ספר חמדת הימים

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

ספר חמדת הימים

שליחה דורך דריידל »

ס'מיר א חידוש אז אונזער שטיבל פארמאגט נאכנישט אן אשכול ווי מ'דעבאטירט די ספר חמדת (ה)ימים. (די ה' איז ארומגערינגעלט ווייל ס'דא וואס טעהנ'ן אז עס איז בטעות צוגעלייגט געווארן אין א שפעטערדיגע דרוק). די ספר, וואס איז געדרוקט געווארן אין די סוף ת' יארן, איז ארויסגעקומען בעילום שם. דאס האט מעורר געווען חשדות אז עפעס טויג נישט מיט'ן מחבר וואס צוליב דעם קען זיין נאמען נישט שטיין אין די ספר.

כבוד הרב [tag]טאמבל סאס[/tag] האט שוין געשריבן א מאמר אויפ'ן ספר חמדת ימים עה"ת פון א תימענער גדול, הרב שלום שבזי ז"ל, ווי ס'איז בטעות (במחכ"ת) צאמגעשטעלט געווארן מיט'ן באקאנטען חמדת (ה)ימים. למעשה איז דאס נישט די זעלבע, דעריבער עפען איך די אשכול ווי מ'עט דיסקאסירן איבער די פרא און קאנס פונעם ספר.

בראש וראשון איז געווען די יעב"ץ ז"ל וואס איז געווען מראשי הלוחמים נגד כת ש"ץ שר"י, און ער שרייבט מיט א קלארקייט אז די מחבר איז נישט קיין צווייטער ווי ש"ץ'ס רעכטע האנט, נתן העזתי שר"י. ער שרייבט אז ממש אין יעדע שורה איז מרומז ש"ץ. ס'זענען געווען אויך אנדערע מתנגדים צום ספר, אבער קיינער איז נישט ארויס אזוי שארף ווי דער יעב"ץ.

ביי חסידים איז עפי"ר די ספר נישט געווען אנגענומען, ווי ס'ווערט געברענגט אין שבחי בע"ש אבער דא און דארט טרעפט מען יא אראפברענגען דעם ספר אין ספרי תלמידי בע"ש. אויך זענען דא אסאך מנהגים און קבלות וואס זענען אנגענומען, און די איינציגסטע מקור אויף זיי איז די ספר חה"י. אויף דעם איז שוין דא תירוצים אז אדער זענען די מנהגים שוין געווען איינגעפירט פארדעם נאר ער איז דער ערשטער וואס ברענגט עס, אדער אז באמת איז ער יא געווען אן ערליכער נאר ידי זדים שלטו בו, און האבן צוגעלייגט זאכן אין די ספר. די דברי חיים ז"ל האט נישט געזאגט לדוד ד' אורי ווייל די איינציגסטע מקור איז די חה"י, אבער כמדומה לי אז און אלע אנדערע מקומות איז יא אנגענומען עס צי זאגן.

עס ווערט געברענגט בשם די דברי יחזקאל ז"ל וואס האט נאכגעזאגט פון די ראפשיצע רב ז"ל אז די חה"י איז מגולגל געווארן אין א צדיק און ער האט מתקן געווען וואס ער האט געדארפט, און זינט דאן איז די ספר מותר לבא בקהל.

בערך א הונדרעט יאר צוריק איז געווען איינער אין ירושלים, הרב האלפערין, וואס האט אפגעשריבן א חיבור ווי ער נעמט זיך אן פאר'ן חה"י, און פארענטפערט אלע טענות וואס מ'האט געהאט אויף זיין ספר. די מנחת אלעזר, וואס איז געווען גאר א גרויסע ידען אין מקורות און מנהגי ישראל, און האט גענומען א שטעלונג אין כמעט אלע ענינים העומדים על הפרק, האט געשריבן א תשובה צו דעם רב האלפערין ווי ער ברענגט ארויס אז ער איז זייער אומקלאר אויף די מהות פון די מחבר. ער שרייבט אז די ספר שבחי בע"ש איז נישט קיין בר סמכא און אויפ'ן יעב"ץ שרייבט ער אז מ'זעט ביי אנדערע וואס ער האט אימזיסט חושד געווען (מן הסתם מיינט ער רבי ר' יהונתן אייבשיץ ז"ל) און כיון דבא לכלל כעס בא לכלל טעות. למעשה זאגט ער אבער אז בלי ספק זענען פארהאן דארט זאכן שלא ניתן להיאמר און וואס די סיבה זאל נישט זיין, זאל מען נישט ניצן דעם ספר.

ס'איז דא נאך אסאך צו שרייבן, און ווער עס האט ידיעות איז מכובד מוסיף צו זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דריידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארדריי די דיר דיין קאפ

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר