3 בחורים אין א''י געקידנעפט - השקפה (געטיילט)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
יין שרף האט געשריבן:טיטאניק האט געשריבן:איך האב ליב אידישע קינדער אפילו מיט א קליינע קאפעלע, א איד איז א איד אפילו אויב איז ער געבוירען אלץ א ציוני
א שמעקעדיגע סאטמארע וואס זעהט נישט קיין שויער מיוה"כ ליוה"כ, מיט א ברייטן אפגעוואשענעם היט, א קאפל פון אויער צו אויער, מיט א שמוציגען רעקל באצירט מיט זיין נעכטיגן אייער שפייז, פיאות ווי א וויידל פון א פערד, האסטו אויך אזוי ליב???
ניין!!!!!!!!!
איך צוטייל עס אויף צוויי חלקים, אהבת הנפש הישראלית ואהבת הגוף הישראלית. א יעדע איד האב איך ליב אהבת הנפש, אבער אהבת הגוף, נאר אזא איינער וואס טוט נישט כל מה שביכלתו מיך צו פארעקעלן.
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
אין אזא תקופה ווען די דריי בחורים ברויכען רחמי שמים מרובים אז די ווילדע התנהגות יעצט פון די ציוניסטישע באהערדע זאל חלילה נישט ברענגען צו זייער אומקום בידי הרוצחים הארורים הערביים
זאגט איטליכע קפיטלעך תהלים להצלחת הבחורים
עס איז זיכער אז דאס קוקען בקונטרסים הנ''ל און זיך מתבונן זיין אינעם אמיתית העסק וועט זיין להצלחת פון די בחורים צו ניצול ווערן מידי זדים הארורים, ובפרט קען ניצען א עיון בקונטרסים הנ''ל פאר אזא קעפ שניידער און צוהיצטער מתנחל ווי @טיטאניק.
אידען בכל מקומות מושבותיהם רייסט איין להצלחת הבחורים, אז די ווילדע צוהיצטע געפירעכץ פון די רוצחישע הארצלאזע ציונסטישע פירער (וואס אידיש בלוט איז אין זייערע אויגען וויניגער ווי זערא) זאל חלילה נישט צופירען צו די רציחה חלילה אויף די בחורים דורך די רוצחישע פארכאפער די ערביים.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז אזוי ביטער אויב די ציונים געווינען?
ווייל למעשה געווינען זיי נישט, ס'דאכצעך נאר אז זיי געווינען,
בריסקער רב האט אמאל געזאגט, לפי שהי' לצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה, אז די לצים האבן געטענה'ט אז דער נס וואס האט פאסירט מיט שרה אז זי האט געשוואנגערט ביי די 90 יאר איז בזכותו פון דעם רשע אבימלך, ממילא איז עס א רמז מן השמים אז מ'זאל זיך פירן בדרכי אבימלך, דער טמא, דעריבער צר קלסתר פניו דומה לאברהם, צו שיקן א קלארע מעסעדש מיר מאכן נישט קיין נסים פאר רשעים, און דער נס איז דוקא נאר בזכותו של אברהם,
די זעלבע די נצחונות מיט די מעגליכע נסים, דאס איז נישט נצחונות פון רשעים און כופרים, אזוי לאנג עס זענען דא פרומע תורה-טרייע אידן וואס בעניפיטירן איז עס זייער נצחון נישט קיין ציונים,
ועל כולם איז די רעדע יעצט נישט פון קיין נצחונות, מ'רעדט דא פון אפשוינען א טראגעדיע, און אויב די ציונים וועלן בע"ה מצליח, איז עס פשוט א ענין פון אויפקלינען א מעסס וואס זיי האבן אנגעמאכן,
בן-גריון האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש ווען איך גיי ארויס אין מלחמה מיט וואסערע געווער זאל איך ניצן ביקסן אדער גמרא'ס, האט איהם די חזון איש גראד געענטפערט פון מיין זייט אויס וואלט מען גארנישט געדארפט, איר האט אונז אריינגעלייגט און פעקל, פיגער די אליינס אויס וויזוי אונז צו ארויסשלעפן פון בלאטע,
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גאלד: ייש"כ . דיינע ווערטער זענען גאלד. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק. שפתיים ישק משיב דברים נכונים. נאכמער. די אלע שרייערס ( ובתוכם דער קעניג פון די היפאקריטן אין היינטיגן דור. מנשה'לע פיליפ. המכנה את עצמו ישראל מ. סופר.) האבן פארגעסן, אדער קיינמאל נישט געוואוסט וואס דער רבן של ישראל הצה"ק בעל ויואל משה מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין די הקדמה צום ספר הק' ויואל משה (דף ח') "אלא שצריכין לרחמי שמים שתכלה אותה מלכות אך ורק ע"י כח מלמעלה מאת השי"ח, לא על ידי האומות. כי אם ח"ו ע"י האומות היא סכנה גדולה לישראל, כמובן". נאר דער היפאקריט קען נאך טענה'ן אז די ציונים האבן אריינגעשמוגלט די שורות אין ספר. ווייל אנישט פארוואס ווינטשן זיי אז די אראבערס, ימ"ש און אלע אנדערע שונאי ישראל זאללן האבן א ניצחון...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יין שרף האט געשריבן:טיטאניק האט געשריבן:איך האב ליב אידישע קינדער אפילו מיט א קליינע קאפעלע, א איד איז א איד אפילו אויב איז ער געבוירען אלץ א ציוני
א שמעקעדיגע סאטמארע וואס זעהט נישט קיין שויער מיוה"כ ליוה"כ, מיט א ברייטן אפגעוואשענעם היט, א קאפל פון אויער צו אויער, מיט א שמוציגען רעקל באצירט מיט זיין נעכטיגן אייער שפייז, פיאות ווי א וויידל פון א פערד, האסטו אויך אזוי ליב???
InnocentQuestion#
יא. איך יא. נאר דאס האט נישט מיט סאטמאר. איך קען אנדערע חסידות'ן וואו דאס איז אויכעט א "נארמאלע" ערשיינונג...
- דער שכן
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
- געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
- האט שוין געלייקט: 635 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:גאלד: ייש"כ . דיינע ווערטער זענען גאלד. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק. שפתיים ישק משיב דברים נכונים. נאכמער. די אלע שרייערס ( ובתוכם דער קעניג פון די היפאקריטן אין היינטיגן דור. מנשה'לע פיליפ. המכנה את עצמו ישראל מ. סופר.) האבן פארגעסן, אדער קיינמאל נישט געוואוסט וואס דער רבן של ישראל הצה"ק בעל ויואל משה מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין די הקדמה צום ספר הק' ויואל משה (דף ח') "אלא שצריכין לרחמי שמים שתכלה אותה מלכות אך ורק ע"י כח מלמעלה מאת השי"ח, לא על ידי האומות. כי אם ח"ו ע"י האומות היא סכנה גדולה לישראל, כמובן". נאר דער היפאקריט קען נאך טענה'ן אז די ציונים האבן אריינגעשמוגלט די שורות אין ספר. ווייל אנישט פארוואס ווינטשן זיי אז די אראבערס, ימ"ש און אלע אנדערע שונאי ישראל זאללן האבן א ניצחון...
איך זעה דו האבסט אגענדעס דא און אנדערע חשבונות. עולה על כולנה ווילסטו מאכן זיכער אז מען ווייסט אז די מענטשן וואס טאנצן נישט מיט מיט די פראקציע ווי דו געהערסט זענען נישט קיין ריכטיגע סאטמארע?.. און ווען דו זאגסט "לע" נאך'ן נאמען דעמאלץ האזטו גע'סיעל'ט דעם דיעל!... ווי א ריכטיגער פארצייטישע באלאגאלע.. אפשר גאר פארשעמסטו די בעל-עגלה'ס.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' שכן: איך בעיט דיך נישט אזוי שארף. איך 'על נאך זיין פונקט אזא שיינער איד אין ביהמ"ד נאך דיין באוואשן אויכעט. נאר איך מיין אז איך בין מיט א טאג (נישט טע"ג, בלע"ז) אדער צוויי עלטער פון דיר. און איך האב געליינט דעים בעל דבר א ביסל מער פון דיר. נאר איך ווייס נאכאלץ נישט פארוואס דו ביסט געווארן אזוי אנגעצינדן און אנגעהויבן גיסן א קיתון של שופכין. איך האב ס"ה אראפגעברענגט די דבורים הקדושים פון סאטמאר'ער רבי זי"ע אין די הקדמה. האסט א ברירה נאכצוקוקן און זעהן אויב איך האב עפעס צוגעלייגט אדער אראפגענומען פון די דברים הקדושים. און לגבי מנשה'לע פיליפ 'עלל איך יעצט נישט אריינגיין אין א לאנגן (אדער אפילו א קורצן) ויכוח...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום petergrifin, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב מורא אז ר׳ בערעל און טיטאניק האבען נאר פיינט אראבער ווייל זיי זענען מתחבר לר...... נ.ק.
דער רו׳איגע קישען האב איך נאך נישט געזען, נאר פארוואס איז דער וואס קוקט אן אמעריקא אלס ׳א רו׳איגע קישען ווי אוועק צו לייגען דער קאפ ביז משיח קומט׳ ווייניגער א מאמין אין ביאת המשיח ווי דער וואס זאגט דער זעלבע אויף דער מדינה׳לע? דער פאקט איז אז נאך אלע מעשה׳ס מיט שטארק און קלעצקי, מדינת ישראל איז נאך אלס די מערסטע מסוכנדיגע אידישע צענטער אינדערוועלט. מער ווי פאריז, מער ווי וומסב׳׳ג און מער ווי טעהעראן, לויט די מאס מענטשען וואס זענען ערמארדערט געווארען אין די לעצטע זעכציג יאר.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
נישט נאר ר בערל אין טיטאניק האלטן אזוי, סע איז א פאקט אז ווען נישט די מדינה וואלטן די הריגות אין פאגראמען אויף כלל ישראל געוועהן פיהלפאכיג, אינז וואלטן מיר געדארפט זיי מכיר טובה זיין, אבער כאטש אזויפיהל קען מען טוהן, איז זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים מיט זידיגע טרערן, אז גאט זאל זיך דערבארימען אין אהיים ברענגן אינזער פארלוירענע פארכאפטע 3 ברידער.
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב מורא אז ר׳ בערעל און טיטאניק האבען נאר פיינט אראבער ווייל זיי זענען מתחבר לר...... נ.ק.
דער רו׳איגע קישען האב איך נאך נישט געזען, נאר פארוואס איז דער וואס קוקט אן אמעריקא אלס ׳א רו׳איגע קישען ווי אוועק צו לייגען דער קאפ ביז משיח קומט׳ ווייניגער א מאמין אין ביאת המשיח ווי דער וואס זאגט דער זעלבע אויף דער מדינה׳לע? דער פאקט איז אז נאך אלע מעשה׳ס מיט שטארק און קלעצקי, מדינת ישראל איז נאך אלס די מערסטע מסוכנדיגע אידישע צענטער אינדערוועלט. מער ווי פאריז, מער ווי וומסב׳׳ג און מער ווי טעהעראן, לויט די מאס מענטשען וואס זענען ערמארדערט געווארען אין די לעצטע זעכציג יאר.
איך האב דיך געלייגט ווייל די האסט ארויסגעברענגט א גוטע פאינט. אבער דאס וואס די שרייבסט אז א"י איז מער מסוכנ'דיג ווי טעהראן, איז אביסול איבערגעטריבן
פארדריי די דיר דיין קאפ
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
סמבטיון האט געשריבן:נישט נאר ר בערל אין טיטאניק האלטן אזוי, סע איז א פאקט אז ווען נישט די מדינה וואלטן די הריגות אין פאגראמען אויף כלל ישראל געוועהן פיהלפאכיג, אינז וואלטן מיר געדארפט זיי מכיר טובה זיין, אבער כאטש אזויפיהל קען מען טוהן, איז זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים מיט זידיגע טרערן, אז גאט זאל זיך דערבארימען אין אהיים ברענגן אינזער פארלוירענע פארכאפטע 3 ברידער.
ביסטי זיכער אז די ווייסט די דעפענישאן פון "פאקט"?
פארדריי די דיר דיין קאפ
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב מורא אז ר׳ בערעל און טיטאניק האבען נאר פיינט אראבער ווייל זיי זענען מתחבר לר...... נ.ק.
דער רו׳איגע קישען האב איך נאך נישט געזען, נאר פארוואס איז דער וואס קוקט אן אמעריקא אלס ׳א רו׳איגע קישען ווי אוועק צו לייגען דער קאפ ביז משיח קומט׳ ווייניגער א מאמין אין ביאת המשיח ווי דער וואס זאגט דער זעלבע אויף דער מדינה׳לע? דער פאקט איז אז נאך אלע מעשה׳ס מיט שטארק און קלעצקי, מדינת ישראל איז נאך אלס די מערסטע מסוכנדיגע אידישע צענטער אינדערוועלט. מער ווי פאריז, מער ווי וומסב׳׳ג און מער ווי טעהעראן, לויט די מאס מענטשען וואס זענען ערמארדערט געווארען אין די לעצטע זעכציג יאר.
ערשטע בוך ארויסצוגעבן פון א ק''ש מעמבער, וואס גייט אין זיינע פוס טריט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 371
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 149 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
אלס א מאמין בד' שפיר איך א חוב צו אנווייזן אז מ'זאל זיך חלילה נישט פארלירן און האלטן גראד דעם דעת און געדענקן אז פון די אפיקורסים וכופרים די ממשלה אין א"י קען קיין ישועה נישט קומען
פון כופרים ואפיקורסים מנאצי ד' וואס זייער גאנצע "עקזיסטענץ" איז מרידה בד' ובגזירותיו ובתורתו פון אזעלכע איז נישט מעגליך אז ס'זאל א ישועה קומען ווייל ס'איז דאך פשוט א סתירה מיני' ובי' דו שטעלסט אויף א מיליטער וואס רעכנט זיך בכלל נישט מיט דעם אז ס'איז דא א באשעפער וואס האט געמאכט א גזירת הגלות דו גאנצע הלוך ילך דארט רייסט אויס יעדע מצוה אין הייליגקייט פון די תורה און אזא זאך איז מעגליך אז ס'זאל האבן עפעס א כח בכלל ?? ניין ניין ניין ווייל אויב אזוי איז דאך שוא עבוד אלקים וואס דארף איך דעם באשעפער מיט זיין תורה חלילה איך קען דאך אליין אויך חלילה חס מלהזכיר
ע"כ וואס אונז דארף מיר טון איז ארויסנעמען א תהלים און מתפלל זיין 24 שעה פאר די וואוילזיין פון די טייערע בחורים זרע אברהם יצחק ויעקב ויוציאם מאפילה לאורה און געדענקן אז נאר השי"ת וועט זיי העלפן אויף וועלכע וועג זיין רצון וועט זיין און חלילה נישט זיך פארלאזן איין רגע אז די צה"ל וועט מאכן דעם דזאב טראץ וואס קול מבשר און אלע אנדערע נייעס זייטלעך האקט א גאנצן טאג אין קאפ אז די מדינה זאגט דעס זאגט יענץ ער טוט דאס פאר זיין ביזנעס (לדאבונינו) אבער אונז מוז מיר חזר'ן און געדענקן אז נישט זיי וועלן אונז דא העלפן אזוי צו טראכטן איז אין קעגנזאץ קעגן אונזער אמונה און אונזער ליבער גאט

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
זאג...דו חכם.. . אויב א פארברעכער קומט אריין אין דיין הויז דיך צו אוועקלייגן, דו רופסט שומרים, דער מעמבער וואס קומט אן ווייסטו אויף אים אז ער איז א בעל עבירה. וועסטו לאזן דעם פארברעכער דיך הארגענען.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
זעסט נאך א מזל אז גאנצל דערמאנט אינז, ווען נישט ווער ווער וואלט געזאגט תהילים
גאנצל, סתם אזוי פאר די רעקארד ווער האט געמאכט די שחיטות אויף אינזערע עלטערען אין אייראפע?
ת"ח ות"ט? קרייציגלער? בליט בליבולים? שפאנישע אינקוויזיצע? ערשטע וועלט מלחמה? צווייטע וועלט מלחמה?
האק אין שטייניק, דער גוי האט אינז פיינט, דערפאר שעכט ער אינז אויס און נישט ציליב עפעס אנדערשט
סיני, שמשם ירדה שנאה לעולם, מען האט אינז פיינט בלויז פארען זיין א איד, די מדינה איז נאר א נייע בליט בילבול תירוץ פאר די שונאי ישראל, גארנישט מער, און במקום וואס מיר זאלען זיין ווי איין פאלק איין משפחה גייען מיר געבען לעגיטימאציע פאר די שונאי ישראל ווען מיר זאגען "יא איר זענט גערעכט איר מעגט הארגענען אידען ווייל זיי האבען דארט א קלייטשיגע מדינה'לע ווי מען טריט די ארבער שענער ווי מען טרירט זיי נאר סיי ווי אין די וועלט"
הערט אויס די ווערטער פון דער יו ען איזראעלישער קאנסול און זאגט מיר צי שמעקט עס נישט די זעלבע ווי אלע בליט בליבולים וואס די שונאי ישראל האבען געמאכט אויף אידען?
די זיבעציג וועלף האבען געזיכט א עבירה ביי דער שעפעלע און ענדליך האט מען עס געפינען! יא ער האט געגענבט א שטרוי פון דער בעל הבית שטיוועל, טאקע א עבירה קימט עם ארבע מיתות בית דין דערפאר
איי דער גוי אין סיריע האקט קעפ על לא דבר, אין איראן שיסט מען, אין ליביע באמבאדירט מען, וכו'ו וכוכוכוכוכוכוכו' דארט גייט עס קיינעם נישט אן ווייל דער גוי האט נישט פיינט א גוי ער האט נאר פיינט דער איד און ווען דער איד בויעט צי א פארטש אין גילה פון 3 פיס לויפען שוין די גאנצע יו ען מיטגלידער צי מאכען א שטרענגע מחאה ווי כאילו אין די וועלט איז דאס די גרעסטער עוולה
משוגעים! נאך נישט געווען אזאנס אין די היסטאריע אז אידען זאלען געבען ליגיטימאציע פאר דער גוי
עס שמעקט איין זאך דא "שנאת ישראל" די זעלבע שנאה וואס האט געמארדעט מיליאנער אידען אלע דורות די זעלבע שנאה איז דא יעצט
דער אראבער קען פינקט אזוי אימברענגען אידען דא אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג אויך! חלילה וחס! זייט נישט אזוי גרויס פיסקעדיג

גאנצעל! טיטוס האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
==== די אידען האבען זיך קעגען געשטעלט!
גאנצעל! נבוכנדצר האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען האבען זיך נישט געניג מכניע געווען!
גאנצעל! פרעה האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען נעמען צי זייער לאנד!
גאנצעל! לבן האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== יעקב לויפט אוועק מיט זיין געלט און קינדער אן רשות!
גאנצעל! די יוונים האבן אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען פאלגען נישט זייערע באפעלונגען!
גאנצעל! דער דייטש ימח שמו האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== דער איד איז א שווינדלער און א גנב!
גאנצעל! דער גלח אין דעם רוסישן דארף האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== דער איד איז שולדיג אין אלע פראבלעמען און האט געקראסט דעם יאשקע!
גאנצעל! סטאלין האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== אידען זענען א קראנקהייט פאר די וועלט!
גאנצעל! די פריצים אין פוילין האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען זענען באטריגער און שלעפערס!
גאנצעל! די שפאנישע אינקוויזיציע האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== אידען מיזען פאלגען וואס מען הייסט זיי!
גאנצעל! די אראבער היינט האבן אויך א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען האבען געוואנדערט פון איין לאנד צים צווייטען, מען פארטרייבט זיי פון איין לאנד צים צווייטען, מען שעכט זיי על לא עוול בכפם, זיי ווילען פשוט וואוינען אין זייער אייגען לאנד, האבען א דאך איבערען קאפ, א אייגענע מיליטער פינקט ווי די שומרים אין וויליאמסבורג, איינער זאל זיי שיצען, און דערפאר קימט זיי כל צרות שבעולם???
אבער צי דען האבען מיר אידען בני אברהם יצחק ויעקב געגעבען רעכט פאר די רציחות? איז דא איין תירוץ פאר דעם?

און ביי די וועי אויב האסטו פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז מ'האט פיינט אידן וועגן די מדינה האסטו נישט געליינט מיין תגובה איך האב בלויז געשריבן אז די כופרים בד' האבן נישט קיין שום כח און נאר השי"ת קען אונז העלפן
דא אין אמעריקא איז די "עקזיסטענץ" פון די מיליטער נישט קיין כפירה אמעריקא מעג טון וואס זיי ווילן אבער אין א"י וואס זיי לאכן זיך אויס פון גאט ב"ה יעדע מינוט אין טאג דער אויבערשטער דו באלאנגסט אין גלות אונטער די גוים און ער זאגט ניין די גאנצע "עקזיסטענץ און קיום" איז איין שטיק ניאוץ ד' פון אזעלכע קען קיין ישועה נישט זיין ווערי סימפעל די שנאת הגוי קומט דא אינגאנצן נישט אריין (דאס איז א עקסטערע שמועס)