3 בחורים אין א''י געקידנעפט - השקפה (געטיילט)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

איינער פרעגט מיר דא צי איך האב פארגעסען צי איינעמען היינט מיינע פילען...
איך פרעג ענק, טראכט אריין, עס איז פרייטאג און מען זיכט מנחם שטארק, און איינער א שונא פון מנחם מאכט אזא צעטעל און לייגט עס ארויף, ווער פין ענק וואלט נישט אזוי געהאקט? ווער?
אוודאי גייט מיר דאס בליט אין קאפ, ביי מיר זענען זיי דער זעלבער איד ווי מנחם הי"ד
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

טיטאניק האט געשריבן:
דער שכן האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:נ


מען קען זאגן אנדערש. אז ווען נישט די ווילדע איזראעליס מיט'ן מדינה וואלט מען נישט גע'הרג'עט אזויפיעל אידן מיט סועסייט באמבע וועסטלעך און אויפרייסן באסעס מיט עראפלענען. מען איז גארנישט ווייניגער אין גלות יעצט מיט א "אידישע" מדינה. מען קען זאגען אדרבה מיר זענען מער פארפיינטעט. שיינע זאך וואינען ארץ ישרא' מיט א קישעלע און דאכענע, אבער זיך ארויסשטעלן מיט א אייגענע מדינה איז גאר אן אנדערע געשעפט. מיר זענען גארנישט מער 'סעיף' מיט די מדינה.

איך לערען ארויס א גזירה שווה, שומרים ציונים
די גאנצע שומרים איז בעצם די זעלבע געדאנק ווי די ציונים אין יעדע וועג
וואס איז געווען די לאזינג פון די ציונים? "געניג געליטען פון די גוים, געניג זיך געלאזט פירען כצאן לטבח, געניג געטריבען געווארען פון איין לאנד צים צווייטען! פון היינט אין ווייטער פאר יעדע פאטש וואס א גוי געבט וועט ער וויסען אז עס האט א פרייז, בליט פאר בליט
די מדינה האט טאקע מצליח געווען אויף א געוויסע זין, אבער די לעצטע 30 יאר זענען זיי פארפארען פון זייער אלטע מטרה, און עס איז ציגעקימען אסאך נייע מטרות, וואס מאכט א צימישעניש און מאכט זיי שוואך, אמאל האבען די אראבער מפיל געווען ווען זיי האבען געהערט די ווארט "ישראל", היינט איז עס די היפך

וואס איז געווען די לאזינג פון שומרים? ווער עס ווייסט אז די סאטמארע גרינדער פון שומרים האבען געשריגען די זעלבע ווערטער, "מיר האבען געניג געכאפט קלעפ אין דער אלטער היים, מיר האבען זיך געלאזט פון די אינגערישע גלחיםן אין פוירען, מיר האבען זיך געלזאט פון די נאציס, געניג! פון היינט אין ווייטער אויב א שווארצער פארגליסט זיך צי שטעפען א איד זאל ער וויסען אז עס גייט עם קאסטען א פרייז, אינזער בליט איז נישט הפקר"
למעשה, זיי האבען געטין די זעלבע, אבער היינט? היינט איז שומרים א דזשאוק קיינער האט מער נישט מורא פון זיי ווייל זיי מטרה האט זיך געטוישט, די סיבה פארוואס א שומרים מעמעבר ווערט א שומרים איז נאר פאר אנטענטשען און נישט עפעס אנדערש,

פינקט ווי איר זאגט אז דער גוי האט פיינט דער איד ציליב די חוצפה פון די ציונים, די זעלבע האט שומרים געהויבען די שנאה צי אידען אין די געגענט אין ברוקלין, ציליב די זעלבע סיבה, און אדרבה גייט זיכען אויף די אינטערנעט וויפיל הייס בליט עס איז דא קעגען די אידישע שומרים

איי פארוואס מעגען די שומרים יא און די ציונים נישט?
ווייל שומרים האב "איך" געדרינגעדט און ציונים האט "מיין שונא" געגרינדערט, אבער בעצם טיען די זעלבע זאך, און אפשר נאך ערגער, ווייל דער גוי זאגט, מילא ישראל איז ענקער לאנד, אבער דא? הגם לכבוש את המלכה עמי בבית? דא ביי אינז אין אמעריקא מאכען ענק זיך בעל הבית?????

זייער א גיטע זאך די שומרים און זייער א גיטע זאך די ציונים, אבער איין זאך, ווען ביידע זאלען ארבעטען מיט אביסעל מער שכל און אביסעל מער חוצפה וואלט די מצב געווען אסאך בעסער,
עיין ערך viewtopic.php?p=196664#p196664

האק נישט אין טשייניק אז די מדינה איז מער פראבלעם ווי נישט
ווייל מאך א שטיקעלע ניכטערע חשבון וויפיל אידען מען האט געשאכטען אין יוראפ פון חורבן בית המקדש ביז די קריג ועד בכלל, אן קיין מדינה הטמאה וויפיל טייכען אידיש בליט עס איז פיל געווארען פאר די איינע טעם בלויז ווייל מיר זענען אידען
און די גאנצע "תירוץ" וואס די גויים בני ישמעאל ועשו זאגען אז די תירוף פאר זייער שנאה איז די "חוצפה פון האבען א מדינה" איז אויך איין שטיק בלאף אזוי ווי אלע אנדערע בלאף ווי בליט בילביל און שווארצע מגפה ועוד,
און איך וועל מסביר זיין, ווי גרויס איז סיריע? ווייסט בכלל וויפיל ליידיג פלאץ סיריע האט? די זעלבע מיט מצרים, איראן, איראק, ירדן, סעודיע אראביע, ליביע, וכו' וכו', זיי האבען אזויפיל ליידיגע שטחים וואס מען קען אפילי נישט שאצען, אויב וואלט ירדן אוועק געגעבן אפילו א צענטעל פון איר "ליידיג פלאץ" וואס זי פארמאגט "פאר די פארפלאגטע פאלעסטינער" וואלט די גאנצע פראבלעם נישט געווען, ווען זיי זארגען זיך ווען באמת פאר זייערע ברידער האבען זיי געניג און נאך פלאץ ווי זיי צי לייגען
אפגערעדט אז די פאלעסטינער זענען קיינמאל נישט געווען איינואוינער אין ישראל, זיי זענען א באנדע סוחרים וואס האבען געוואנדערט ארים די געגענט
זיי פארשטייען אז יעדע אומה ולשון איז בארעכטיגט צי האבען א ריזיגע לאנד, די מוסלומענער האבען ריזיגע לענדער, פארגינסט נישט פאר דער איד זיין קליין פיצקעלע לאנד? דאס מעג ער אויך נישט? וואס איז דאס אויב נישט וויסטע שנאת ישראל?
די אראבער שרייען "קול דמי אחינו צועקת אלינו", א רגע, וויפיל פאלעסטינער האט ירדן געשאכטען מיט 40 יאר ציריק? וויפיל האט איריק געשאכטען פון די איראנער? וויפיל שעכט מען זיך יעצט אין סיריע? וויפיל האט קאדאפי געקוילעט ביי זיך אין לאנד? ביי זיי ווערען געשאכטען א יאר אסאך מער אראבער ווי ביי די אידען אין די לעצטע 50 יאר! ואין פוצה פה ומצפצף!
זיי זענען ברוגז ווייל מיר טשעפען זייערע "ברידער"? עס ארט זיי? עס ארט דיר? גיי נעם זיי אריין אין סיריע, אין סעודיע אראביע, בוי זיי אויף א שטאט און די פראבלעם איז מסודר! זייערע לאזט זעליגע ברידער די פאלעסטינער וועלען זיין אסאך מער גליקלעך, אבער דאס וועלען זיי נישט טין, פארוואס? ווייל זיי האבען פיינט די פאלעסטינער מער ווי אינז אלע האבען, די אידען האבען שוין געגעבן צי לייזעם פאר די פאלעסטינער אסאך מער ווי עני אראבער האט זיי געגעבען, די פאלעסטינער זענען באוויסטע טראבעל מעקערס, קיינער דארף זיי נישט
אבער כדי צי ניצען דער פאלעסטינער אלץ א "תירוץ" צי שיסען דער איד, פאר דעם איז דער פאלעסטינער שוין יא א ברידער!
צוויי שונאי ישראל ניצען די תירוץ, די אראבער און די סאטמארער
האקט אין שטייניק א צווייטען


זייער אסאך פאקטן וואס דו זאגסט איז אמת וואס קיינער לייקענט נישט. אבער ווען דו שטעלסט צונאזאם ״שומרים״ פאטראל פון וויליאמסבורג און בארא פארק צו די איזרעלי גאווערנמענט אדער צה״ל דעמאלטס ווייזטו מיר ווי נישט פארמעגליך (capable) דו ביסט מדמה צו זיין דבר לדבר און מחליט זיין קאמפעטיביליטי א.ד.ג. אויב דאס מאכט דיין ארגומענט דענסמאל האב איך נישט מיט וועם צו שטיין אין ווארט דא.

דער גוי איז עשיו, עשיו שונא ליעקב. ער וועט פיינט האבען דעם איד עניוועיס ווי לאנג מיר זענען אין גלות ליידער ביז משיח קומט,. אבער ווען דער איד איז מגרה באומות און היינט זיך אויף דעם קאפ, דעמאלטס ווערט דער גוי אסאך מער רציחה׳דיג. די מדינה געבט נישט פאר׳ן איד מער פראטעקשן. עס איז נאר א אויג פארבלענדעניש. נער זיך נישט. סך הכל עס מאכט נאר מער צרות פאר׳ן איד. פאקט איז פאקט.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

טיטאניק האט געשריבן:ביי לייבי קלעצקי האסטי געקענט שלאפען? ביי מנחם שטארק האטסטי געקענט שלאפען? ביי לייביש טייטלבוים האסטי געקענט שלאפען? איך נישט!
און על אחת כמה וכמה יעצט אויך נישט, ווייל ביי מיר זענען זיי אלע די זעלבע ברידער

איך מעג פארשטיין וואס דער על אחת כמה וכמה איז?
ווייל לייבוש טייטלבוים איז געגאנגעו א ברייטע הוט און מנחם שטארק א לאנגע רעקל אול לייבי קלעצקי א גרויסע קאפעל אהן א טשו"פ זענען זיי נישט אזוי חשוב ווי די היינטיגע דריי?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טיטאניק איז אריין אין שעלטן MODE ביג טיים
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

איינער קען מיר דא מסביר זיין על מה יצה הקצף
טיטאניק'ל די שפירסט עפעס אז די עולם איז נישט אינגאנצען מיט דיר,
די האסט איין הו''א אז פאר א סאטמערע יוד ווייטאגט דאס נישט און הארצן אזוי ווי דיר?
די מיינסט אז ווייל ער שרייט נישט מוות לערבים און גייט נישט קאפ אין וואנט מיט שניידען קעפ טיט עס אים נישט וויי
די חילוק איז נאר אז די מיט דיין כופר ביבי זאגן אין לנו על מי לסמוך רק על חיילינו וכו' וכו' עפ"ל און מיר יודען מאמינים בני מאמינים ווייסען אז אין לנו על מי לסמוך אלא על אבינו שבשמים און מ'איז מתפלל אז ס'זאל נישט קאסטן קיין יודיש בליט בכל אופן שהוא און גאט'ס נאמען זאל חלילה נישט פארשוועכט ווערן.
איך פארשטיי אז די עקלסט דיך שוין פון דעי ווערטער קענסט עס אנריפען בכל שם של גנאי וויאזוי די ווילסט אבער אינז וועט עס נישט רירען פון אינזער ערליכע אמונה בה' ובתורתו

און בנוגע די פאשקעוויל בס''ה האב איך גענומען א בילד וואס איז געווען פאוסטעד אין בחדרי און אהערגעשטעלט דא
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

טיטאניק האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:גילוי דעת
לכל מאן דבעי למידע
היות איך זעה אז די [tag]טיטאניק[/tag]'ס בלוט איז אים ארויף אין קאפ וויל איך מגלה דעת זיין אז איך האלט בכלל נישט מיט זיי, איך האב עס געלייק"ט ווייל עס איז קיו"ט ווי זיי די נטורי קרתא'ס קאפ לויפט איך גלייב אז פלעין אידיש האט עס אויך נישט גיברענגט אהער ווייל ער האלט אזוי, נאר מען זאל זעהן ווי זייער קאפ לויפט.
יא הונדערט פראצענט עס איז שפיכת דמים בשעת דריי בחורים זענען בעת צרה זאל איינער מאכן אזא צעטיל! אבער אויב איינער האט דאס געמאכט איז נישט א עוולה אז ער ברענגט עס דא צו פארקערט ער גיבט די גילעגנהייט פאר אונזער חשובער טיטאניק אוועק צושטעלן די שיטה קלאר אז קיינער זאל חלילה נישט פארכאפט ווערן בשיטת הנטורי קרתא.
וע"ז באעה"ח יום א' קרח
המצפה לשמוע בשורות טובות מאחינו הנתפסים בידי חיות מטורפות בקרוב ממש
לית דין בר נש

איך וואלט דיר געלייקט ווען נישט די שרייבסט די ווערטער:
לית דין בר נש האט געשריבן:איך האב עס געלייק"ט ווייל עס איז קיו"ט

דאס איז קיוט? ביי מנחם שטארק וואלסטי דאס אויך געזאגט? ביי לייבי קלעצקי? ביי לייביש טייטלבוים? קיוט?
א בושה פאר שיטת רבינו בעל ויואל משה
ווען ער וועקט זיך היינט אויף פון קבר וואלט ער זיך ציריק געלייגט פאר גרויס צער, אידען בליטיגען און אנדערע מאכען מערדערישע צעטלעך און איינער שרייבט דערויף "קיוט"
ברידעלעך זיסע, טייערע ברידערלעך, הערט אויף מיט דעם קאפ גאנג, דאס איז די תוצאה פון א קרימע חינוך אין אהבת ישראל
מעקט דאס אויס פון אייער הייליגע הערצער

פליז ליין איבער נישט די צעטיל איז קיו"ט צו זעהן ווי זייער קאפ לויפט איז קיו"ט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טיטאניק פליז לייג נישט אריין די פארקרומטע נטורי קרתא שיטה אין סאטמאר אריין, כידוע האט דער דברי יואל אליינס נישט געהאלטן פון זיי און זיך אויסגעדרוקט שארף אקעגן זיי,
סאטמאר רבי האט געווייטאגט און געבלוטיגט און געהאלפן יעדן אידיש נפש, אפגעזעהן וואספארא קאפל און ציצית מען גייט און השקפה.
קיינער האט נישט דא אנגענומען פלעין אידיש'ס צעטל פאר ערנסט, יעדער האט פארשטאנען אז ער מיינט עס לגנאי און צו מאכן ליצנותא דעבודה קרתא, אבער דו ביסט שרעקליך צושפרינגען געווארן.
מיטן קוויטשען דא וועט מען גארנישט אויפטון ממילא. מיר אלע האפן און בעטן פארן בעסטן אן קיין שום שאדן פאר קיין איד.
וירח ה' את ריח הניחוח
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

לית דין בר נש האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:ביי לייבי קלעצקי האסטי געקענט שלאפען? ביי מנחם שטארק האטסטי געקענט שלאפען? ביי לייביש טייטלבוים האסטי געקענט שלאפען? איך נישט!
און על אחת כמה וכמה יעצט אויך נישט, ווייל ביי מיר זענען זיי אלע די זעלבע ברידער

איך מעג פארשטיין וואס דער על אחת כמה וכמה איז?
ווייל לייבוש טייטלבוים איז געגאנגעו א ברייטע הוט און מנחם שטארק א לאנגע רעקל אול לייבי קלעצקי א גרויסע קאפעל אהן א טשו"פ זענען זיי נישט אזוי חשוב ווי די היינטיגע דריי?

פשוט
דארט איז עס געווען איין איד און דא איז עס דריי אידען
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

טיטאניק האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:ביי לייבי קלעצקי האסטי געקענט שלאפען? ביי מנחם שטארק האטסטי געקענט שלאפען? ביי לייביש טייטלבוים האסטי געקענט שלאפען? איך נישט!
און על אחת כמה וכמה יעצט אויך נישט, ווייל ביי מיר זענען זיי אלע די זעלבע ברידער

איך מעג פארשטיין וואס דער על אחת כמה וכמה איז?
ווייל לייבוש טייטלבוים איז געגאנגעו א ברייטע הוט און מנחם שטארק א לאנגע רעקל אול לייבי קלעצקי א גרויסע קאפעל אהן א טשו"פ זענען זיי נישט אזוי חשוב ווי די היינטיגע דריי?

פשוט
דארט איז עס געווען איין איד און דא איז עס דריי אידען

ניין ביי לייביש טייטעלבוים איז דאס געווען פינעף יודען, אויב נישט מער
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

טיטאניק האט געשריבן:אידען רחמנים בני רחמנים
דאווענט און רייסט איין להצלת די 3 טייערע אידישע ישיבה בחורים
יעקב נפתלי בן רחל דבורה,
גיל-עד מיכאל בן בת גלים,
ואייל בן איריס תשורה
א זיי זאלען געראטעוועט ווערען פון די רוצחישע הענט פון די טייוועלאנשיע אראבער
און אהיים קימען צי זעערע עלטערען גאר שנעל געזינטרעהייט


מיר שרייבן דא ווייניגער און מיר דאווענען מעהר ווי דו מיינסט.

א סאטמארער איז נישט קיין נטיראקארטא.. סאטמארע זענען מענטשן אידען מיט הארץ און געפיהל פאר יעדן איד. א עכטע סאטמארער בלוטיגט פאר יעדן איד סיי וואס טראגט א גרויסע קאפל אדער קליינע כזית קאפל. אונז זעמער אלע מתפלל פאר זייער צוריקקומען גאנצערהייט לעבעדיג און געזונט. מיר בעטן דעם באשעפער אז נישט די ציונים זאלען קענען זאגען ״כוחי ועוצם ידי״ וואס איז א חילול השם. הרבה שלוחים למקום. מיר בעטן אויך אז אידען זאלען קומען לכלל דעת און איינזעהן אז זיך רייצן מיט די חיות די אראבערס אדער מיט אנדערע גוים אימער ברענגט נישט קיין גוטס.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

טיטאניק האט געשריבן:פשוט
דארט איז עס געווען איין איד און דא איז עס דריי אידען

אזוי ווי פלעין אידיש האט שוין געשריבן ביי לייבוש ט"ב איז גיוועהן מער ווי דריי, און ביי אזא מצב איז דאכט זיך מיר נישט דא קיין שום נפק"מ צווישן איינס און צעהן, זיכער נישט לגבי מיטפילען מיט יענעם עס דארף וויי טוהן ביי איין איד נישט קיין טראפ ווייניגער ווי ווען עס איז צעהן אידן
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

איר זענט גערעכט
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

@טיטאניק

עס זעהט אויס אז דו זוכסט צו בלעימען די סאטמארע - אז זיי זענען אסאך שולדיג פארוואס די דריי אידישע קינדער זענען פארכאפט געווארן!... אינאיינוועיגס מישסטו שוין אריין נטוריקרתא אינעם קוגל.

ווילסט עכט וויסן וויאזוי דאס איז למעשה געשעהן? האלטסט אז איז אקעי פאר א אידישע משפחה גיין וואוינען טיעף אין בעדפארד סטייוועטסען אדער הארלעם? אפשר טיעף אין איראן אדער איראק, אדער אפשר זיך אויפשטעלן א אידישע שטעטעל אינעם ווייטען סאפארי אין אפריקע טאקע דארט ווי לייבען און טייגערס וואוינען?.. געט דע פוינט?
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דיין קיגעל איז נאך אסאך מער פארפלאנטערט

איך בלעים סאטמאר פארען נישט געניג פארדאמען די רשעים די נטורי חארטא, עכט האלט מען נישט פון זיי אבער דאך זענען זיין קיוט... דאס איז מער ווייניגער די לאזינג
בנוגע די מתנחלים
דאס איז א לאנג פארצויגענע נושא
ווען די וועסט איינמאל באזיכען די שטעט ווי גוט עציון ביתר וכו' וועסטי זען אז עס איז גארנישט קיין הארלעם מאכסט עס אסאך ערגער ווי עס איז
אמת חברון איז א בראך, אבער די אנדערע? מאן דכר שמיה
און פאר די אידען פון חברון געב איך מער קרעדיט ווי פאר די אידען וואס זיצען באקוועם אין ברוקלין
מיר זיצען דא באקוועם בשעת ווען זיי גלייבען באמת אז זיי זענען מקיים מצות ישוב ארץ ישראל במסירות נפש, זיי זיצען נישט דארט פאר פאן אדער עקשאן, זיי זענען זיך באמת מסור נפש צי האלטען דאס לאנד וואס גאט האט אינז געגעבען, אוודאי אז אינזער שיטה איז אנדערש אדער פארט קען מען זיי נישט אוועק מאכען
מה שאין כן שומרים, רוב מעמבערס זענען נאר דארט פאר פאן און עקשאן
און וויפיל אימוויכטיגע און עכט אביעריגע שטיק מאכען די אידען דאהי קעגען דעם גוי, וואס רייצט נאר אן דער גוי, און מען וואלט עס רוהיג געקענט שפארען, אבער וויבאלד מיר גייען אויס אום לעכצען פאר אביסעלע עקשאן טיט מען דאס אן קיין איין טראפ מחשבה אז דער גוי ווערט אנגערייצט און דאס איז די זעלבע עבירה ווי ציונות
א חילוק צו מען עס א גאנצע חזיר צי נאר א כזית? איינמאל די טיסט זאכען וואס קענען אויפרעגען דער גוי בשעת ווען די ביסט אין גלות ווערט עס אנגעריפען "מרידה באומות" און עס מאכט נישט קיין גרויסע חילוק צי האסט אנגערייצט דער גוי מיטען בלאקען האלב ברוקלין פאר א פאפא'ער חופה צי פאר א אפגעריסענע רעבעלע'ס הכנסת ספר תורה, און דער גוי ווערט סטאק אין טראפיק ציליב דער אידעלע וואס מאכט זיך באקוועם דאהי ווי כאילו ער איז ביים טאטען אין וויינגארטען, אדער ווען א גוי האט א פיצעלע קאנפליקט מיט א איד מאכט מען פון עם א גאנצע גולם במעגל א גאנצער שפיל מיט בילדער און שומרים'ס אדג....
דאס איז פיקנט די זעלבע מרידה באומות ווי די ציונים, ביידע טענען אז זיי טיען עס צי שיצען אויף אידען
אבער ביידע זענען ראונג און טאקע דער ציוני קימט מיט א טאנק און די מיט א רעדיו און א קעמערע, אבער די מעשה מיט די 5 היימישע אינגעלייט ווייזט וואס דאס ברענגט צי
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

טיטאניק האט געשריבן:איר זענט גערעכט

אזאנס ווי [tag]טיטאניק[/tag] איז נאר דא איינער
זאגן "איר זענט גערעכט" קען קיינער
הודה ולא בוש
געוויזען אז מ'קען געבן א טויש
טיטאניק אתה יודיך אחיך
שלום ושלווה באוהליך
א בקש שלום ורדפהו
בין איש ובין רעהו
די כוח פון אחדות איז גרויס
ציריק אהיימציברענגען די בחורים צו זייער עלטערענ'ס שויס
שלום בגוף ובממון ושלום מן החטא
און דער זכות זאלן זיי שוין ציריקקימען געזינטערהייט
אמן
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

נאכן טרעפן די 3 בחורים וועלן זיין מענטשן וואס וועלן זאגן אז זייער רבי, באבא האט גלייך פין אנפאנג שוין מרמז געווען ווי די בחורים זענען.
וויל איך זאגן פאר די מענטשן אויב דיין רבי, באבא איז עפעס מרמז דערצייל עס יעצט, קים מיר נישט שפעטער זאגן אז דיין רבי, באבא האט שוין גלייך געוויסט
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

מיין באבא האט געזאגט איך טאר נישט פארציילן עס איז א בחינה פון מדחיק זיין די קץ קודם זמנה.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

העכסט צייט

שליחה דורך עפל סיידער »

שוין העכסט צייט אין אזא ביטערע תקופה ווען אידען כאפען אזעלכע ביטערע פעטש און טייוולאנישע נעגל פון אראבער האבען אינטער זייערע לאפעס חשובע חרדישע בחורים
אז מען זאל זיך אביסעל פארטיפען אין דעם דא אויך.
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

ללל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער שכן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

@טיטאניק

טיטאניק האט געשריבן:דיין קיגעל איז נאך אסאך מער פארפלאנטערט

איך בלעים סאטמאר פארען נישט געניג פארדאמען די רשעים די נטורי חארטא, עכט האלט מען נישט פון זיי אבער דאך זענען זיין קיוט... דאס איז מער ווייניגער די לאזינג
בנוגע די מתנחלים
דאס איז א לאנג פארצויגענע נושא
ווען די וועסט איינמאל באזיכען די שטעט ווי גוט עציון ביתר וכו' וועסטי זען אז עס איז גארנישט קיין הארלעם מאכסט עס אסאך ערגער ווי עס איז
אמת חברון איז א בראך, אבער די אנדערע? מאן דכר שמיה
און פאר די אידען פון חברון געב איך מער קרעדיט ווי פאר די אידען וואס זיצען באקוועם אין ברוקלין
מיר זיצען דא באקוועם בשעת ווען זיי גלייבען באמת אז זיי זענען מקיים מצות ישוב ארץ ישראל במסירות נפש, זיי זיצען נישט דארט פאר פאן אדער עקשאן, זיי זענען זיך באמת מסור נפש צי האלטען דאס לאנד וואס גאט האט אינז געגעבען, אוודאי אז אינזער שיטה איז אנדערש אדער פארט קען מען זיי נישט אוועק מאכען
מה שאין כן שומרים, רוב מעמבערס זענען נאר דארט פאר פאן און עקשאן
און וויפיל אימוויכטיגע און עכט אביעריגע שטיק מאכען די אידען דאהי קעגען דעם גוי, וואס רייצט נאר אן דער גוי, און מען וואלט עס רוהיג געקענט שפארען, אבער וויבאלד מיר גייען אויס אום לעכצען פאר אביסעלע עקשאן טיט מען דאס אן קיין איין טראפ מחשבה אז דער גוי ווערט אנגערייצט און דאס איז די זעלבע עבירה ווי ציונות
א חילוק צו מען עס א גאנצע חזיר צי נאר א כזית? איינמאל די טיסט זאכען וואס קענען אויפרעגען דער גוי בשעת ווען די ביסט אין גלות ווערט עס אנגעריפען "מרידה באומות" און עס מאכט נישט קיין גרויסע חילוק צי האסט אנגערייצט דער גוי מיטען בלאקען האלב ברוקלין פאר א פאפא'ער חופה צי פאר א אפגעריסענע רעבעלע'ס הכנסת ספר תורה, און דער גוי ווערט סטאק אין טראפיק ציליב דער אידעלע וואס מאכט זיך באקוועם דאהי ווי כאילו ער איז ביים טאטען אין וויינגארטען, אדער ווען א גוי האט א פיצעלע קאנפליקט מיט א איד מאכט מען פון עם א גאנצע גולם במעגל א גאנצער שפיל מיט בילדער און שומרים'ס אדג....
דאס איז פיקנט די זעלבע מרידה באומות ווי די ציונים, ביידע טענען אז זיי טיען עס צי שיצען אויף אידען
אבער ביידע זענען ראונג און טאקע דער ציוני קימט מיט א טאנק און די מיט א רעדיו און א קעמערע, אבער די מעשה מיט די 5 היימישע אינגעלייט ווייזט וואס דאס ברענגט צי




ווי מעהר הסבירים דו דארפסט געבען (און דו גיבסט) אלץ שוואכער און שוואכער ווערט דיין קעיס.

מען דארף מיטהאלטן גאנצעטע פשט׳לעך בתוך פשעטעלעך וואס דו מאכסט דא אז דו זאלסט מאכען עפעס סענס, אבער מען קען נישט, ס׳גייט נישט. איך האב דיר געגעבען פשוט׳ע סטעיטמענטס און קורצע פעלזן פעסטע פאקטן, און דו קאנסט׳דעך נישט קיין עצה געבען דערמיט. מ׳ווערט צומישט מיט דיינע לאנגע תגובות און פשט׳לך , ואין דבר יוצא מידי פשוטו של מקרא. לייען איבער מיינע צוויי דריי תגובות דא היינט און זעה וויאזוי האזט עס בכלל נישט אומגעווארפן אדער גערוקט.

- דער סאטמארער האט ליעב און בלוטיגט פאר יעדן איד הן אין ארץ ישרא׳ און הן בחוץ לארץ, קליינע קאפעל צי גרויסע קאפל. געלט קיין ארץ ישרא׳ אדער אידען אין תימן און איראן, רב טוב, רוסלאנד, ארגענטינא, ביקור חולים. די גרעסטע צדקה וחסד אהנע חשבונות.

- סאטמאר און נטורא קרתא קומען זיך בכלל נישט צוזאם. א שאד זיך צו טענה׳ן וועגן דעם.

- עהרליכע סאטמארע אידען קערן פאר עם ישרא׳ אין יעדן הינזיכט מיט אמת׳ע געפיהלן ארייגערעכענט די מתנחלים אז זאלען קומען צום שכל און וויסן אז די וועג זיי גייען איז נישט גוט סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, אללעס ווייל דער סאטמארער וועט זיך מוסר נפש זיין פאר נאך א איד׳ס וואוילזיין מיט׳ן גאנצן אייפער.

- א ריכטיגער סאטמארער וויל דעם גאנצן אמת. אמת פון אנהייב ביזען סוף. דאס האט דער גרויסע סאטמארער רבי געפרעדיגט: צו דערגיין דעם אמת, נישט לאזן ווערן פארדרייט מיט שקר און מיט פאלטשקייט, זיך נישט פאפפען. דער איינער אמת איז אז מיר זענען אין גלות ווייל דאס איז דער רצון בורא כל עולמים. דער סאטמארער האט אויך פיינט דעם גלות. דעם סאטמארע׳ן פאסט ווייניגער צו פאלגן און זיין אינטערטעיניג אונטער׳ן טמא׳נעם גוי. דער סאטמארער פרעדיגט מער אידישקייט און ווייניגער גויאישקייט ווי אנדערע מוסדות. מען לערנסט און פרעדיגט אידישקייט און ווי ווייניגער ענגליש. ארייגערעכענט נישט צו ווערן פארפירט פון אידען וואס זענען געווארן פארפירט מיט א שמץ דיעות כוזבות.

געדענק! גלות איז א גזירה פונעם באשעפער. נאר ווען משיח וועט קומען וועלן מיר אלע ווערן אויסגעלייזט. מיר מוזען מקבל זיין די גזירה באהבה.
There is no 2 ways about it.
האק און בראק, מאך דיר בעסטע דעפענץ סיסטעם, קלאפ אן מיט די גרעסטע גרויס מאכטן, ווער די בעסטע פרוייקט פאר אמעריקע אויב דו ווילסט, פראביר צו געפעלען פאר׳ן גוי כדי ער זאל דיר העלפן האבען א אייגענע מדינה, כהנה וכהנה.., קענסט זיין די קלוגסטע פאלק ווייל אידען זענען די קלוגסטע,.. מאך די בעסטע עף-15 און עף-18.. אלעס פיין און וואויל, אבער עס איז א גזירה מן שמים און מיר דארפן זיין ליידער פארווארפן אין גלות אפילו וואוינענדיג אין ארץ ישרא׳ ממש. דער סאטמארער שרייט נאר ארויס דעם אמת. קענסט נישט פארטראגען דעם אמת פארשרייסטו דעם מעסענדזשער? דער סאטמארער ליידי פונקט ווי דו און אפשר נאך מער. די ווייטאג פאר׳ן סאטמארע׳ן איז די זעלבע ווי דיינס, און אפשר נאך מעהר. דער סאטמארער חנפ׳עט זיך נישט צום אראבער (אזויווי נטורא קרתא טוט), אבסעלוטלי נישט! דער סאטמארער פארשרייט נישט דעם גור׳ן מיט דעם סערעט׳ער, אזוי אויך פארשרייט ער נישט דעם נטורא קרתא׳ניק וואס זענען א באנדע אפגעפליקטע משוגעים.

דער סאטמארער זאגט נאר דעם אמת און דו ווילסט עס נאר נישט וויסען.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך פארשטיי באמת נישט וואס איז אזוי וויכטיג צו פונקט יעצט אריינרייבן די סאטמארע שיטה אינעם יעצטיגן ביטערן מצב,
דאס קומט נאר פון אומזיכערקייט,
כ'בין געקומען צו די החלטה אז ס'ליידער דא אסאך סאטמארע אידן וואס ווייסן באמת נישט פון זייער חיות איבער שיטת רבינו,
דעא ספה"ק ויואל משה איז צו אינטמידעטינג פאר זיי
האבן זיי גענומען דעם גאנצן ספר מיטן רבי'ן אינאיינעם אראפגעפלאשט אין טוילעט און עס אויפגעטוישט מיט שרייען "פוי" און וויינען "בילבול המוחות"
ווי העכער מ'שרייט "בילבול המוחות" מיט "רבי זכליינע" הרי זה משובח,
מ'האט געמאכט די גאנצע שיטה ווי א שרעקעדיגע טאבו,
ס'האט שוין נישט מיט לאגישקייט, ס'פשוט א טרעדישן אז מ'מוז אלס וויינען בילבול המוחות,
האלא! אז דיין מוח איז נאך אלס מבולבל בשנת תשע"ד, דאן זיי מוחל זיי עס אויס מבלבל און לאז יענעם מנוחה,
מצידי זעה איך נישט ווי דער מח פון א רעכטדענקער סיוויליזירטע מענטש ברויך דא קריכן צו שיטת רבינו,
מיין הארץ איז אנגעפילט מיט רחמנות און ווייטאג פאר די 3 איידעלע אידישע נפשות, און איך בין מתפלל פאר זייער זיכערע אהיימקערונג,
און אז די רוצחים חאמאס ופאטאח די אלע אלופי עשו בשמותם, כולה כעשן בעשן תכלה, צו דורך ציונים צו אמרקאים, איי דאנט קעיר,
ושיטת רבינו לא זזה ממקומה,
און אויב איינער באקומט א פערענויע פון בילבול המוחות, זאל ער לאזן די וועלט מנוחה און זיך אהיים גיין אויס מבלבל זיין זייערע קורצע מוחות
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

איין טאג ביפאר דע זעקס טאגיקע מלחמה האט דע רבי ז"ל ציזאם געריפען דעם עולם אין ביהמ"ד אין געזאגט תהילים, א ישועה פאר אחינו בני ישראל, אויף דע וואנט איז געהאנגען א קליין צעטעלע מסביר זיין אויף וואס מ'זאגט תהילים, מ'בעט אז אחינו בני ישראל זאלען געראטעוועט ווערין אין אויסגעלייסט ווערען פון דע צרה, דע יודע אין א"י זענען אין א גרויסע סכנה אין נאר דער באשעפער קען זיי מציל זיין, דע סכנה איז א דאפעלטע, ווייל דע יודען זענען אזוי ווי זבילא ועקרבא, דעס מיינט ווען א מענטש כאפט א ביס פון א שלאנג איז דע רפואה צי לויפן צי א וואסער, און אויב ער כאפט א ביס פון א עקדעס (ספיידער) איז דע רפואה אוועק לויפן פון וואסער, אין אויב ער כאפט א ביס פון ביידע אין נישט דא קיין רפואה, אזוי איז דער מצב אין ארצינו הקדושה אויב חלילה דע אראבער געווינען איז זייער ביטער אין אויב חלילה דע ציונים געווינען איזה זייער ביטער, איז נאר איין עצה צי בעטען דעם באשעפער ער זאל העלפען, הרבה דרכים למקום, אזוי איז היינט מיט דע בחורים,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

טיטאניק האט געשריבן:איך האב ליב אידישע קינדער אפילו מיט א קליינע קאפעלע, א איד איז א איד אפילו אויב איז ער געבוירען אלץ א ציוני

א שמעקעדיגע סאטמארע וואס זעהט נישט קיין שויער מיוה"כ ליוה"כ, מיט א ברייטן אפגעוואשענעם היט, א קאפל פון אויער צו אויער, מיט א שמוציגען רעקל באצירט מיט זיין נעכטיגן אייער שפייז, פיאות ווי א וויידל פון א פערד, האסטו אויך אזוי ליב??? :roll: :roll: :roll:


InnocentQuestion#
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט