באשלאסן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

באשלאסן

שליחה דורך פליקער »

IMG-20140612-WA0002.jpg
IMG-20140612-WA0002.jpg (167.9 KiB) געזען געווארן 2707 מאל


באשלאסן

איך קען נישט גלייבן וואס איך ליין דא, ווער איז די מכון וואס האלט אז מיר זענען ברעין טויט, ווי שעימט מען זיך נישט צי מאכן פורים פון אינז ברעש גלוי, ממש איך האלט עס נישט אויס אז די געימס ארבייטן, איך קיק זיך ארים שפיר איך, ווי בין איך דא, מיט וועימענען זיץ איך ביי איין טיש, ווער איז דא משוגע, קען זיין אז איך בין גאר דער, איך בין פאריקט, איך האב גאר עפעס א בלאקיד'ש, אז איך ווער נישט פאריקט פאר עקסטאז נאך וואס איך ליין די ארטיקל, איך בין גאר דער וואס איז דער אויפגעקלערטער, איך ברויך פארעכטן מיינע מעשים, איך בין פאר אינטערנעטעט געווארן, איך בין געפערליך קאלט צי מכון עצה טובה, איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, פארוואס ווען איך ליין די ארטיקל שפיר איך ווי איינער וואס טרעפט א פראבלעים פאר א לעיזינג, נישט קיין לעיזינג צים פראבלעים, עס איז אזוי דורך זיכטיג, יעדע תינוק בר חד יומו ברויך דאס קענען זעין, אבער עס ארבייט נאך אלס, איך בין דער שוטה, אויפגעקלערטער, איך קריך פון זינען אראפ, ווי אזוי קען דאס זיין, פארוואס כאפט קיינער נישט וואס איך מיין בכלל.

די פראבלעין מיינע הייבט זיך נישט אן ביי די מכון, עס גייט שוין אן יארן, איך קים אין שיל יעדען ציפרי, איך נעם מיר אלע צעטלעך, איך וויל דאך וויסן נייע שידוכים, ווער מאכט היינט חתונה, יעדען טאג איז דא א פרישע מין צעטעל, פון א נייע גיט הארציגע ארגענעזאציע, וואס האלט נישט אויס אז איך קים אין שיל און וועל נישט וויסן די נייע שידוכים, אדער וועימענן'ס איז היינט די גרויסע יארצייט, לייגט מען ארויס א צעטעל, ני אז שוין דא א צעטעל, פארוואס נישט אביסעלע עדווערטייזן, עס האט דאך הוצאות, איינער מיז דאך באצאלען.

גיבט זיך אבער א זעץ ארויף אויפן צעטעל א לאנגע שנויעץ, און גייט נישט אוועק, ער דינגט אפ נישט מער און נישט ווייניגער ווי א גאנצע פערטל צעטעל א יעדען טאג, הייבט אן ביי איין צעטעל, איז מצליח, נעמט מען נאך א צעטעל, לא ראו זה כראו זה, צד השווה שבהם אז איך בין בייז, ווי איך קיק מיז איך זעין די מופת פינעם געוויסן קארפארעישן, זייער (עדווערטייזמענט) זייער באשלאסן מפרסם צי זיין, זייער זיכו הרבים, זייער האלטן אז איך בין משוגע, זייער זעלטענע געלעיגענהייטן, זייער זארגען אז איך זאל שפארן, זייער זארגען אז איך זאל פארדינען, זייער תורה חסה על ממונו של ישראל, זייערע ישועות ווארטן ביי מיין טיר, אלעס האט איין צד השווה, ווי איך זעי עס, געב אהער דיין געלט, און טראג זיך אפ, ני געב אהער בשביל מיין כולל וואס זאגט תהילים, געב אהער בשביל איך לעש עין הרע, צא בשביל די פסוק שטייט שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב, צא בגין דכתיב קול רנה וישועה באהלי צדקים.

אויך היינט איז שוין דא ב"ה לע"נ סיינס אויף די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] עדס וואס קריכן פון מיינע נאז לעכער, הער א מעשה, איינעם'ס נשמה גייט האבן אן עליה ווען ער באצאלט פארן דבר יום ביונה, ווען ער נעמט זיך אינטער מפרסם זיין אז עס איז דא א באס צים וואלד, מען גייט פארן ווייט ווייט רעדן צים באשעפער פון וואלד תיכף נאכן נץ החמה, לייגט מען לעיבן דעים, מודעה זו נתנדבה לע"נ ר' נחמן בן פיגא, זי"ע, ווי זענען מיר דעקייקלט, פארוואס קיק איך זיך אן ציריק געבליבן, איך פיל דערנידערט ווען יעדע יצמח פירקניה, יעדער נפיחה שלא עשו כל צרכו, קען זיך ארויפ זעצען אויף מיר אן קיין קאנצעקווענצן.

איך קויפ נישט אפ די תירוץ, אז יעדער קען ווי לאנג ער באצאלט, ווייל ליפא אן בראדוועי וויל אויך באצאלן, און קיינער נעמט נישט זיין עד, נאר דא איז דא א פלאן אינז צי פארטייבן די מוחות, און מיר שוטים שבעולם לאזן זיך, און מיט די צייט שלאגט די עדס ווארצלען און תהילים כולל איז הויפט נייעס אז זיי זענען געגאנגען גלאבאל, ווי זענען מיר, מען ברויך זיך כאפן, ציריק שלאגן, מען קען נישט טיען מיט באזעסענע מענטשן וואס מען וויל, מען קען נישט שפרייטן יעדע סארט צעטל וואס די פרינטער איז וויליג צי פרינטן, אלעס האט א שיעור, מען ברויך נעמען קאנטראל איידער עס איז צי שפעיט.

ווען איינער לייגט אריין א אימאיידעלע בילד אינעם דבר וואלט מען געפינען א וועיג אים צי סטאפן, ווייל מען וויל, אלזא פאר וואס ווילן מיר נישט סטאפן א אפענע פעלטשינג וואס פאסירט מידי יום מיומו אינעם דבר יום ביומו, אינטערן שיינעם פירהאנג פון אידישע שמחת, אדער פשוט גיט מארגען, אדער די קלעסיפייטס, וואס טיט דאס אן קיין שום פארוואס אדער פארווען, פשוט ווייל ער פארשטייט אז איך בין א פערד, און פערדן עסן שטרוי, מיר ברויכן אויס ריפן מיר זענען נישט קיין פערד, אדער ווילסטו זיין און ביזנעס און עדווערטייזן פאר מיין גשמיות, דאן שאקל זיך אפ פון מיין רחניות, זיך די מיר נישט קיינע געלעיגענהייטן, אז איך קען איצט פארבעסערן מיינע מעשים, און דערמיט שטיצען צעינליגע הינגעריגע אינגעלייט, וואס קיקן ארויס אויף מיין סאבסקיפשן צים תהילים אנלימיטעד פלען.

האסט באשלאסן לפרסם, ווער האט דיך געפרעיגט, ווער איז ניגעריג, גיי באשליס זיך צי זעצען לערנען א בלאט גמרא, גיי באשליס צי טיען חסד מיט אן אנדערן, גיי ביטע באשליס נישט צי דערגיין אנדערע די יארן, ווילסט איין מאל עפעס מגלה זיין, מיינט נישט אז דיין עד מיז האבן א אימבאשטימטע פארזעצינג וואס קיינער ווייסט נישט די ענדע, ווייל עס ענדיגט זיך נישט, עס ווערט נאר מער און מער פארצווייגט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר