין מיט די flow איז אויך די חסידות גאר גוט, בפרט אויב די חסידות איז נישט צו גרויס און דער מנהיג אדער רבי האט געוויסע שייכות מיטן חסיד, דער חסיד פילט רואיג, שמועסט אדורך זיינע ספיקות און איז מזכיר א שוועריגקייט. עס מאכט זיכער לעבן רואיגער אז איינער זארגט זיך (און טראכט) פאר דיר.
און דעם חלק האט אויך שטילע יונגערמאן ריכטיג ארויסגעברענגט, אז א מענטש האט וואו זיך צו דרייען אין א יו"ט אדער יומא דפגרא. אנשטאט גיין אין די שול נעקסט דאר, ווי דו קענסט זיך סך הכל מיט אפאר שכנים אפשר, האסטו א היימישע סביבה מיט א רבי'ן, מען קען שפירן א געשמאקערע טעם אין א יו"ט, אפילו א פשוטע שבת, ווער רעדט נאך אויב קומט פאר א באטע אדער טיש ווי מען זינגט אינאיינעם ווערט מען נתעורר פון דעם. און ווען עס איז דא א שמחה ביים רבי'ן איז דאך ליהודים היתה אורה שמחה וששון, מען לעבט און מען טאנצט אינאיינעם. רוף עס גשמיות רוף עס רוחניות אדער רוף עס קאשער אינטערטעינמענט, למעשה עס איז גוט פאר זיך און פאר די קינדער. און אפילו אויב דער מוסד מאכט א דינער וכדומה, האסטו כאטש א היימיש פלאץ וואו צו ארויסגיין פארברענגען מפעם לפעם ביי א שטיקל קוגל...
באדעם ליין איז, מען קען נישט אוועקמאכן די מעלות.
פאר די מימיני מיכאל אידן (מערסטנס צווישן אונז) וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם צו גיין מיט די flow איז אויך די חסידות גאר גוט, בפרט אויב די חסידות איז נישט צו גרויס און דער מנהיג אדער רבי האט געוויסע שייכות מיטן חסיד, דער חסיד פילט רואיג, שמועסט אדורך זיינע ספיקות און איז מזכיר א שוועריגקייט. עס מאכט זיכער לעבן רואיגער אז איינער זארגט זיך (און טראכט) פאר דיר.
און דעם חלק האט אויך שטילע יונגערמאן ריכטיג ארויסגעברענגט, אז א מענטש האט וואו זיך צו דרייען אין א יו"ט אדער יומא דפגרא. אנשטאט גיין אין די שול נעקסט דאר, ווי דו קענסט זיך סך הכל מיט אפאר שכנים אפשר, האסטו א היימישע סביבה מיט א רבי'ן, מען קען שפירן א געשמאקערע טעם אין א יו"ט, אפילו א פשוטע שבת, ווער רעדט נאך אויב קומט פאר א באטע אדער טיש ווי מען זינגט אינאיינעם ווערט מען נתעורר פון דעם. און ווען עס איז דא א שמחה ביים רבי'ן איז דאך ליהודים היתה אורה שמחה וששון, מען לעבט און מען טאנצט אינאיינעם. רוף עס גשמיות רוף עס רוחניות אדער רוף עס קאשער אינטערטעינמענט, למעשה עס איז גוט פאר זיך און פאר די קינדער. און אפילו אויב דער מוסד מאכט א דינער וכדומה, האסטו כאטש א היימיש פלאץ וואו צו ארויסגיין פארברענגען מפעם לפעם ביי א שטיקל קוגל...
באדעם ליין איז, מען קען נישט אוועקמאכן די מעלות.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
שמעקעדיג, לאמיך מיך קלאר מאכן.
צו געניסן פון די מעלות פון א קרייז פארלאנגט זיך נישט מער ווי טאקע דאס אפלעקן די ביינער און נהנה זיין פון די סערוויס, און עס זאל גארנשיט מחייב זיין.
איך למשל געהער אין א ספעציפישע חסידית, מיין נאמען איז אריינגעדרוקט אין זייער אנשי שלומני ביכל, אבער איך גיי קיינמאל צו טישן, שמחות, כגענשישט געלט, כצאל נישט מעמבערשיפ. דעריבער איז מיין שאלה וואס מיינט באלאנגען? אז מיינע קינדער לערנען אין א געוויסע חדר וכו? ענזשוי די סערוויסעס, אבער פארוואס זאל איינער באלאנגען צו א פלאץ מיט דינען ווי אקס? ער האט גארנשיט דערפון.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ווי עס זעהט מיר אויס זענען אלע תגובות אין דער אשכול געשריבן געווארן לויט די פערזענליכע עקספיריענס פונעם כותב התגובה. ואשר על כן גם אני אענה חלקי. שטייט ווייט כמתחוי קשת פון באלאנגן צו א קהלה. די מנהיגי הקהלה זענען נאר דורש כבוד עצמם. די מינוט וואס עס וועט זיך זיי לוינען וועלן זיי די שטעכן מיט די גרעסטע מאס רשעות וואס עס איז נאר פארהאן. ווען דו דארפסט זיי דאס מערסטע וועלן זיי נישט זיין בנמצא. סך הכל וועט עס דיר קאסטן געלט יאר איין און יאר אויס פאר אלע קהלה צוועקן און דו וועסט גארנישט צוריק באקומען. Don't waste your time and energy!
פון אלע תגובות ביז דא מוז איך זאגן אז די מערסטע שכל הישר'דיג איז [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס תגובה, די משנה ראשונה.
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל