די מעלות אין חסרונות פון געהערן צו א קרייז, קהילה, וכדו'

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שכל הישר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 01, 2014 7:34 pm

שליחה דורך שכל הישר »

מבקר האט געשריבן:אויך די טעמע האב איך דורך געשמועסט מיט א רבי, דער פשעווארסקער. ער האט מיך געענעטפערט "מ'דארף באלאנגן צו א קהילה/חסידות 60% און די איבריגע 40% דארף מען זיין זעלבסטשטענדיג".

ווייל עהר שטעלט נאר צו 40% די אנדערע 60% דהיינו מוסדות התורה, קבורה, גמ"חים וכדומה שטעלט עהר נישט צו און פשעוורסק האט מען אלעמאהל געוויסט אז טאאלעטען שטעלט מען צו גוט אין סאטמאר.
און אפילו דאס וואס זיין זיידע און טאטע זענען געווען ביזי כל ימי חייהם צו גיין נאך געלט פאד יודענס וועגען האט עהר נעבעך נישט קיין צייט עהר איז ביזי צו לערנען יומם ולילה אזוי ר חיים עוזר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך בר-כוכבא »

היינט איז באלאנגען צו א קרייז מער חסרון ווי מעלה. עס איז דיר אסאך מער מחייב ווי אמאל, און פון די אנדערע זייט זענען זיי דיר אסאך ווייניגער מחוייב ווי אמאל. יש מקום לדון צי ס'איז נישט גרינגער צו זיין א איד און נארמאלער מענטש ווען מען באלאנגט נישט צו רוב פון די היינטיגע חסידות.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ס'איז א חילוק פון 'באלאנגען צו א קרייז', אדער 'זיך לאזן הרג'נען פאר א קרייז'
דאס צווייטע ביסטו גערעכט, און ס'לוינט נישט צו האבן מסי"נ, אסאך האבן חרטה שפעטער, און ווען מ'דארף אליין הילף ווייזט מען די רוקן, און ווי איך האב שוין געשריבן ערגעץ דא, זאלסט ליב האבן דיין קהלה זייער שטארק, אבער דיך נאך שטערקער
ווידער די ערשטע פארט, איז לענ"ד גאר וויכטיג, איך קום פון גאר א גרויסע משפחה, וביניהם איז דא ארונים זאלונים בני יואל נטו"ק, ממש פון אלע מינים, און איך קען אייך זאגן, מ'זעט באשיינפערליך א חילוק אויף די קינדער פון משפחה למשפחה, דער אינגערמאן וואס האט אביסל געגליטש און קומט פון א משפחה וואס האט געהאט א רבין אלעמאל (הגם היינט וויל ער נישט הערן פון קיין רבי'ס) קוקט אויס סאך שענער ווי דער געגליטשער יונגערמאן פון א משפחה וואס איז אויפגעוואקסן אז ס'איז נישטא היינט קיין מנהיגים און אלעס איז פאלטש, איך רעד פון זאכן וואס מען זעט עין בעין
דו מוזט גארנישט טון פאר דיין קרייז, אבער זאלסט וויסן איך באלאנג ערגעץ, ער איז מיין רבי ער איז מיין קהלה, און אים פאלג איך.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

שרייבער, ענדליך רעדט שוין איינער מיין שפראך. דער עולם האט אנגעפירקעלט דעם אשכול בנוגע דעם גשמיות'דיגע חלק פון באלאנגען צו א קרייז, וואס דאס איז נישט געווען עכט מיין מטרה פון עפענען דעם אשכול ( איך בין אליין שולדיג פאר זיך נישט גוט ארויסברענגען) מיין נושא איז בעיקר די חלק הרוחניות, וואס די מציאות ווייסט אז די וואס האבן א מנהיג, מורה דרך, שטייען בעסער ווי די אנדערע. און ניין עס האט נישט מיט גיין צו טישן דווקא, אדער באצאלן מעמבער שיפ, און כאפן שיריים, עס איז סאך הכל איין זאך; די האסט א מורה דרך וואס ווייזט דיך דיין וועג און מיט איהם שמוסט מען זיך דורך.
און אויף דעם האב איך געשטעלט מיין פראגע, וואס מאכט אויס צו איך האב יא א מנהיג צו נישט? ועוד וועלכע שאלות פרעגט מען א מנהיג?
איך אנטשולדיג מיך נאכאמאל פארן נישט גוט מסביר זיין.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

ואענה גם אני את חלקי.
געהערען צו א פלאץ איז זייער א comfortable זאך פאר א מענטש וואס וויל נישט האבען זיין אייגענע לעבן,זיין אייגענע איידענטיטי,זייער אסאך פון די מענטשען וואס וואקסען אויף און די סארט פלעצער,ווייסען ניטאמאל וואס דאס מיינט האבען אן אייגענע איידענטיטי, און זיין א אינדעפענדינט מענטש.
פאר אזא סארט מענטש איז א פלאץ מער וואו געוואונטשען, זיי דארפען נישט מחנך זיין זייער קינדער די פלאץ טוט עס,זיי דארפען נישט אויסבויען זייער יודושקייט די פלאץ טוט עס, זיי דארפען נישט ארבעטען אויף קיין חברים די פלאץ טוט עס.וכו וכו וכו וואס די פלאץ שטעלט אלץ צו.

די פראבלעם פאנגט זיך אהן אז סאיז דא איינער וואס האט פערסאנאליטי און ער וויל אביסעל אליינס אויספארעמען זיין לעבן.
די חסידותן פארנעמען נישט אזא זאך, א מענטש מיט א אייגענע מיינונג,
אויב די ווילסט זיין א חלק פון די זאך און די ווילסט פילען עקסעפטעט מוזטו לאזען דיינע פילינגס און דער זייט, און די מוזט טרעפן געשמאק אונעם סיסטעם.
נארמאלערהייט פארט עס אזוי,מענטשען לייגען זייער אייגענקייט און דער זייט און פארען מיט די סיסטעם.
וואס טוט זיך אבער אויב א מענטש האט גאר א שטארקע פערסאנאליטי און גאר א שטארקע כאראקטער , אזא מענטש וועט געווענטליך נישט קענען מיט פארען.
מאידך גיסא וועט ער דארפען ארבעטען שווער, ער וועט מוזען פאר קויפען פאר זיינע קינדער עכטע יודושקייט, ער וועט מוזען זיך אליינס שטארק אוועקשטעלען, ער וועט מוזען טרעפן עקשען און זיין לעבן וכו וכו
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

אפשר ביסטו אזוי גוט און דו ביסט מסביר בפרטיות מיט משלים וואס דו מיינסט, ווייל בהשקפה ראשונה זע איך נישט קיין פראבלעם מיט דעם אויך נישט ביי רוב נארמאלע חסידות'ער, אדרבה לאמיר הערן געב משלים
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

שרייבער האט געשריבן:ס'איז א חילוק פון 'באלאנגען צו א קרייז', אדער 'זיך לאזן הרג'נען פאר א קרייז'

אדער הרגנן יענעם פאר א קרייז :? :?
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מצטמק ויפה האט געשריבן:שרייבער, ענדליך רעדט שוין איינער מיין שפראך. דער עולם האט אנגעפירקעלט דעם אשכול בנוגע דעם גשמיות'דיגע חלק פון באלאנגען צו א קרייז, וואס דאס איז נישט געווען עכט מיין מטרה פון עפענען דעם אשכול ( איך בין אליין שולדיג פאר זיך נישט גוט ארויסברענגען) מיין נושא איז בעיקר די חלק הרוחניות, וואס די מציאות ווייסט אז די וואס האבן א מנהיג, מורה דרך, שטייען בעסער ווי די אנדערע. און ניין עס האט נישט מיט גיין צו טישן דווקא, אדער באצאלן מעמבער שיפ, און כאפן שיריים, עס איז סאך הכל איין זאך; די האסט א מורה דרך וואס ווייזט דיך דיין וועג און מיט איהם שמוסט מען זיך דורך.
און אויף דעם האב איך געשטעלט מיין פראגע, וואס מאכט אויס צו איך האב יא א מנהיג צו נישט? ועוד וועלכע שאלות פרעגט מען א מנהיג?
איך אנטשולדיג מיך נאכאמאל פארן נישט גוט מסביר זיין.


די דארפסט טוישן דעם קעפל צו "די מעלות און חסרונות פון האבן א מורה דרך". מ'קען האבן א מורה דרך אן געהערן צו א קרייז (וכן אני נוהג) און מ'קען געהערן צו א קרייז אן האבן א מורה דרך, כמנהג סאטמאר
פארדריי די דיר דיין קאפ
פארשפארט