וואלט דען נישט געווען בעסער ווען מען לערנט עס יא?
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
וואלט דען נישט געווען בעסער ווען מען לערנט עס יא?
[justify]אין די מאמענט די פארגאנגענע וואך איז דא א ארטיקל וועגן ישיבת "אדרת אליהו" סטאנצירט אין אלט שטאט ירושלים. די חידוש פון דער ישיבה איז, אז זיי לערנען אויף די מהלך פון חז"ל מקרא משנה גמרא אויפן סדר, און עס קומט אויס אז ביז די צען לערנט מען נאר תנ"ך, און דערנאך משניות, און הערשט ביי די פיפצען הייבט מען אן גמרא רש"י. אן אריינגיין צו די מהלך איז ריכטיג אדער נישט, וויל איך זיך באציען צו א קליין שטיקל פונעם ארטיקל וואס האט געכאפט מיין אויג, און דארף אביסעל מחשבה.
דער שרייבער אזוי רעדנדיג מיט דעם ראש הישיבה פרעגט אן אז אויב לערנט מען תנ"ך על הסדר, וואס טוט מען ווען מען קומט צו א פסוק וכדו' וואס איז נישט געאייגנט פאר קינדער, לערנט מען עס אויך אדער לאזט מען עס אויס? די תירוץ ליינט זיך ווי פאלגענד:
"מיר האבן אנגעפרעגט דערוועגן ביי הגאון רבי יוסף שלום אלישוב זצ"ל און ער האט גע'פסק'נט אז מיר זאלן נישט אויסלאזן יענע פרשיות, זאגט ר' יום טוב. " מיר האבן אויך געוואלט פרעגן דעם דעת תורה פונעם סטייפלער גאון, אבער מ'האט דעמאלט נישט געקענט צו אים צוקומען. זענען מיר געגאנגען פרעגן זיין זון, הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א, וועמענס תשובה איז געווען: 'איך האב מיט מיינע קינדער געלערנט אלעס.' דאס איז געווען אונזער הדרכה, און אזוי פירן מיר זיך דא למעשה. דברי תורה, "ווייזט ער אן אויף די ווערטער פון חז"ל, "זענען נישט מקבל טומאה. עס האט קיינעם נאכנישט געשאדט. מיר האבן עס דורך געמאכט בשלום," פירט ער אויס מיט א שמייכל. "פון דברי תורה קומט קיין שלעכטס נישט ארויס. שלעכט איז, ווען די קינדער רעדן וועגן די ענינים ציווישן זיך. אויב באקענט מען זיך דערמיט דורך דער תורה, קומט פון דעם קייו בייז נישט ארויס." ע"כ
עס איז נישט קיין סוד אז ביי אונז אין די מוסדות איז דאס א אפגעפרעגטע זאך, און מען לאזט אויס יעדע זאך וואס האט די מינדעסטע שייכות לאותו מקום..., און פארשטייט זיך תשמיש המטה מיינט עפעס ווי מאכן די בעט אדער ענליך ( יא יא דאס איז איינע פון די חיובים פון פרוי צום מאן...) און אפילו מיט עלטערע בחורים לערנט מען נישט די זאכן, ( א שטייגער ווי די ערשטע פאר בלאט אין כתובות). פון וואו דאס שטאמט ווייס איך נישט, אדרבה אויב איינער קען אפירברענגען הוראות פון גדולים איבער די נושא, אבער למעשה אזוי איז איינגעפירט ביי אלע מוסדות אן א אויסנאם.
די שאלה גייט פארוואס איז דאס אזוי? וואס איז פשט דערפון? וואס איז די לאגיק וואס ליגט אונטער דעם?
ווען דאס איז א זאך וואס מ'קען באהאלטען פון אונזערע קינדער עד יבאו יומו, און ביז דאן וועט ער סייווי נישט וויסען, דאן הער איך, פארוואס סתם איהם מבלבל זיין, זיין יונגע מוח'ל? אבער למעשה איז דאס א פאקט און א מציאות, עס איז א זאך וואס איז אריינגעבויט אונעם גוף. און אפילו וועסט טרעפן דעם הייליגע בחור וואס קומט נישט צו קיין הוצאות זרע דורך זיינע שמח בחור בילדותיך יאר'ן, וועסטו אבער נישט טרעפן דעם בחור וואס קומט נישט צו קיין קישו אבר. נו אויב איז דאס א זאך וואס ער גייט סייווי וויסען, און סייווי שטודירן און וועלן פארשטיין, איז פארוואס זאל ער נישט וויסן פונקטלעך און וואס ער גייט אריין? וואס מעג מען יא און וואס נישט? וואס איז א חומרא און וואס איז מדינא? וואלטען מיר דען נישט געהאט אונזער בחור'ישע יאר'ן סאך גרינגער און רואיגער ווען מען ווייסט וואס, ווען, וואו? און נישט סתם מאכן א בער, וואלף, לייב, פון די גאנצע זאך.
איך קום נישט דא זאגן אז מען זאל דעם בחור'ל זאגן ברחל בתך אלעס וואס מען טוט אין בעט מיט די אשת חיל, אבער וויפיהל עס איז איהם נוגע פארוואס זאל ער נישט וויסען? און די גרינגסטע וועג דאס צו טוען איז דורך די תורה וואס מען לערנט. זאגן פונקטלעך וואס הוצאת זרע איז. וויאזוי דאס געשעהט, און אז קישו אבר איז טאקע א פראבלעם לפי דעם תפארת שלמה, אבער נישט מער ווי דעם, און עס איז נישט עק וועלט. און אפילו די טיפות קטנות איז אויך נישט קיין איסור נאר על פי קבלה דארף מען אכטונג געבן, וכו' וכו' מסביר זיין און וואס דער קליינער בחור גייט אריין.
איינמאל דער בחור האט די אינפארמעישן וואלט ער צוגעגאנגען צו די נושא אסאך לייכטער און גרינגער ער וואלט געוויסט וואס איז נארמאל עס זאל פאסירן און וואס נישט, וואס איז אסור און וואס נישט.[/justify]
אויב די הנהלה שפירט אז דאס קען גיין מלפנים קענען זיי דאס גערן אריבערפירן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מצטמק ויפה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
גראדע היינט געליינט יענעם ארטיקל, און שטארק אנטציקט געווארן פון יענעם סיסטעמאטישן מהלך הלימוד. ס׳האט דערשלאגן מיינע געוויסן אזש ביז קינאה.
כ׳האב לאו דוקא געשפירט אזא קנאת סופרים סטיל דזשעלעסי, ווי געקלערט צו מיר אליינס: ״ סעקולערע עדוקעישן האב איך באקומען א פייג, האט איך אבער אנשטאט למודי חול ערהאלטן למודי קודש? מיי גוד?נעס״. זאל איך מיך כאטש ביי דעם אכצן יאר טרעפן מיט׳ן אשרי מי שבא לכאן, ווייס איך -- צו ברצון אדער אונס -- האב איך עפעס כאטש קונה געוועזן, אויסער אקער׳ס אינפארמאטיווע קאלערינג ביכער, און אן ענדלאזע שאפע מוסר ספרים.
די איינציגסטע נקודה וואו כ׳האב געשפירט אזא ״גיוו מי א ברעיק״ סקרוך, איז דאס טראגן תפילין דורכאויס דעם גאנצן טאג.
כ׳האב גראדע הנאה געהאט פון דער ליניע: ״תורה איז נישט עפעס וואס איז מקבל טומאה״.
לגבי דיין שאלה, האט מען שוין מערערע מאל ערווענט אזאנע צו ענליכע שאלות צווישן די שפאלטנעס פון דער אנוסים בונקער דא. ס׳בלייבט מילא ביים אלטן. לאגיק צוזאמען מיט׳ן מציאות גאלאפירן אויף איין וועג, און דער סיסטעם שפאנט אויף זיין אומאויסגעפלאסטערטן פארקאקטן מהלך -- פערצופאל גענוי אויף דער פארקערטער זייט. און ווער זאל אפהאלטן זיין געפארפולען גאלאפ.
ניטאמאל קען מען זאגן אז דער סיסטעם אנשטאט שפאנען אויף פאראויס, לויפט ער צוריק. ווארום גיין אין פיסטריט פון דעם גליקליכן אמאל, איז אויך עפעס וואס איז מאדערן. למשל לערנען אלצדינג מיט די קינדער, אדער אפענע אמונה. נייע זאכן זאגט מען ״חדש אסור מן התורה״, און פארשלאגן איבער מעגליכע פארשריט ווערן באטראכט ווי ״גזירות״. אכשר דרא׳רייען מאידך גיסא קען יא פארזעצן, איי ס׳איז אמאל נישט געוועזן? פיין, אבער: ״ס׳איז אמאל נישט געווען נוגע, שטערקערע מוחות, שוואכערע צייטן, נישטא די צדיקים, ס׳איז דאן געוועזן קיין ברירה, וכהנה וכהנה״.
הקיצור, הדור ריק, אין בו שכל. שכל אין בו, אבל [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ושיגעון יש בו.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דערמאנסט מיר ,פאראיאר בין איך געווען אויף א פלייט פון א''י און אונטער מיר זענען געזעצן צוויי ליטווישע ישיבה בחורים וואס זענען האלב פלייט געווען פארטיפט אין די פונקטליכע הגדרה פון בעילת זנות. איך זאג אייך זיי האבען מינימום טויזענט מאל געזאגט די ווערטער בעילה און בעילת זנות.
עס איז מיר געלעגן אויפן שפיץ צינג זיי צו בעטען שאט די בעילה אופ אבער איך האב דאך נישט קיין הארץ צו שטערן אידן פון לערנען.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דאס איז דאך מרפסין איגרא! וואס זאגט דאס צום אטענטישקייט פון אונזער רעליגיע, וואס האט זיך מעניפעסטירט אזוי, אז געוויסע חלקים פון תורה קען נישט געלערנט ווערן מיט אונזער קינדער, ווייל ס'שאט!
הייסט מיר פארשטייען בעסער ווי גאט ווי אזוי זיך אויפצופירן. איז דען נישט אזא רעליגיע מופרך ביי איר דעפיניציע.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
ניין, [tag]מאטי[/tag]. טאקע וויבאלד אידישקייט האט א ווארט אויף יעדע אספעקט אין לעבן, קען מען נישט אלס לערנען מיט קינדער. איך ווייס נישט אויף ווי ווייט, אבער קינדער דארפן נישט לערנען וועגן פתח פתוח און בעילה דרך איברים, און קינדער דארפן נישט וויסן וועגן דעם מקור און האבן כניסה אין מאחורי.
קען זיין מ'דארף נישט ווילד ווערן יעדעס מאל מ'שטויסט זיך אן אין דאס ווארט "נדה", אבער לערנען אלעס מיט קינדער האט נישט קיין פשט, לעניית דעתי הקלושה.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:ניין, [tag]מאטי[/tag]. טאקע וויבאלד אידישקייט האט א ווארט אויף יעדע אספעקט אין לעבן, קען מען נישט אלס לערנען מיט קינדער. איך ווייס נישט אויף ווי ווייט, אבער קינדער דארפן נישט לערנען וועגן פתח פתוח און בעילה דרך איברים, און קינדער דארפן נישט וויסן וועגן דעם מקור און האבן כניסה אין מאחורי.
קען זיין מ'דארף נישט ווילד ווערן יעדעס מאל מ'שטויסט זיך אן אין דאס ווארט "נדה", אבער לערנען אלעס מיט קינדער האט נישט קיין פשט, לעניית דעתי הקלושה.
ס'ליגט מיר אין קאפ אויף איינער פון פריערדיגע צדיקים וואס מען האט געזאגט אויף אים אז ער האט דורכגעלערנט גאנץ ש"ס אלס בחור חוץ די סוגיא פון פתח פתוח (געליינט אין ביכל בעפאר די אכשר דרא עפאכע, היינט וואלט מען דאס נישט געשריבן)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
אפגעזעהן צו דברי-תורה זענען יא אדער נישט מקבל טומאה, בין איך ביי די מיינונג, אז עס ווענדט זיך ווי אזוי מען לערנט.
אויב דער לערנער איז מער אן אויבערפלעכליכער, (צו מטבעו אדער מחינוכו), וועט ער גלייך ביים אנפאנג פון סוגיית פתח פתוח הייס ווערן וכו׳.
משא״כ ווען דער לערנער איז מער גרונטליך, ער טוהט אריין זיין קאפ אין די טיארעטישע געדאנקען פונעם נושא, פארשטייט אפילו נישט וואס דער פראבלעם באדארף צו זיין.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
מבקר האט געשריבן:דא קען מען אביסל זעהן וויאזוי צוצוגיין צו דעם
אונז נעמען נישט קיין מהלך ווי אזוי צוצוגיין צו דעם, פון דער גוי!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
לית דין בר נש האט געשריבן:מבקר האט געשריבן:דא קען מען אביסל זעהן וויאזוי צוצוגיין צו דעם
אונז נעמען נישט קיין מהלך ווי אזוי צוצוגיין צו דעם, פון דער גוי!
גם אני מצטרף, איך בין מוחה קעגן די וואס טוהן זיך אן ווי דער פארצייטישער אייראפעישער גוי, און רעדן זיין שפראך (אלטע דויטש).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
אפטעמיסט האט געשריבן:ניין, [tag]מאטי[/tag]. טאקע וויבאלד אידישקייט האט א ווארט אויף יעדע אספעקט אין לעבן, קען מען נישט אלס לערנען מיט קינדער. איך ווייס נישט אויף ווי ווייט, אבער קינדער דארפן נישט לערנען וועגן פתח פתוח און בעילה דרך איברים, און קינדער דארפן נישט וויסן וועגן דעם מקור און האבן כניסה אין מאחורי.
קען זיין מ'דארף נישט ווילד ווערן יעדעס מאל מ'שטויסט זיך אן אין דאס ווארט "נדה", אבער לערנען אלעס מיט קינדער האט נישט קיין פשט, לעניית דעתי הקלושה.
אנטשולדיט איר רעדט נישט צום זאך די תורה קומט פון הקב''ה איא? סוי לשיטתך וואלט ער לכאו' באדארפן צו מסדר זיין עקסטר די ענינים כ''ש רש''י הקדוש איז עם דען נישט בייגעפאלן אז די יונגל וועט צוריק קוקען זעהן פארוואס מ'האט אויסגעלאזט די רש''י, אזוי אויך די חז''ל אין תלמוד וואס ווארפט אריין גענוג מאהל אינמיטן א סוגי' פון די ענינים העי! סדא בחורים.
אלא מאי ס'נישט א פראבלעם ווען ער ווייסט הנפלאות הבורא ווי קליין ער זאהל נאר נישט זיין, אדרבה ווען דאס זאל זיין ביי אונז נארמאל וואלט מען עס נישט אנגעקוקט אלטס ניבול והבן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פארוואס? האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:מבקר האט געשריבן:דא קען מען אביסל זעהן וויאזוי צוצוגיין צו דעם
אונז נעמען נישט קיין מהלך ווי אזוי צוצוגיין צו דעם, פון דער גוי!
גם אני מצטרף, איך בין מוחה קעגן די וואס טוהן זיך אן ווי דער פארצייטישער אייראפעישער גוי, און רעדן זיין שפראך (אלטע דויטש).
דו ביסט גערעכט. שטריימל און בעקיטשע און ווייסע זאקן (אפילו שווארצע) איז אלעס גענומען פונ'ם אלטן אייראפע'אישן גוי. אשר על כן זאללן חסיד'ישע אידן זיך אנטון ווי די היינטיגע גויים. מיט צוריסענע, גע'בליעטשטע דזשינס (וואס דער אריגינאלער מחבר דערפון איז געוועין א יעקישער איד). און א קאלירטן (מיט א ווייסן גייען שוין ב"ה די היינטיגע אכשר-דרא'דיגע אינגעלייט.) טי שוירט מיט פארשידענע אויפשריפטן און בילדער. און שפיציגע , ברוינע שיך. לגבי די שפראך, איז טאקע א פראבלעים. עברית טאר מען דאך נישט רעדן. ס'דאך השפה הטמאה שבדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, ר"ל. אידיש איז דאך דייטש וואס אלטע גויים האבן גערעדט. ע"כ מיז מען נאר רעדן אונגאריש. מיט טשינאאלס. האדי וואדי. קעסענעם סעיפען טשאקאלאם. איגען.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 11:11 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
מצטמק ויפה האט געשריבן:א פאקט און א מציאות, עס איז א זאך וואס איז אריינגעבויט אונעם גוף. און אפילו וועסט טרעפן דעם הייליגע בחור וואס קומט נישט צו קיין הוצאות זרע דורך זיינע שמח בחור בילדותיך יאר'ן, וועסטו אבער נישט טרעפן דעם בחור וואס קומט נישט צו קיין קישו אבר. נו אויב איז דאס א זאך וואס ער גייט סייווי וויסען, און סייווי שטודירן און וועלן פארשטיין, איז פארוואס זאל ער נישט וויסן פונקטלעך און וואס ער גייט אריין? וואס מעג מען יא און וואס נישט? וואס איז א חומרא און וואס איז מדינא? וואלטען מיר דען נישט געהאט אונזער בחור'ישע יאר'ן סאך גרינגער און רואיגער ווען מען ווייסט וואס, ווען, וואו? און נישט סתם מאכן א בער, וואלף, לייב, פון די גאנצע זאך.
איך קום נישט דא זאגן אז מען זאל דעם בחור'ל זאגן ברחל בתך אלעס וואס מען טוט אין בעט מיט די אשת חיל, אבער וויפיהל עס איז איהם נוגע פארוואס זאל ער נישט וויסען? און די גרינגסטע וועג דאס צו טוען איז דורך די תורה וואס מען לערנט. זאגן פונקטלעך וואס הוצאת זרע איז. וויאזוי דאס געשעהט, און אז קישו אבר איז טאקע א פראבלעם לפי דעם תפארת שלמה, אבער נישט מער ווי דעם, און עס איז נישט עק וועלט. און אפילו די טיפות קטנות איז אויך נישט קיין איסור נאר על פי קבלה דארף מען אכטונג געבן, וכו' וכו' מסביר זיין און וואס דער קליינער בחור גייט אריין.
איינמאל דער בחור האט די אינפארמעישן וואלט ער צוגעגאנגען צו די נושא אסאך לייכטער און גרינגער ער וואלט געוויסט וואס איז נארמאל עס זאל פאסירן און וואס נישט, וואס איז אסור און וואס נישט.
איך וויל עכט וויסן, אלס בחור פלעגסטו מאכן קישוי אבר?
השאר נמחק.
אני הק' - איך בין איך, און איך הייס הק', הייליג אדער קליין? דאס קענסטו אליינס אויסוועלן
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: וואלט דען נישט געווען בעסער ווען מען לערנט עס יא?
איך האב עס קיינמאל געטון אז בחור במזיד. איינמאל געדענק איך בשוגג (און דאס איז געווען די ערשטע מאל איך האב געכאפט די ענין), בערך ביי די זעכצן, איך האב געלערנט פלייסיג אליין אין ביהמ"ד און זיך געריבן די טיש, אזוי לאנג ביז עס איז געשען די עקסידענט
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מצטמק ויפה: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל.) ס'איז דא נאך טעמים פארוואס מ'לערנט נישט קיין נ"ך אויף א סדר אין די ישיבות. ווייל למשל וואס קען די רבי אין חדר זאגן פאר זיינע תלמידים ווען זיי לערנען, ספעציעל אין ספר מלכים איבער די פארשידענע זאכן וואס יחידים און גרופס פון אידן האבן אלץ אנגעשטעלט. זיי קענען קומען מיט טענות... עטץ ווילטץ אז אונז זאללן מיר זיין ערליך און וואויל. קוק וואס אונזערע עלטערן האבן אנגעשטעלט. ווי דינען עבודה זרה און אנדערע נישט איידעלע זאכן... (אמנון ותמר.)..!
איז בעסער אז מ'פארדרייט דעם שמועס מיט שנים אוחזין, אלו מציאות און שור שנגח את הפרה...!
איז בעסער אז מ'פארדרייט דעם שמועס מיט שנים אוחזין, אלו מציאות און שור שנגח את הפרה...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 1:17 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
איך לעב אין אלט שטאט ירושלים אין איך האב א בחור וואס איז אין אדרת אליהו, פון חדר צו ישיבה גדולה.
סאיז מיר שווער צו שרייבן אויף אידיש מער פון צוואנציג יאר וואס איך רעד אין שרייבט נישט.
סופו של דבר כל ילד שעובר שם גם בינוני מאוד יודע את כל התנך ומשניות וכמה מסכתות שקלא וטריא וריף
יש יראת שמים מאוד בסיסי ואהבת השם וצפייה למשיח