היימישער ליטוואק האט געשריבן:עס קומט מיר טרערן (יא איך קאלטער הארצלאזער ליטוואק) זעענדיג די צייטונגס אויסשניטן. ונקיתי דמם לא ניקיתי. והיה הנשאר בציון והנשאר בירושלים קדוש יאמר לו.
ס'איז אבער נישט געקומען צו דעים "קדוש יאמר לו". ווייל די ציונים האבן, ב"ה געהאט א ניצחון...
כמדומה לי אז קיינער דא לייקענט נישט אז די סאטמאר רב איז געווען א חכם הארזים, גאון הגאונים, און א שטארקע אוהב ישראל
איך לייקען יא.
איבער זיין חכמה, עס איז וואר אז ער איז געווען דאס וואס רופט זיך ביי אונז א קלוגער ייד און אויך דאס וואס רופט זיך אין ענגליש א 'וויט' אבער דאס מאכט אים נאך נישט א חכם הארזים. חוץ פון זיינע גלייך ווערטלעך האב איך נישט געהערט פון אים עפעס ספעשל חכמה און אינטעליגענט במילי דעלמא איז ער אויך נישט געווען.
לגבי גאון הגאונים, אז פלפולים איז אייער טעם איז אפשר חידושי סוגיות מרפסן איגרא אבער אין דער אלגעמיינער וועלט איז עס נאך אן אונגארישער חיבור ותו לא. דברי יואל איז אויך נישט א ספר וואס מען ציטירט צופיל. ווייטער ויואל משה איז פאר נישט סאטמארע א היפשער דזאק. ער נעמט איינס פון די וויכטיקסטער ענינים פון יהדות בדורנו און פארטייטשט עס מיט שיינע מדרשים'לעך און פסקנט די הארבסטע פראגע פאר כלל ישראל מיט א פאר אגדתות.
און איבער זיין אהבת ישראל, קען מען זיך אויך דינגען אויב א ייד וואס איז ארויס בחרב ובחנית קעגן עניבאדי וואס האט מיט אים נישט געהאלטן און האט זיך זייער שוואך אינטערסירט אין נישט 'היימישע' כלומר אונגארישע קרייזן איז געווען אזוי גרויס אין אהבת ישראל. זיין חסידות איז געווארן א שם דבר פאר געוואלד בחייו ולאחר מותו און ער האט מנחיל געווען א שנאה פון יידן צו יידן.
דאס איז נישט אים אונטער צו שעצן וכבודו במקומו מונח נאר ער ווערט נישט די אלע זאכן פשוט ווייל סאטמאר שרייט דער העכסטער און פלעגט אמאל שלאגן דער שטערקסטער.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
ובנוגע ווער סהאט אנגעהויבן די מלחמה ברויך מען גארנישט מער ווי קוקן היינט צו טאגס וויאזוי די מדינה דריידט אן די וועלט אויף איראן יומם ולילה לא ישבותו. בשעת זי זיצט אויף די זעלבע שעדליכע מיני וואפן. זי סטראשעט זי וויינט זי שפילט וויקטים די מדינה טוט נעבעך אלעס אין די וועלט סזאל ווערן מלחמה מיט איראן אבער ווייזט אויס אז די וועלט האט זיך שוין אויסגעלערט די מדינהס טאקטיטן אדער האבן זיי דערווישט א קאפי פונעם על הגאולה און מען לאכט זיך אויס פון נתני' רעטאריק אזש טאקע די וואך זעצט זיך אמעריקע אראפ מיט איר גרויסע שונא איראן.
בדרך אגב איז לעצטענס געווארן אזא מין אויסדריק "סאטמער רב איז געווען גערעכט" דער אויסדרוק קומט צו קריכען פון גאר ווייטע מקורות. ווי אגודיסטישע גדולים. ספרדישע. מתנגדים פון איבעראל. קיינמאל האב איך נאך נישט געהערט פון עפעס א בר הכי אז סאטמאר רב האט זיך טועה געווען. אה סארי אויף ק"ש האב איך עס יא געהערט פון אנאנימער. וועקט אייך אויף יונגעלעך
די מענטשן וואס האבן זיך געקלאמערט ביי אים, האבן נישט געשפירט געצווינגן צו זיין וואו זיי זענען,ער האט נישט איבערגענומען א דינאסטיע, זיי זענען פשוט פארגאפט געווארן פון זיין פערזאנע. א שטייגער ווי להבדיל "מארטין לוטער קינג" וואס וואלט בלי ספק אריין אינעם חדר פון גדולי דורינו אין די אלגעמיינער וועלט. וואלט עמיצער געפרעגט; איז ער געווען גרעסער ווי אלברט איינשטיין? אדער ראבערט נאזעק?
ווער עס באדראעט די וועלט זיצענדיג אויף אן אטעם באמבע, איז איבריג צו קאמענטירן, אויב גייט מען צו צום עניין אנע דעות קדומות. כאילו דאס איז דאס איינציגע פראבלעם מיט איראן, און נישט דער פאקט אז זיי הארבארירן טעראר פאר אלע טעראריסטישע גרופעס אין דער וועלט וואס זענען נישט ביים צד שכנגד פון זייער גלויבינג, און צומאל זאגן זיי אלו ואלו אויך.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
ובנוגע ווער סהאט אנגעהויבן די מלחמה ברויך מען גארנישט מער ווי קוקן היינט צו טאגס וויאזוי די מדינה דריידט אן די וועלט אויף איראן יומם ולילה לא ישבותו. בשעת זי זיצט אויף די זעלבע שעדליכע מיני וואפן. זי סטראשעט זי וויינט זי שפילט וויקטים די מדינה טוט נעבעך אלעס אין די וועלט סזאל ווערן מלחמה מיט איראן אבער ווייזט אויס אז די וועלט האט זיך שוין אויסגעלערט די מדינהס טאקטיטן אדער האבן זיי דערווישט א קאפי פונעם על הגאולה און מען לאכט זיך אויס פון נתני' רעטאריק אזש טאקע די וואך זעצט זיך אמעריקע אראפ מיט איר גרויסע שונא איראן.
בדרך אגב איז לעצטענס געווארן אזא מין אויסדריק "סאטמער רב איז געווען גערעכט" דער אויסדרוק קומט צו קריכען פון גאר ווייטע מקורות. ווי אגודיסטישע גדולים. ספרדישע. מתנגדים פון איבעראל. קיינמאל האב איך נאך נישט געהערט פון עפעס א בר הכי אז סאטמאר רב האט זיך טועה געווען. אה סארי אויף ק"ש האב איך עס יא געהערט פון אנאנימער. וועקט אייך אויף יונגעלעך
@שם טוב ס'וועט נאך ארויס קומען ווי דער ספר
עפל סיידער האט געשריבן:עס איז אינטערסאנט צו זעהן א היינטיגער מזרחיסטישע בליק אויף די מדינה