באשלאסן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

באשלאסן

שליחה דורך פליקער »

IMG-20140612-WA0002.jpg


באשלאסן

איך קען נישט גלייבן וואס איך ליין דא, ווער איז די מכון וואס האלט אז מיר זענען ברעין טויט, ווי שעימט מען זיך נישט צי מאכן פורים פון אינז ברעש גלוי, ממש איך האלט עס נישט אויס אז די געימס ארבייטן, איך קיק זיך ארים שפיר איך, ווי בין איך דא, מיט וועימענען זיץ איך ביי איין טיש, ווער איז דא משוגע, קען זיין אז איך בין גאר דער, איך בין פאריקט, איך האב גאר עפעס א בלאקיד'ש, אז איך ווער נישט פאריקט פאר עקסטאז נאך וואס איך ליין די ארטיקל, איך בין גאר דער וואס איז דער אויפגעקלערטער, איך ברויך פארעכטן מיינע מעשים, איך בין פאר אינטערנעטעט געווארן, איך בין געפערליך קאלט צי מכון עצה טובה, איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, פארוואס ווען איך ליין די ארטיקל שפיר איך ווי איינער וואס טרעפט א פראבלעים פאר א לעיזינג, נישט קיין לעיזינג צים פראבלעים, עס איז אזוי דורך זיכטיג, יעדע תינוק בר חד יומו ברויך דאס קענען זעין, אבער עס ארבייט נאך אלס, איך בין דער שוטה, אויפגעקלערטער, איך קריך פון זינען אראפ, ווי אזוי קען דאס זיין, פארוואס כאפט קיינער נישט וואס איך מיין בכלל.

די פראבלעין מיינע הייבט זיך נישט אן ביי די מכון, עס גייט שוין אן יארן, איך קים אין שיל יעדען ציפרי, איך נעם מיר אלע צעטלעך, איך וויל דאך וויסן נייע שידוכים, ווער מאכט היינט חתונה, יעדען טאג איז דא א פרישע מין צעטעל, פון א נייע גיט הארציגע ארגענעזאציע, וואס האלט נישט אויס אז איך קים אין שיל און וועל נישט וויסן די נייע שידוכים, אדער וועימענן'ס איז היינט די גרויסע יארצייט, לייגט מען ארויס א צעטעל, ני אז שוין דא א צעטעל, פארוואס נישט אביסעלע עדווערטייזן, עס האט דאך הוצאות, איינער מיז דאך באצאלען.

גיבט זיך אבער א זעץ ארויף אויפן צעטעל א לאנגע שנויעץ, און גייט נישט אוועק, ער דינגט אפ נישט מער און נישט ווייניגער ווי א גאנצע פערטל צעטעל א יעדען טאג, הייבט אן ביי איין צעטעל, איז מצליח, נעמט מען נאך א צעטעל, לא ראו זה כראו זה, צד השווה שבהם אז איך בין בייז, ווי איך קיק מיז איך זעין די מופת פינעם געוויסן קארפארעישן, זייער (עדווערטייזמענט) זייער באשלאסן מפרסם צי זיין, זייער זיכו הרבים, זייער האלטן אז איך בין משוגע, זייער זעלטענע געלעיגענהייטן, זייער זארגען אז איך זאל שפארן, זייער זארגען אז איך זאל פארדינען, זייער תורה חסה על ממונו של ישראל, זייערע ישועות ווארטן ביי מיין טיר, אלעס האט איין צד השווה, ווי איך זעי עס, געב אהער דיין געלט, און טראג זיך אפ, ני געב אהער בשביל מיין כולל וואס זאגט תהילים, געב אהער בשביל איך לעש עין הרע, צא בשביל די פסוק שטייט שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב, צא בגין דכתיב קול רנה וישועה באהלי צדקים.

אויך היינט איז שוין דא ב"ה לע"נ סיינס אויף די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] עדס וואס קריכן פון מיינע נאז לעכער, הער א מעשה, איינעם'ס נשמה גייט האבן אן עליה ווען ער באצאלט פארן דבר יום ביונה, ווען ער נעמט זיך אינטער מפרסם זיין אז עס איז דא א באס צים וואלד, מען גייט פארן ווייט ווייט רעדן צים באשעפער פון וואלד תיכף נאכן נץ החמה, לייגט מען לעיבן דעים, מודעה זו נתנדבה לע"נ ר' נחמן בן פיגא, זי"ע, ווי זענען מיר דעקייקלט, פארוואס קיק איך זיך אן ציריק געבליבן, איך פיל דערנידערט ווען יעדע יצמח פירקניה, יעדער נפיחה שלא עשו כל צרכו, קען זיך ארויפ זעצען אויף מיר אן קיין קאנצעקווענצן.

איך קויפ נישט אפ די תירוץ, אז יעדער קען ווי לאנג ער באצאלט, ווייל ליפא אן בראדוועי וויל אויך באצאלן, און קיינער נעמט נישט זיין עד, נאר דא איז דא א פלאן אינז צי פארטייבן די מוחות, און מיר שוטים שבעולם לאזן זיך, און מיט די צייט שלאגט די עדס ווארצלען און תהילים כולל איז הויפט נייעס אז זיי זענען געגאנגען גלאבאל, ווי זענען מיר, מען ברויך זיך כאפן, ציריק שלאגן, מען קען נישט טיען מיט באזעסענע מענטשן וואס מען וויל, מען קען נישט שפרייטן יעדע סארט צעטל וואס די פרינטער איז וויליג צי פרינטן, אלעס האט א שיעור, מען ברויך נעמען קאנטראל איידער עס איז צי שפעיט.

ווען איינער לייגט אריין א אימאיידעלע בילד אינעם דבר וואלט מען געפינען א וועיג אים צי סטאפן, ווייל מען וויל, אלזא פאר וואס ווילן מיר נישט סטאפן א אפענע פעלטשינג וואס פאסירט מידי יום מיומו אינעם דבר יום ביומו, אינטערן שיינעם פירהאנג פון אידישע שמחת, אדער פשוט גיט מארגען, אדער די קלעסיפייטס, וואס טיט דאס אן קיין שום פארוואס אדער פארווען, פשוט ווייל ער פארשטייט אז איך בין א פערד, און פערדן עסן שטרוי, מיר ברויכן אויס ריפן מיר זענען נישט קיין פערד, אדער ווילסטו זיין און ביזנעס און עדווערטייזן פאר מיין גשמיות, דאן שאקל זיך אפ פון מיין רחניות, זיך די מיר נישט קיינע געלעיגענהייטן, אז איך קען איצט פארבעסערן מיינע מעשים, און דערמיט שטיצען צעינליגע הינגעריגע אינגעלייט, וואס קיקן ארויס אויף מיין סאבסקיפשן צים תהילים אנלימיטעד פלען.

האסט באשלאסן לפרסם, ווער האט דיך געפרעיגט, ווער איז ניגעריג, גיי באשליס זיך צי זעצען לערנען א בלאט גמרא, גיי באשליס צי טיען חסד מיט אן אנדערן, גיי ביטע באשליס נישט צי דערגיין אנדערע די יארן, ווילסט איין מאל עפעס מגלה זיין, מיינט נישט אז דיין עד מיז האבן א אימבאשטימטע פארזעצינג וואס קיינער ווייסט נישט די ענדע, ווייל עס ענדיגט זיך נישט, עס ווערט נאר מער און מער פארצווייגט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איז למעשה וואס האסטו באשלאסן צו טוהן???
עיקר חסר מן הספר!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו פליקער איך צופליק זיך פון געלעכטער...

עניוועי איך מיין אז דיין פראבלעם שטעקט ווייל דו רעדסט זיך איין אז דער עיקר איז צו פארשפרייטן די שמחות און דאס איבריגע איז נאר כדי צו באצאלן די שפעזן, אה, לא מיניה ולא מקצתיה, די מטרה איז צו לייגן מאדנע צעטלעך און שארפע איסורים אקעגן אינטערנעט און מיידלעך וואס גייען ארבעטן אין אפיסעס, און די איבריגע איז שוין נאר א באונוס. איינמאל דאס זעצט זיך דיר אין קאפ אריין וועט דיר שוין אלעס פארענטפערט ווערן, עס וועט דיר שוין נישט שטערן די איבריגע "זייטיגע" צוגעהערן :P
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

לית דין בר נש האט געשריבן:איז למעשה וואס האסטו באשלאסן צו טוהן???
עיקר חסר מן הספר!

אויב ס'האט זיך אים גע'ספק'ט, אז ער לעבט אין א צרות'לאזער, ישועה'פולער הימל שרייענד-קראנקער געזעלשאפט, איז ער געקומען צו א מסקנה. משוגע איז אין סטייל! וואנזיניגע געלט-גייציגע באנדיטן שטייען אין שפיץ פון אונזער ארימען לעבן, און צעפירן זיך די הענט אויף תמימות'דיגע סיפוק'לאזע שעפסן. יחי השיגעון!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אוי זאגסטו גוט. ביסט גערעכט טויזענט און איין פראצענט,

די פראבלעם איז נאר אז דו און איך זענען נישט גאנץ יהדות החרדית, ס'דא אסאך מענטשן (בהמות) וואס האלטן יא אז זיי גיין געהאלפן ווערן, עכ"פ זיי לאזן זיך קאסטן אויף די אלע שטותים, והא ראיה די אלע עדד'ס וואקסן ווי הייבן, מוז זיין אז די ריזאלטס זענען שטארק,

בלי שום ספק טאמער לייגסטו אריין מארגען א עדד, אז פאר 100 דאלער הערסט אויף פיצען דיין נאז ביי די רויטע לייט, לע"נ יענעמ'ס באקאנטע, גייסטו באקומען אפאר טעלעפאון קאלס,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער. (און אלע אנדערע מגיבים ביז אהער.) . ייש"כ. דו פליקסט גוט אריין . אבער איך האב איין בקשה צו דיר. ביטע זיי נישט אזא תמים. אזוי נאאיוו. בעצם ביסטו נישט נאאיוו נאר דו ווערסט אויפגעקאכט ווען דו זעיסט צו זייער חוצפה (פון די אלע ארויסגעיבער'ס פון די שמוץ- בלעטלעך און די אדווערטייזער'ס) ווי זיי זענען זיך מתלבש אין א תמימות'דיגן, הייליגן לבוש כאילו זיי מיינען נאר אינזער טובה. אבער דערווייל זענען זיי נאר אויסן ארויסצו ציען די פאר דאלאר פון אינזער טאש. נאר א יעדער בר דעת פארשטייט אז די זענען א באנדע ליידיגגייער און איינפאכע גנבים. איינמאל מיר וועלן איינזעין דעים דבר פשוט 'עללן מיר זיך אויסלאכן, און ניטאמאל אנקוקן די געדריקטע אשר יצר פאפיר.
נאר ס'איז אינטרעסאנט אז פון די אלע אזוי-גערופענע מצדיקי הרבים וועלכע מאכן יעדן בה"ב אן אנדערע אסיפה איבער די שעדליכקייט פון אינטערנעט און צניעות אסיפות, לאזן צו אזא שווינדל לעיני השמש אריינצונארן תמימות'דיגע מענטשן. אין די זעלבע תורה, אדער אפשר נאכמער בפירוש, ווי ס'שטייט אז אינטערנעט איז אסור, און אז אידישע פרויען גייען אנגעטון בפריצות, שטייט ארויס בפירוש. "לא תונו איש את עמיתו". און מ'דארף נישט אנקומען צו סקולענער רעבע, הרב פאלק אדער (להבדיל בין אנשים לנשים, ר"ל) די רעבעצין קלוגהויפט שליט"א. פארוואס הערט מען נישט אט די אלע צדיקים וצדקניות א ווארט פון מחאה אקעיגן די פירצה? עניוועי. איך מוז לויפן. ועוד חזון למועד, אי"ה... :? :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :) :o
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:(להבדיל בין אנשים לנשים, ר"ל) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :) :o


:like :like :like
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פליקער, זאגסט גוט, אבער האסט דיך פינקט אנגעכאפט אויף א אימשילדיגע מודעה פון תמימות'דיגע אידן. ברסלב פארשפרייט זייער שיטה און ס'איז נישט קיין ביזנעס. די דארפט ענדערש ברענגען די עד'ס פון תהילים כולל און חצות כולל און עין הרע כולל און די אלע אנדערע מענטשען פרעסער'ס
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך מיין נישט בדווקא די עד, איך שרייב קלאר פון תהילים כולל און אנדערע גניבישה עד'ס, די עד האט מיך ארויסגענימען פון די כלים, און עס האט מיך געברעינגט צים אויפרייס, ווייל עס שטעכט מיר אינדע אויגן, אז איך ווער פארקויפט און די פארם פון א טעיגליכע צעטל אמונה מוסר מיט די זעלבע גענויע מהלכים וואס איך ווער פארקויפט א סעיל ביי דזשי ענד דזשי און שטריימלעך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

לית דין בר נש האט געשריבן:איז למעשה וואס האסטו באשלאסן צו טוהן???
עיקר חסר מן הספר!

איך האב נאך נישט באשלאסן ווער סיז חסר
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[tag]פליקער[/tag], דו שרייבסט זיס, והבטחתי לפרסם.
(- - -)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

קען מיר איינער זאגן אין קורצן וואס דער פליקער וויל?
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

כוכב האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן אין קורצן וואס דער פליקער וויל?
יואב האט געשריבן:וואנזיניגע געלט-גייציגע באנדיטן שטייען אין שפיץ פון אונזער ארימען לעבן, און צעפירן זיך די הענט אויף תמימות'דיגע סיפוק'לאזע שעפסן. יחי השיגעון!
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

א קלוגע איד האט מיר גע'עצה'ט נישט צו ליינען קיין צייטונגען, פלאקאטען און פלוג צעטלעך. איך האב אים געפאלגט און קען אים נישט אויפהערן צו דאנקן. דאס לעבן איז מיר סאך רואיגער אזוי. איה"נ, איך פארפאס אמאל א שמחה, איך ווייס נישט אייביג ווער ס'איז נפטר געווארן אדער אויב בוני עולם מאכט א דינער, אבער ס'בעסער אזוי ווי די אדער וועי אראונד. די בלוט פלעגט מיר ארויפגיין אין קאפ ווען איך פלעג ליינען אזאנע הבלים אין די בלעטלעך. היינט ב"ה זעה איך אלעס מיט מיין אייגענע שכל אין נישט ווי דער צייטונג שרייבער וויל איך זאל טראכטן.

נ. ב. כ'האב צוגעזאגט מפרסם צו זיין
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

פליקער האט געשריבן:
איך קויפ נישט אפ די תירוץ, אז יעדער קען ווי לאנג ער באצאלט, ווייל ליפא אן בראדוועי וויל אויך באצאלן, און קיינער נעמט נישט זיין עד, נאר דא איז דא א פלאן אינז צי פארטייבן די מוחות,


אלץ איז ביזנעס און גארנישט מער. די סיבה פארוואס זיי וועלען נישט אריינלייגן ליפא אן בראדוועי'ס עד איז נישט ווייל זיי האלטן אז עס איז נישט ריכטיג אדער נישט יודיש. די סיבה איז ווייל די ליינער וועלן פארפירען און ממילא לוינט זיך עס נישט פאר ביזנעס. משא"כ די עדס וואס די זעהסט ליינען רוב מענטשען מיט דארשט חוץ פון צוויי דריי אויפגעקלערטע, ממילא לוינט זיך דאס יא פאר ביזנעס.

א ביזנעס מאן מאכט דיסיזשענס בעיסט אויף איין איינציגע שאלה, וועט עס מיר ברענגען מער געלט אדער ווייניגער געלט. יודישקייט און עטיקס לאזט מען פאר א אנדערע צייט
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

נאך,

ביסט גערעכט, אבער פליקער איז גערעכט מצד אחר.

ווען די "דבר" וואלט אנגענומען אלע כשר'ע עדס, שטעל זיך פאר איך בין מחליט אז כ'בין גרייט צו ספענדען אפאר דאלאר און מעמיד זיין דער עולם על האמת, און כ'שרייב מיר אויף א עד בערך בזה הלשון

[center]
טייערע אידען, גלייבט נישט אין קופת העיר, תהלים כולל, לערנען אהח"ק, און אלע אנדערע מרעין בישין בכל שום וחניכא דאית להו, אויב איר האט רח"ל א צרה, טוט תשובה און זייט מתפלל פאר רבש"ע, און איר וועט געהאלפען ווערען.
[/center]

וויפיל טשאנס גיבט איר מיר אז דער עד וועט ווערען געדריקט????????????????????????

זערא, נול, נאדא, גארנישט,

ווייסט פארוואס?

ווייל מען טאר נישט זאגען דער אמת, און זענען אזוי טיף אריין געגראבען אין אונזער טינופות, אז מען וויל זיך נישט זעהן ארויס.

ועל זה ידוו כל הדווים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

נישט ריכטיג

זיי וואלטן עס נישט גענומען ווייל זיי מאכן מער געלט פון די קןפת העיר'ניקעס און איינמאל זיי נעמען אזא עד וועלען זיי קיינמאל מער נישט עדווערטייזן

אזוי ווי די SUPERBALL האט נישט געוואלט נעמען די עד פון SODA STREAM וואס האט חוזק געמאכט פון קוקע קולא
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

נאך א פאטש
דעיס אז מען וועט פארפירן ביזטו גערעכט, מיין שאלה איז פאר וואס טאלערירן מיר קי'עראציע יא, עס קען נישט זיין נאר ביזנעס ווי מרן איחוד פעלד איז שיין מסביר מיט זיין עד וואס ער וואלט זייער געוואלט אריין לייגן פאר א גרויסע פרייז,
אגב פיל מגיבים דא פריוון מיר מסביר זיין אלף בית, איך וויל איינמאל פאר אלעמאל זאגן אז איך ווייס געוועינטליך די תירוצים אויף מיינע שאלות, נאר כדי לחבר את ה'הויזן פרעיג איך קשיות, מיין'ט נישט אז איך בין א נא'איוו קינד וואס האט אנדעקט מעריקע, און פרעיגט שאלות תם.
סארי כוכב אז די פארשטייסט נישט, היפ איבער דעים אשכול,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

ווייסט פאר וואס מיר טאלערירן קי'עראציע, ווייל מיר זענען קיען.

איך מיין נישט איך און דיך, איך מיין די הונדערטער וואס ליינען זייערע צעטלעך יעדן טאג.

יעדער ביזנעס דארף קענען זייערע קאסטאמערס. אז די קאסטאמערס זענען קיען שטעלט מען צו גראז צו קייען, איי עס פאלן אריין אפאהר מענטשען און וואס וועלען זיי עסן? נאר וואס דען, טו בעד. הכל הולך אחר הרוב
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
געגאנגן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 11:51 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך געגאנגן »

כוכב האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן אין קורצן וואס דער פליקער וויל?

ער וויל באלד עפענען א גמרא כולל
(איך האב געזען אז א משניות כולל איז שוין פערכאפט,
דארף מען זען צו כאפן גמרא כולל)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איר האט אלע פארגעסן פינעם כולל בין השמשות
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

פאר שבועות איז געווען עדוועטייזט א שפאגל נייעם כולל, גערופן כולל דוד המלך, זיי זאגן אויס תהלים ביים קבר דוד המלך, און שטעלן צו נאך ענליכע פארשידענע 'סערוויסעס'
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
געגאנגן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 11:51 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך געגאנגן »

ברסלבער האט געשריבן:פאר שבועות איז געווען עדוועטייזט א שפאגל נייעם כולל, גערופן כולל דוד המלך, זיי זאגן אויס תהלים ביים קבר דוד המלך, און שטעלן צו נאך ענליכע פארשידענע 'סערוויסעס'

עס אלעס איין מענטש - איין אנדרייער -
פראבירט אלע וועגן
אזויווי מהדרין און J&J
פארשפארט