די עשיו'ס פון ביצה עולם טרינקן שוין ווידער אידיש בלוט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

די עשיו'ס פון ביצה עולם טרינקן שוין ווידער אידיש בלוט

שליחה דורך יושב קרן »

די רשעים המלאים מצות כרימון פון אייוועלט האבן זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א טרינק-פעסט פון אידיש בלוט וואס האלט נאך אינמיטן די שלושים. איז זיי נישט געפאלן אז דער איד האט שיין באשריבן האברך היקר יואל בראך ע"ה, א-מער וויאזוי איז מעגליך צו זיין אן אברך היקר אז מ'האט נישט אויסגעזען ווי מיר שמעלקע טויב אדער מיללער אדער לכתחלה אריבער? אויב ער איז א פיינער אינגערמאן וואס פארדין איך פון מיין לאנגן רעקל אין א הייסן זומער טאג? דאס טאר נישט אריבערגעלאזט ווערן אומפארשוויגן, מוז מען חוזק מאכן און שרייבן אזוי נישט אום שבת גערעדט מיט וד"ל'ס.
א צווייטער שרייבער מיט א לב טוב זיכער, בעט מען זאל נישט טשעפען ווייל דער איד האט בלויז געוואלט צופרידנשטעלן א צובראכענע משפחה. אה אויב איינער פון די בראך פאמיליע וועט ליינען יענע תגובה וועט ער זיכער ווילן שיקן א דאנק פאר דעם גוטהארציגן.
א אלטגעזעסענר שרייבער האט געבעטן מ'זאל מבער זיין יענע אשכול, ס'פאלט אויף טויבע אויערן. יענע קענען נאר מעקן אהרן זלמן לייב פאליטיק, נישט ווען מ'טרינקט בלוט פון איינעם וואס האט נישט אויסגעקוקט אויסערלעך ווי זיי.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר