די סיבה וואס מיר טראגען א וועסטיל
די סיבה וואס מיר טראגען א וועסטיל
די הייסע זומער טעג שטיין שוין אונטערען שוועל אייביג ווען עס קומט אן די צייט וואס ממש סגיסט זיך שווייס פין אלע זייטען סאיז פשוט אום דערטרעגליך טראכט איך אריין אין דעם געדאנק ווא איז די סיבה פארוואס היימישע יודען טראגען א וועסטיל ?אין נאך דערצו אין אזעלכע גיהנום׳דיגע טעג ?
דער גאנצע נושא פון דער וועסטיל איז בעצם צוליב א הלכה׳דיגער עניין וואס כמעט קיין איינער ווייסט נישט פון דעם צו זאגען והראיה די וואס גייען די טלית קטן אונטערן העמד אין טראגען א וועסטיל זיי ווייסען אינגאנצען נישט די הלכה׳דיגע נקודה וואס ליגט דא אבער ווא יא מיר זענען צוגעוינט צו טראכטען פון שיינקייט אין די לבוש זאל זיין הערליך אוועקגשטלט אין פאקטיש שאפט דאס אגויסער חן אויף דעם מענטש ווען ער איז שיין אנגטהון
אין דא קומט די פוינט פון דעם שיינעם לבוש דער וועסטיל
יעצט קומט אויס אז די נקודה פון דעם טראגען א וועסטיל איז נאר צוליב די שיינקייט אין אנטליגענט׳ישקייט וואס קומט צו פון דעם אין באמת די מלבוש גיט צו שיינקייט אין איידעלקייט סהאט אגוויסע נשיאות חן ביי מענטשע
איך מאך זיך האבער דעם חשבון אז סלוינט׳זיך מוותר זיין אויף דעם שיינעם רושם אין בעסער זיך צו שפירן פיל לייכטער אין נישט אזוי שויצען (תרתי משמע...)בשעת ווען די שויצען שעפט ממש אויס די אלע כוחות אין דער מאנטשלעכע קערפער איך פיל ממש אז דע וועסטיל לייגט צו די עיקר עול אין ווען אין דריי זיך ארום אין דער זומער מיט א אפענעם רעקעל אפילו די וואלנע טלית קטן איז נישט באדעקט ( דאס איז דער גאנצער מקור פון דעם וועסטיל אין הלכה) אין סאיז נישט אזוי ״אלגענטיש״ דאך שעפ איל זיך נישט אויס מיינע כוחות אין איך בלאב רוהיג
בעצם אויפן זעלבען מהלך קען מען איבערשמוסען די נושא פון טראגען א ראזשוואלקע אין די זומער דיגע שבתים די ראזשוואלקע איז א שיינער לבוש וואס שאפט אגויסען חן אין אצילות אויף דער וואס טראגט דאס סאיז דא אזאלכע וואס צוליב די שיינקייט פון דעם וועלען זיי גיין אין פייער אריין שפעטער זענען זיי אויסגעשעפט אין נערוייז צוליב די שווערע לאסט אין הוצען ---אשוטרקע נקודה למחשבה~
כהאב פארגעסען נאך אנקודה די וייסע וועסטיל וואס אשיינער ציבור גייט שבת ויו״ט בפרט די בנשיקלעך דאס איז שוין ממש אן אנדערען עניין סהאט א בעזונדערען חן צוליב אפאר נקודות א חוץ דעם וואס ביי די בנשיקלעך איז דאס מרוקם אין געפלעכטען פין חוטי כסף וזהב מעשי ידי אומן אין סאיז שווער צו מוותר זיין אויף דעם שיינער שבתדיגע מלבוש נאר וועגען די היץ
האבער דאך ברענג איך ארויס א נקודה למחשבה אז דער וואס פארשטייט נישט די ענינים פין די זאך אדער פארשטייט גוט אבער גייט מיט א לבוש נאר צוליב שיינקייט זאל אריינקלערען וואס סאיז בעסער אין חשובער צו בלייבען דער שיינער יוד אין דער אינטלעגענט אדער בעסער נישט אויסצנוצען די כוחות אין בלייבען מיטן גייסט אין מוט אין בעיקר בלייבען א מענטש אין נישט ווערען אויס מענטש צוליב די הוצען

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
שלום עליכם הרב אתא קלילא, זאגסט א גוטע פוינט.
מאנכע טראגן דעם וועסטל פשוט אלס מער אפיס ספעיס. מען פארדינט נאך פיר אדער זעקס טאשן, און עס געבט מער ספעיס צו האלטן נאך זאכן.
מאנכע טראגן דעם וועסטל פשוט אלס מער אפיס ספעיס. מען פארדינט נאך פיר אדער זעקס טאשן, און עס געבט מער ספעיס צו האלטן נאך זאכן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
די וועסטל טראגט מען ווייל ווען די חסידישע לבוש האט זיך אנגעהויבן זענען די בעסערע גוים אזוי געגאנגען אנגעטוהן. איך ווייס נישט וועלכע הלכה דו מיינסט, אבער אויב איז דא אזא הלכה איז עס געווארן after the fact, נאכדעם וואס שלומי אמוני האבן שוין געטראגן די וועסטליך. ווייל בזמן הגמרא זעט אויס איז די ציצית\טלית געווען די אויבערשטע מלבוש וואס מ'איז געגאנגען.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
כדי לקיים מה שאמרו חכמינו אז כל ימי עני רעים וכו'.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 11:51 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:די וועסטל טראגט מען ווייל ווען די חסידישע לבוש האט זיך אנגעהויבן זענען די בעסערע גוים אזוי געגאנגען אנגעטוהן. איך ווייס נישט וועלכע הלכה דו מיינסט, אבער אויב איז דא אזא הלכה איז עס געווארן after the fact, נאכדעם וואס שלומי אמוני האבן שוין געטראגן די וועסטליך. ווייל בזמן הגמרא זעט אויס איז די ציצית\טלית געווען די אויבערשטע מלבוש וואס מ'איז געגאנגען.
איך מיין אז פונקט פארקערט
אז מען האט געהאט א ענין עפ"י הלכה האט מען געזוכט די זה קלי ואנוהו...
היינו טעמא דשטריימל...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כוכב האט געשריבן:איך טראג דעם וועסטל אויפן פארלאנג פון מיין פרוי מזאל נישט זען די ציצית ווען סאיז פארפלעקט כנהוג.
טלית קטן'ס קענמען וואשן. פארדעים איז דא די אלע וואש-פראדוקטן און סאפטענער'ס. אויך וואש מאשינען. אויב דער נעכטיגער סאפער (ארוחת ערב, נאכטמאל, בלע"ז) זעיט זיך אן אויפ'ן ט"ק, קענמען ניצן א "ביב". ..
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
געגאנגן האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:די וועסטל טראגט מען ווייל ווען די חסידישע לבוש האט זיך אנגעהויבן זענען די בעסערע גוים אזוי געגאנגען אנגעטוהן. איך ווייס נישט וועלכע הלכה דו מיינסט, אבער אויב איז דא אזא הלכה איז עס געווארן after the fact, נאכדעם וואס שלומי אמוני האבן שוין געטראגן די וועסטליך. ווייל בזמן הגמרא זעט אויס איז די ציצית\טלית געווען די אויבערשטע מלבוש וואס מ'איז געגאנגען.
איך מיין אז פונקט פארקערט
אז מען האט געהאט א ענין עפ"י הלכה האט מען געזוכט די זה קלי ואנוהו...
היינו טעמא דשטריימל...
איך מיין אז פונקט פארקערט.
דו האלטסט אז ס'איז ואנוהו וויבאלד דו גייסט דערמיט. שיינקייט איז סוביעקטיוו.
- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
אתא קלילא האט געשריבן:דער גאנצע נושא פון דער וועסטיל איז בעצם צוליב א הלכה׳דיגער עניין וואס כמעט קיין איינער ווייסט נישט פון דעם צו זאגען והראיה די וואס גייען די טלית קטן אונטערן העמד אין טראגען א וועסטיל זיי ווייסען אינגאנצען נישט די הלכה׳דיגע נקודה
עס איז נישטא קיין שום הלכה צו טראגן א וועסטיל, וואס יא? עפ"י האר"י טאר נישט די ציצית זיין אויפגעדעקט, ממילא הנוהגים עפ"י האר"י בכל עניניהם האבן א סיבה עס צוצידעקן. אבער אז מ'לערנט אביסל ווייסט מען אז די אר"י הקדוש איז עס געגאנגען אינטער די העמעד, נישט איבער דעם. וואס עפ"י הלכה איז דאס נישט אויסגעהאלטן, ווייל מ'מוז עס קענען זעהן. ממילא אזויווי ביי איעדע מחלוקת צווישן קבלה והלכה די פוסקים האלטן אז מ'דארף פסק'נען כההלכה, און די מקובלים האלטן אז מ'דארף זיך נוהג זיין עפ"י הקבלה, איז הבוחר יבחר. אבער משלב זיין די צוויי קעגן זייטיגע סברות איז אים מעגליך, ווייל ס'קען נישט זיין אויפגעדעקט און צוגעדעקט אויף איינמאל. און אויב איינער טרייט יא עס משלב צו זיין אויף אזא איינעם איז געזאגט געווארן די פסוק "וכסיל בחושך הולך".
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ביי טייל איז עס א ווסת קבוע און ביי טייל איז דער ווסת אינו קבוע. די וואס פירן זיך צו גיין שבת אן אנדער סארט, איז עס כדי לקיים מה שאמרו חכמינו אז כל ימי עני רעים - שבת אלס שינוי הווסת.
שמעתי אז די טעם פארוואס ביי g&g רופט מען עס א "וועסטיל" איז משום מעשה שהיה, א פרוי איז אמאל געקומען אויף פיקן זייער באשטעלונג, אין מ'האט אויסגעריפן מרס... אייער וועסט/ווסת איז אנגעקומען. נאכן בלאשן אפאר מינוט האט זי געכאפט אז מ'רעדט פון א וועסטיל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
מבקר האט געשריבן:אתא קלילא האט געשריבן:דער גאנצע נושא פון דער וועסטיל איז בעצם צוליב א הלכה׳דיגער עניין וואס כמעט קיין איינער ווייסט נישט פון דעם צו זאגען והראיה די וואס גייען די טלית קטן אונטערן העמד אין טראגען א וועסטיל זיי ווייסען אינגאנצען נישט די הלכה׳דיגע נקודה
עס איז נישטא קיין שום הלכה צו טראגן א וועסטיל, וואס יא? עפ"י האר"י טאר נישט די ציצית זיין אויפגעדעקט, ממילא הנוהגים עפ"י האר"י בכל עניניהם האבן א סיבה עס צוצידעקן. אבער אז מ'לערנט אביסל ווייסט מען אז די אר"י הקדוש איז עס געגאנגען אינטער די העמעד, נישט איבער דעם. וואס עפ"י הלכה איז דאס נישט אויסגעהאלטן, ווייל מ'מוז עס קענען זעהן. ממילא אזויווי ביי איעדע מחלוקת צווישן קבלה והלכה די פוסקים האלטן אז מ'דארף פסק'נען כההלכה, און די מקובלים האלטן אז מ'דארף זיך נוהג זיין עפ"י הקבלה, איז הבוחר יבחר. אבער משלב זיין די צוויי קעגן זייטיגע סברות איז אים מעגליך, ווייל ס'קען נישט זיין אויפגעדעקט און צוגעדעקט אויף איינמאל. און אויב איינער טרייט יא עס משלב צו זיין אויף אזא איינעם איז געזאגט געווארן די פסוק "וכסיל בחושך הולך".
ע"פ הלכה דארף די בגד זיין אויפגעדעקט? אויב עפעס דארף מען קענען זען די ציצית, נישט די בגד. און אליבא דגמ' וואס די גאנצע טעם פון וראיתם אותו איז משום שתכלת דומה לרקיע וכו', איז דאס נישט שייך ביי אונזערע ציציות.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 345
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
- האט שוין געלייקט: 189 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
ברעט מענינג האט געשריבן:אויב איך גיי נישט קיין וועסטיל ווי וועל איך לייגען דעם פעדער?
שבת טאקע האב איך נישט קיין וועסטיל.
פעדער? וואס איז דאס? אהההה, דער זאך וואס געבט ארויס טונט? אין ס'לאסט איבער א צייכן אויף א פאפיער?
כ'געדענק ווען מ'פלעגט נאך אמאל שרייבען טשעקס האט מיין טאטע אייביג געהאט איינס אין טאש,
סיריעסלי, ווער האט היינט א פעדער? א פארצאטישע זאך
- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:ע"פ הלכה דארף די בגד זיין אויפגעדעקט? אויב עפעס דארף מען קענען זען די ציצית, נישט די בגד. און אליבא דגמ' וואס די גאנצע טעם פון וראיתם אותו איז משום שתכלת דומה לרקיע וכו', איז דאס נישט שייך ביי אונזערע ציציות.
א' וואו אין מיינע ווערטער האסטו געזעהן אז איך רעדט פונעם בגד? אבער אז מ'רעדט שוין וויל איך טאקע אויסקלארן!
שולחן ערוך אורח חיים סימן ח' סעיף י"א
עיקר מצוַת טלית קטן ללובשו על בגדיו, כדי שתמיד יראהו ויזכור המצוות.
וויאזוי לערנסטו דאס? מ'זאל אנטוהן די חוטי הציצית על בגדיו אדער די גאנצע בגד?
משנה ברורה סעיף קטן (כה) על בגדיו – ובכתבים איתא דטלית קטן תחת בגדיו. וכתב המגן אברהם, דעל כל פנים צריך שיהיו הציצית מבחוץ, ולא כאינך שתוחבין אותן בהכנפות.
איז משמע אז עפ"י ההלכה דארף אפילו די בגד אויך זיין אויפגעדעקט.
ולמעשה קריגן זיך אלע מקובלים על המג"א.
ב' די גייסט נישט מיטן תכלת??????
חד גדיא האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:איך טראג דעם וועסטל אויפן פארלאנוועסטלכמיין פרוי מזאל נישט זען די ציצית ווען סאיז פארפלעקט כנהוג.
ווי אזוי קריכן אריין די פלעקן אויב דו גייסט א וועסטל?
לכאורה איז קלאר אז עפעס מיז דאך ערגעץ וי ווערען פארשמירט אויב נישט פארוואס פארמאגט מען א וואש מאשין אבער סקען זיין אז אויב שוין איז בעסער די ציצית זאל ווערען פארשמירט וי די וועסטיל וואס אויף דעם קען יעדער באמערקען וואס די האסט געגעסען אויף לאנטש פון נעכטען אין סאפיר א טאג פאר דעם עכ״פ איך פארשטיי אודאי נישט פשט ויאזוי קען די ציצית פארפלעקט ווערען אויב מגייט מלכתחילה א וועסטיל אויף דעם ?
אויב איז די גאנצער עניין נאר צו באשיצען מזאל נישט זעהן די בהרות אדמדמות עקודים נקודים וברודים פון די ציצית איז אין לדבר סוף אין ויפיל מפארדעקט וועט דאס ארופשוימען וייל דער וואס פארשמירט זיך בלאבט אייביג פארשמירט פשוט וייל מכאפט זיך נישט
ביי אונז כלל ישראל זענען מיר אייביג געוועזען אויסגעצייכענט מיט דעם יודישער חן אין די מלבושים אונזערע זענען אויסגעצייכנט מיט א שיינקייט וואס צייגט די פאקט אז מיר זענען בני מלכים אין אפילו די גויים וייסען גוט פון דעם שיינקייט פון דעם יוד אין וייסען טיף און הערץ אז די אמתדיגער חן אין שיינקייט ליגט ביי אונז וי סאיז באקאנט די ווארט פון צדיקים אז ״לא עשה כן לכל גוי״ אז א גוי פארמאגט נישט קיין חן וואס באלאנגט נאר צום יידישער פאלק
ממילא האט מען געזוכט ביי אונז וואס מער צו וייזען די אומות העולם די שיינקייט פון דער יוד אין צלם אלקים וואס שיינט אויף אונזער געזוכט דורך דעם וואס מהאט זיך באשיינט אז אפילו די גויים זענען ארויס פון התפעלות אין מהאט געזען דעם פשט פון וראו כל עמי הארץ כי שם ה׳ נקרא עליך ויראו ממך
אין טאקע דאס איז געוועזען די עניין בעצם פון טראגען די וועסטיל וואס איז אגויסער מלכות׳דיגער לבוש וואס זאל צייגען די שיינקייט פון דעם יוד {חוץ פון די נקודה וואס מהאט שוין אנגערירט ועגען די פלוגתא פון די מקובלים אויב די ציצית זאל זיין אינוויניג צו אינדרויסען וואס אויף דעם האט מען געטון א געויסע פשרה אז מטראגט דעם וועסטיל אויף דע ציצית }
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
אוי דער אשכול דער מאנט מיר פון די גוטע צייטען, רבי שלום קעססלער שליט"א שטייענדיק אויפן טיש פורים אין באבוב ערגעץ ווי אין דער מיטעלע מ' יארן, האט ער געגעבן א פרעג דעם עולם בנוכחות האדמו"ר המהר"ש זצ"ל "ווי זוי זאגט מען א 'טאשן זייגער' אין לשון הקודש?
הוא מותיב והוא מפרק: "עונה הסמוך לוסת"
דער עולם האט זיך גוט צולאכט, ער זעלבסט אויך, אין דערנאך געגאנגען צום נעקסטע דזשאוק...
מ'איז געוועהן זייער אומ-פארמאל און זייער ארגינעל אמאהל... מ'האט נישט געטראכט וואס וועלן די בחורים וכו'

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 13, 2014 2:48 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
די סיבה פון גיין א וועסטל איז צוליב דעם וואס עס איז נישט א כבוד פארן טלית קטן צו זיין במקום א שירצל. און נישט ווי מאנכע פראבירן צו זאגן אז עס איז בלויז א סטייל. צוליב דעם זענען חסיד'שע אידן נישט געגאנגען מיט א אינטערהעמעד. די ציצות זאל זיין דאס מערסטע סמוך צום גוף (העמד, ציצות) די סיבה פון נישט גיין די ציצות אויפן קערפער זעלבסט איז כדי ס'זאל נישט צורירן א מקום טמא. און כדאי די ציצות זאל נישט זיין א שירצל גייט מען א וועסטל. מיט דעם מהלך איז מען יוצא הן הלכה און הן קבלה.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
ייש"כ ר' צענטער.
שרייבסט זייער א שיינע הסבר, ווייסטו אבער אפשר ווי אלט דער הייליגער "וועסטעל" איז?
שרייבסט זייער א שיינע הסבר, ווייסטו אבער אפשר ווי אלט דער הייליגער "וועסטעל" איז?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).