די מעלות אין חסרונות פון געהערן צו א קרייז, קהילה, וכדו'

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

די מעלות אין חסרונות פון געהערן צו א קרייז, קהילה, וכדו'

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]דארף מען באלאנגען ערגעץ?? אוודאי אז יא! וואס איז די שאלה בכלל? אבער, האללא, ווער זאגט אז אזוי דארף זיין? פארוואס טאקע דארף אזוי זיין? וואס ברענגט מיך דאס, אז איך באלאנג ערגעץ?

די פשוט'סטע תירוץ אויף דעם וואלט געווען; קוק דיך פשוט אים אויף די געזעלשאפט וועסטו אליין זעהן פארוואס עס וועלט אויס. נישט אזוי ווייט פאר אונז ערוואקסענע אליין, אבער פאר די קינדער און משפחה זיכער. איך מיין אז ווען מען קוקט זיך אום יעדער אין זיין סביבה וועט זעהן אז אויף א געוויסע מהלך, די וואס האבן א רב, רבי, דיין, וואו זיי באלאנגען, האבן מצליח געווען מיט די קינדער בעסער און סטאבלאזירט'ער ווי די אנדערע.

און כש"כ די וואס זענען געגאנגען וואוינען אין פלעצער וואס האט נישט קיין געהעריגע הנהגה זענען נישט גוט ארויס געקומען. (סיגעיט, והגלילות של מאנסי יוכיח)

די שאלה איז אבער וואס איז טאקע פשט? פארוואס דארף איך באלאנגען ערגעץ? וואס גייט מיך עס ברענגען?

איך ווייס נישט דעם ריכטיגע ספעציפישע תירוץ אבער לאמיר עס אביסעל אויסשמוסן. קודם איז דא צוויי זאכן; רוחניות און גשמיות.

בגשמיות איז דא אסאך בענעפיטן פון באלאנגען צו א קהילה. ווי נישט ווי שטעלט יעדע קהילה צו געוויסע סערוויסעס וואס איז זייער נוצבאר, ווי למשל ביליגער פלייש, מצות, שמות. האסט וואו צו קויפן ד' מינים, א מקום קבירה לאחר מאה ועשרים, שטעלן צו שיערים, חברותא, דיינים וכו' וכו'. נאכדעם אויף קיין שום יוד געזאגט, אז איינער לייגט זיך אמאל אריין אין א פלאנטער, ער פארחובת'ט זיך, דארף חתונה מאכן ואין שם לחם לאכול, וכו'. איז אויב באלאנגסטו אויף א פלאץ, דאן ביסטו קיינמאל נישט אליין, מען וועט איבערדרייען א שטאט פאר דיר מיט'ן מאכ'ן טיי אווענטס, וועסט באקומען פונעם קרן חתנים קאסע. גאר א שווערע קעיס וועט די רבי אליין שאפן געלט, אא"וו.

דערנאך איז דא א נושא פון רוחניות; דהיינו אז די האסט נישט קיין מקום וואו די באלאנגסט האסטו נישט קיין שום התחייבת און קיין שום ענין, אויב ציסטו אמאל איבער דאס שטריקעל וועט דיך קיינער נישט זאגן, דו דארפסט קיינעם געפעלן אין קיין שום הינזיכט וכו' וכו'. איך פרוביר אבער צופארשטיין וואס ספעציפיש מאכט עס אויס? דהיינו וועלכע זאך קען איך נישט טוען ווען איך געהער צו א קרייז בעת וואס ווען איך בין א מענטש פאר זיך קען איך עס יא טוען?

דערנאך וויל איך וויסען אויב איינער קען מיט טיילען וועלכע זאכן ער שמועסט דורך מיט זיין רב דיין אין חלק היהדות נישט אין הלכה, איך פארשטיי אז דו פרעגסט נישט וועלכע זאקן צו קויפן איז וואס יא?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר