ריכטיג האט געשריבן:1-עובר זיין אויף ד"ס איז א לעגעטימע איסור
לשון הרמב"ן במלחמות "משום מצווה דרבנן דלאו תקנתא היא, אלא כעין ישוב דרך ארץ לא מחמירין עליו כל כך"
ערוך השולחן אה"ע א, ח. "וכן צוו חכמים שאם מכיר בעצמו שעדיין ראוי להוליד – ישא אשה בת בנים,
אם מעמדו מספיק לפרנסם."
"ובכלל הענין לישא בת בנים, כתב הרמב"ן ז"ל דאין כופין אותו לכל הדעות, דלאו תקנה היא אלא כעין ישוב דרך ארץ, ואין מחמירין עליו כל כך (בית שמואל). וכן משמע מדברי הרמב"ם שכתב שם: לא ישא אדם עקרה, וזקנה, ואילונית, וקטנה שאינה ראויה לילד, אלא אם כן קיים מצות פריה ורביה... ...לא דזהו כעין הידור מצוה ומנהג דרך ארץ, כמו שכתבתי."
ריכטיג האט געשריבן:2-דיין צושטעל שבת צו פו"ר איז נישט ריכטיג
פון דעם אז די גמרא אין יבמות מוז צוקומען צו לערב אל תנח ידך, און נוצט נישט די פסוק פון שבת זעט מען אז שבת איז מען יוצא ווען מ'איז יוצא פו"ר, נאר ס'מאכט עס א מצוה מד"ס פאר'ן פרוי. וגם אמרתי את זה בדרך לא זו אף זו.
ריכטיג האט געשריבן:3-דיין פשט אין לערב אל תנח איז מיר א חידוש ביטע אויב דו קענסט עס מבסס זיין
"משום מצוות לערב, סגי (די) לעיתים רחוקות... קרא הני כתיב: לערב אל תנח ידיך - שלא יניח לגמרי, וכל שישנה פקידה באשה בין הפרקים, אפילו רחוקים, אל תנח קרינן בה, ומקיים מצווה מדברי סופרים" (
ברכי יוסף, אה"ע א ב).
ריכטיג האט געשריבן:4-איך געדענק א מחלוקת צו סירוס אשה איז מדאורייתא אדער מדרבנן עכ"פ אין שו"ע געדענק איך ווערט גע'פסק'נט אז ס'איז אסור
דארט רעדט זיך פון סירוס בידיים. איך ווייס נישט וועגן דיין שולחן ערוך, אבער אין מיינס שטייט לגבי סירוס ע"י סם "ואשה מותרת לשתות עיקרין כדי לסרסה עד שלא תלד" (אה"ע ה י"ב) און דאס רעדט זיך פון סירוס לצמיתות.
ריכטיג האט געשריבן:5-דיין חילוק פון סם און בידים קען מען דן זיין, איך ווייס נישט
גיי לערן! ס'ווערט ברייט ארומגערעדט אין די פוסקים, וויאזוי צו פארענטפערן די סתירת הרמב"ם.
ריכטיג האט געשריבן:6-הרב שלום'ס פאל איז נישט קיין צער לידה
מה לי צער חבלי לידה ומה לי צער העדרות משמחת כלולת אחותה?
ריכטיג האט געשריבן:7-כ'האף אז דו פארשטייסט אז ב"ק איז א שינוי בסדרי הגוף, און איז ווייט נישט קיין צושטעל צו א חיצונית'דיגע אפהאלט
נישט אלע ב"ק איז א שינוי בסדרי הגוף, ומה לי בין חסימת הדרך לזרע וחסימת הדרך לביצה?
לענין דיחוי עשה מובא בחזו"א יו"ד קנג ה שלצורך רב מותר לדחות אפילו בלא קיים מצות פו"ר.
פאר מער אין דעם ענין קענסטו זען
דא און
דא. (לייען דורך די גאנצע אשכול, ס'גאנץ אינטערעסאנט.)