געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס קען איך נישט טרעפן די פאוסט וואס האט היינט געשריבן אז ביי אונז איז anecdotal evidence גענוג אפצופסקנ'ן ב"ק מיטלען וואס מיליאנען מענטשען ארום די גארע וועלט נעמען?
viewtopic.php?p=185062#p185062
געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס קען איך נישט טרעפן די פאוסט וואס האט היינט געשריבן אז ביי אונז איז anecdotal evidence גענוג אפצופסקנ'ן ב"ק מיטלען וואס מיליאנען מענטשען ארום די גארע וועלט נעמען?
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'זעט דאך אז אפילו ווען מ'האט שוין געטראפן די "ריכטיגע" שידוך איז מען נישט מחוייב גלייך מקיים צו זיין מצוות פרי' ורבי'. נאר מ'קען ווארטן א יאר ביז די אומשטענדן ארבעטן זיך אויס. איז יעצט וועגן ער האט געלייגט א רינגל אויף איר פינגער מוז ער גלייך לויפן מאכן קינדער?
לדעתי מוז יעדע קאפל זיין אויף ב"ק פאר די ערשטע צוויי יאר, אז מ'גייט זיי נישט לאזן באקענען בעפארן חתונה האבן, לפחות זאלן זיי קענען די מענטש מיט וועם זיי פלאנען צו ברענגן קינדער אויפן וועלט פאר ס'איז צו שפעט.
געפילטע פיש האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:אויב מיר טרעפען א היתר. וויאזוי מאכט מען דאס געשען?
די החלטה דארףן זיי מאכן צווישען זיך די נאכט פון די חתונה מיט א מאן/ווייב צוויי וויילד פרעמדע מענטשען,וואס איינער האט נישט קיין מושג וואס דער צווייטער האלט איבער די נושא. איז עס נישט ריסקי ארויפברענגען זאלכע האקלע נושאים אזוי פרי?
א היתר דארף מען נאר טרעפן אויף א זאך וואס איז אסור, איך ווארט נאך צו הערן די איסור.
די סעלושען איז אז דער בחור\מיידל זאל זיין גענוג אויפגעקלערט פארן צוגיין צום שידוך, אז אויב גייען זיי יא מיט מיטן בעשוי סיסטעם, זאלן זיי וויסען וואס זיך דורכצורעדן, און נישט פרעגן אין וועלכע ישיבה קטנה ער איז געגאנגען אדער אויב זי האט ליב מער משה גאלדמאן אדער ירמי' דמן, נאר מ'זאל האבן אביסל שכל און רעדן פון זאכן וואס מאכן טאקע אויס, ווי למשל אויב זי גייט איין אויף צוויי יאר ב"ק.
ודי למבין האט געשריבן:לגבי די פראקטישע חלק וואס עס איז געווארן דא אויסגעשמועסט: ווי לאנג ב"ק וועט זיין די טאבא נושא וואס עס איז יעצט, וועט דאס טאקע זייין א מעידזשער פראבלעם, אבער לאמיר האפן אז דאס וועט זיך טוישן. והיה אז נישט קען מען אלעמאל זאגן פאר די חתן מדריך אז מ'לייגט עס עליו ועל צווארו דאס אויסצופירן.
העלא האט געשריבן:די סיבה פארוואס זיי זענען נישט מתיר ב"ק איז ווייל זיי ווייסן נאך זאכן וואס עינק ווייסן נישט,
חוץ מזה רוב מאל ווען מ'טוט פעולות נישט צו האבן קינדער אין אנהייב מאכט עס ערגער די שלו' בית נישט בעסער
העלא האט געשריבן:רעדסט עינק נישט איין אז די רבנים ווייסן נישט די פראבלעם פון זיך גט'ן מיט א קינד אדער מער, זיי ווייסן דאס בעסער פון עינק אלע,
ראש הישיבה האט געשריבן:איך וויל פארלייגן א שאלה לפני הקהל:
השתא אז מען האט מברר געוועהן אז עס איז נישט קיין חשש ז"ל, נאר א שאלה פון מדחה זיין פריה ורביה, אולי וואלטן מיר זיי דאס געקענט מתיר זיין?
הוגה האט געשריבן:ב"ק הרג'ט נישט אפ קיין סיסטעמס, מיליאנען נישט-חרדישע נעמען ב"ק פאר לאנגע יארן בלי שום פגע. עס האט געמוזט זיין עפעס אנדערש אדער האט די קאפל סתם אזוי געהאט א פערטיליטי פראבלעם.
בנוגע די שאלה. איך האב שוין לאנג געטראכט פון דער סברא. עס איז קלאר אז רוב קאפעלס קענען נישט געהעריג קאנעקטן אין די ערשטע פאר יאר פון די חתונה צוליב דעם ווייל מען ווערט באלד טראגעדיג. די תוצאות זענען נעגאטיוו סיי בגשמיות און סיי ברויחניות, וד"ל. איך האב אבער א פראקטישע שאלה. איך וויל אז מיינע קינדער זאלן ווארטן לכה"פ א האלבע יאר אדער א יאר. ווי אזוי ווייס איך אבער אויב די צד השני וועט מסכים זיין? אויסנעמען א תנאי איז נישט עטיש. וואס טוט מען?
אתא קלילא האט געשריבן:אז די ביסט נישט זיכער צו די קאפל איז פאסיג צו נישט האסטו גיהעט די ברירה נישט צו טוהן דעם שידוך אבער נאכען חתונה שטיי אין זייט אין גיב זיי האקען קאפ אין וואנט