דער שכן האט געשריבן:טיטאניק האט געשריבן:נ
מען קען זאגן אנדערש. אז ווען נישט די ווילדע איזראעליס מיט'ן מדינה וואלט מען נישט גע'הרג'עט אזויפיעל אידן מיט סועסייט באמבע וועסטלעך און אויפרייסן באסעס מיט עראפלענען. מען איז גארנישט ווייניגער אין גלות יעצט מיט א "אידישע" מדינה. מען קען זאגען אדרבה מיר זענען מער פארפיינטעט. שיינע זאך וואינען ארץ ישרא' מיט א קישעלע און דאכענע, אבער זיך ארויסשטעלן מיט א אייגענע מדינה איז גאר אן אנדערע געשעפט. מיר זענען גארנישט מער 'סעיף' מיט די מדינה.
איך לערען ארויס א גזירה שווה, שומרים ציונים
די גאנצע שומרים איז בעצם די זעלבע געדאנק ווי די ציונים אין יעדע וועג
וואס איז געווען די לאזינג פון די ציונים? "געניג געליטען פון די גוים, געניג זיך געלאזט פירען כצאן לטבח, געניג געטריבען געווארען פון איין לאנד צים צווייטען! פון היינט אין ווייטער פאר יעדע פאטש וואס א גוי געבט וועט ער וויסען אז עס האט א פרייז, בליט פאר בליט
די מדינה האט טאקע מצליח געווען אויף א געוויסע זין, אבער די לעצטע 30 יאר זענען זיי פארפארען פון זייער אלטע מטרה, און עס איז ציגעקימען אסאך נייע מטרות, וואס מאכט א צימישעניש און מאכט זיי שוואך, אמאל האבען די אראבער מפיל געווען ווען זיי האבען געהערט די ווארט "ישראל", היינט איז עס די היפך
וואס איז געווען די לאזינג פון שומרים? ווער עס ווייסט אז די סאטמארע גרינדער פון שומרים האבען געשריגען די זעלבע ווערטער, "מיר האבען געניג געכאפט קלעפ אין דער אלטער היים, מיר האבען זיך געלאזט פון די אינגערישע גלחיםן אין פוירען, מיר האבען זיך געלזאט פון די נאציס, געניג! פון היינט אין ווייטער אויב א שווארצער פארגליסט זיך צי שטעפען א איד זאל ער וויסען אז עס גייט עם קאסטען א פרייז, אינזער בליט איז נישט הפקר"
למעשה, זיי האבען געטין די זעלבע, אבער היינט? היינט איז שומרים א דזשאוק קיינער האט מער נישט מורא פון זיי ווייל זיי מטרה האט זיך געטוישט, די סיבה פארוואס א שומרים מעמעבר ווערט א שומרים איז נאר פאר אנטענטשען און נישט עפעס אנדערש,
פינקט ווי איר זאגט אז דער גוי האט פיינט דער איד ציליב די חוצפה פון די ציונים, די זעלבע האט שומרים געהויבען די שנאה צי אידען אין די געגענט אין ברוקלין, ציליב די זעלבע סיבה, און אדרבה גייט זיכען אויף די אינטערנעט וויפיל הייס בליט עס איז דא קעגען די אידישע שומרים
איי פארוואס מעגען די שומרים יא און די ציונים נישט?
ווייל שומרים האב "איך" געדרינגעדט און ציונים האט "מיין שונא" געגרינדערט, אבער בעצם טיען די זעלבע זאך, און אפשר נאך ערגער, ווייל דער גוי זאגט, מילא ישראל איז ענקער לאנד, אבער דא? הגם לכבוש את המלכה עמי בבית? דא ביי אינז אין אמעריקא מאכען ענק זיך בעל הבית?????
זייער א גיטע זאך די שומרים און זייער א גיטע זאך די ציונים, אבער איין זאך, ווען ביידע זאלען ארבעטען מיט אביסעל מער שכל און אביסעל מער חוצפה וואלט די מצב געווען אסאך בעסער,
עיין ערך
viewtopic.php?p=196664#p196664האק נישט אין טשייניק אז די מדינה איז מער פראבלעם ווי נישט
ווייל מאך א שטיקעלע ניכטערע חשבון וויפיל אידען מען האט געשאכטען אין יוראפ פון חורבן בית המקדש ביז די קריג ועד בכלל, אן קיין מדינה הטמאה וויפיל טייכען אידיש בליט עס איז פיל געווארען פאר די איינע טעם בלויז ווייל מיר זענען אידען
און די גאנצע "תירוץ" וואס די גויים בני ישמעאל ועשו זאגען אז די תירוף פאר זייער שנאה איז די "חוצפה פון האבען א מדינה" איז אויך איין שטיק בלאף אזוי ווי אלע אנדערע בלאף ווי בליט בילביל און שווארצע מגפה ועוד,
און איך וועל מסביר זיין, ווי גרויס איז סיריע? ווייסט בכלל וויפיל ליידיג פלאץ סיריע האט? די זעלבע מיט מצרים, איראן, איראק, ירדן, סעודיע אראביע, ליביע, וכו' וכו', זיי האבען אזויפיל ליידיגע שטחים וואס מען קען אפילי נישט שאצען, אויב וואלט ירדן אוועק געגעבן אפילו א צענטעל פון איר "ליידיג פלאץ" וואס זי פארמאגט "פאר די פארפלאגטע פאלעסטינער" וואלט די גאנצע פראבלעם נישט געווען, ווען זיי זארגען זיך ווען באמת פאר זייערע ברידער האבען זיי געניג און נאך פלאץ ווי זיי צי לייגען
אפגערעדט אז די פאלעסטינער זענען קיינמאל נישט געווען איינואוינער אין ישראל, זיי זענען א באנדע סוחרים וואס האבען געוואנדערט ארים די געגענט
זיי פארשטייען אז יעדע אומה ולשון איז בארעכטיגט צי האבען א ריזיגע לאנד, די מוסלומענער האבען ריזיגע לענדער, פארגינסט נישט פאר דער איד זיין קליין פיצקעלע לאנד? דאס מעג ער אויך נישט? וואס איז דאס אויב נישט וויסטע שנאת ישראל?
די אראבער שרייען "קול דמי אחינו צועקת אלינו", א רגע, וויפיל פאלעסטינער האט ירדן געשאכטען מיט 40 יאר ציריק? וויפיל האט איריק געשאכטען פון די איראנער? וויפיל שעכט מען זיך יעצט אין סיריע? וויפיל האט קאדאפי געקוילעט ביי זיך אין לאנד? ביי זיי ווערען געשאכטען א יאר אסאך מער אראבער ווי ביי די אידען אין די לעצטע 50 יאר! ואין פוצה פה ומצפצף!
זיי זענען ברוגז ווייל מיר טשעפען זייערע "ברידער"? עס ארט זיי? עס ארט דיר? גיי נעם זיי אריין אין סיריע, אין סעודיע אראביע, בוי זיי אויף א שטאט און די פראבלעם איז מסודר! זייערע לאזט זעליגע ברידער די פאלעסטינער וועלען זיין אסאך מער גליקלעך, אבער דאס וועלען זיי נישט טין, פארוואס? ווייל זיי האבען פיינט די פאלעסטינער מער ווי אינז אלע האבען, די אידען האבען שוין געגעבן צי לייזעם פאר די פאלעסטינער אסאך מער ווי עני אראבער האט זיי געגעבען, די פאלעסטינער זענען באוויסטע טראבעל מעקערס, קיינער דארף זיי נישט
אבער כדי צי ניצען דער פאלעסטינער אלץ א "תירוץ" צי שיסען דער איד, פאר דעם איז דער פאלעסטינער שוין יא א ברידער!
צוויי שונאי ישראל ניצען די תירוץ, די אראבער און די סאטמארער
האקט אין שטייניק א צווייטען