בואו חשבון – דער וועג צו סוקסעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

בואו חשבון – דער וועג צו סוקסעס

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]דער אי-ציגארעטל איז אין די לעצטע פאר יאר געווארן גאר שטארק אויפגעכאפט איבער די וועלט, רויכערערס וואס מוטשענען זיך שוין לאנג אויפצוהערן רייכערן האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די נייע המצאה און קויפן די עלעקטעראנישע ציגארעטלעך אין די מאסן.

צי דאס העלפט טאקע אויפהערן רויכערען איז אונטער א גרויסע פראגע צייכן. טייל זאגן טאקע אז דאס האט זיי אפגעוואוינט פון רויכערען, אנדערע זאגן אז עס האט זיי כאטש רעדוצירט די מאס ציגארעטלעך פער טאג, אבער טייל זאגן אז דאס קומט זיי נאר צוניץ ווען זיי געפינען זיך אינ-דארס, אויף א פלאץ ווי זיי זענען נישט ביכולת צו רויכערען געהעריג, אבער איינמאל זיי זענען אויפן גאס זענען זיי צוריק צום אלטן, זיי זענען מקיים דעם גם מזה אל תנח ידיך, וירא שמים יוצא ידי שניהם.

דאס איז נישט די ערשטע - און לכאורה אויך נישט די לעצטע – מעטאד, וואס שטעלט אהער אופנים ווי אזוי מען זאל זיך קענען אפגעוואוינען פון רויכערן. און אזוי ווי אלע פון די סארט מעטאדן, ארבעט עס צומאל יא און צומאל נישט, ביי איינעם יא און ביי איינעם נישט. יעצט אבער קומט ארויף אויפן טיש א נייער דערהער, וואס מען האט נאכנישט געהערט ביז יעצט, דאס איז דער 'קלוגער צינדער'.

דער 'קלוגער צינדער' (smart lighter) – איז א נייער פראדוקט וואס איז אויפן וועג ארויס צום מארקעט בקרוב. דער צינדער ארבעט נישט מיט פייער, עס צינד אן דעם ציגארעטל מיט שטארקע היץ, ענליך צו די אמאליגע קאר צינדערס. דער חידוש פון דעם צינדער איז אז עס האלט חשבון ווען און וויפיל צוגארעטלעך מען האט שוין גערויכערט. עס האט אויף זיך א קליינען סקרין, און יעדע מאל מען וויל אנצינדען א ציגארעטל וועט עס ווייזן ווי לאנג צוריק מען האט געהאט די פריערדיגע און וויפיל מען האט שוין היינט גערויכערט. עס קומט אויך מיט אן עפפ, וואו מען קען זעהן פונקטליך וויפיל און ווי אפט מען האט גערויכערט יעדן טאג, אויך קען מען עס אנשטעלן אז עס זאל זיך נישט לאזן אנצינדען נאר נאך א געוויסע צייט אפשניט נאך די פריערדיגע ציגארעטל.

דאס איז א שפאגל נייע איידיע ווי אזוי זיך אפצוגעוואוינען פון רויכערן. דער ערפינדער דערפון, איינער מיטן נאמען אטא גופראני פון קאליפארניע, דערציילט אז ער אליין איז געווען א שווערער רויכערער, און ווען ער האט אנגעהויבן איינזעהן אז עס קען נישט וויטער אזוי אנגיין, ער מוז געפינען א וועג ווי אזוי זיך אפצוגעוואונען דערפון, האט ער באמערקט אז ער האלט פשוט נישט קיין חשבון וויפיל באקסעס עס ווערט פארברענט ביי אים יעדן טאג. עס גייט שוין פון זיך אליין, עס נעמט זיך ארויס א באקס ציגארעטלעך מיט א צינדער און עס פארט איינס נאכן צווייטן. דאס האט אים געמאכט טראכטן די איידיע פון אזא smart lighter וואס וועט האלטן דעם חשבון פאר אים. א צינדער איז א זאך וואס יעדער רויכערער מוז זיך שטענדיג ארומדרייען דערמיט, און יעדע מאל ווען ער וועט וועלן אנצינדן נאך א ציגארעטל וועט אים שטיין פאר די אויגן ווען ער האט געהאט די לעצטע און וויפיל ער האט שוין היינט גערויכערט, און דאס וועט אים יעדעס מאל מאכן נאכאמאל טראכטן אויב עס לוינט זיך טאקע צו נעמען נאך איינס אדער נישט. ער האט זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין ביז ער האט עס אינגאנצן אויסגע'פיגור'ט, און דאן ארויסגעקומען מיט זיין נייעם פראדוקט, ויקרא שמו - 'Quitbit'.

דער ערפינדער מיט זיינס א חבר האבן אליין אויספרובירט דעם נייעם צינדער מיט גרויס סוקסעס. אויך האבן זיי דאס אריינגעגעבן פאר א שטודיע וואס האט געגעבן פאר א צאל מענטשן דעם צינדער עס צו נוצן פאר א חודש. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ביי אלע באטייליגטע אין די שטודיע איז געשניטן געווארן זייער סכום רויכערען מיט מינומים דרייסיג פראצענט.

אריינטראכטנדיג אין די איידיע זעהט אויס אז ער האט גאנץ א גוטע פוינט. ווען מען זאל באמת מאכן דעם חשבון און אויסרעכענען שכר כנגד ההפסד פון רויכערען, דארף אויסצוקומען אז מען דארף עס אפשטעלן באצייטנס. ווען מען נעמט אין חשבון די גרויסע פארשווענדעניש פון צייט, געלט און געזונט, וואס דער ציגארעטל גנב'ט צו פון א מענטש, אקעגן די הנאה פון בלאזן רויך פאר פינף מינוט, וואלט געדארפט אויסקומען דער לאגישער חשבון אז מען דארף אויפהערן רויכערן. אבער אז מען טראכט נישט, קען מען דאס קיינמאל נישט אויס'פיגור'ן. מענטשן האבן נישט ליב צו טראכטן פון זאכן וואס מאכט זיי אומבאקוועם, פון זאכן וואס וועט פאדערן פון זיי צו טוהן שריט וואס איז זיי נישט אזוי געשמאק. עס איז א סך געשמאקער נישט צו נוצן דעם מח בכלל און פטור אן עסק. אבער מיט דעם צינדער וועט דאס בעל כרחו דערמאנען דעם מענטש ביי יעדן ציגארעטל אז עס איז צייט ער זאל זיך נעמען אין די האנט אריין.

בפועל העלפט עס נישט אוועק נעמען דאס רויכערן, אבער דאס וועקט אויף דעם מח. און איינמאל דער מח איז אויף און טראכט פון דעם ענין, וועט שוין דער מח אליין, מיט די שכל וואס געפינט זיך אין איר, אפמאכן וואס איז גוט פאר אים און וואס נישט.
*

אין זוהר הקדוש (פ' קרח דף קעח) ווערט זייער אויסגעלויבט די מענטשן וואס זענען 'מרא דחושבנא'. מענטשן וואס מאכן יעדע נאכט א חשבון הנפש ווי אזוי זייער טאג איז פאריבער. מיין מלמד אין חדר האט דאס אראפגעלייגט גאר שרעקעדיג. ער האט דערציילט ווי אזוי ערליכע אידן גייען שלאפן, פאר זיי גייען אריין אין בעט צינדן זיי אן א ליכט און זעצן זיך אוועק אויף דער ערד און וויינען זיך אויס פארן אויבערשטן אויף אלעס וואס זיי האבן געטוהן דעם טאג.

עס האט מיר זייער באנומען, אבער ווי פארשטענדליך האב איך געוואוסט אז דאס האט מיט מיר גארנישט, דאס איז געמאכט פאר גרויסע צדיקים. איך וויין נישט, איך זיץ נישט אויף דער ערד, און עס איז מיר נישט געשמאק אנצוצינדן דעם ליכטל.

מיט די צייט בין איך אבער געוואויר געווארן אז היינט צו טאגס נוצט מען שוין נישט קיין ליכט צו באלייכטן, היינט איז שוין ערפינדן געווארן דער לעקטער וואס פארגרינגערט אביסל דעם מצב. עס איז שוין היינט דא גרינגערע וועגן ווי אזוי צו זיין פון די געהויבענע 'מרא דחושבנא', אויף וועמען דער זוהר זאגט אז די וועלן גלייך אריין אין גן עדן און נישט האבן אויף זיך קיין שום דין.

מען צינד אן די לעקטער, מען זעצט זיך אוועק צום טיש, און מען לויפט דורך אין מחשבה דעם גאנצן טאג ווי אזוי עס איז פאריבער ברוחניות און בגשמיות. האב איך געדאווענט היינט? האב איך געלערנט היינט? האב איך געהאלפן א צווייטן היינט? האב איך מצליח געווען אין פרנסה היינט? האב איך זיך היינט אויסגעקומען מיט מיינע ארבעטערס/ באלעבאטעם? האב איך היינט געהאנדלט מיט מיין ווייב און קינדער ווי עס דארף צו זיין? א.א.וו. יעדער לויט זיין לעבנס שטייגער.

דאס דארף צו נעמען בערך צוויי מינוט אויפן זייגער, אבער די תועלת און השפעה וואס דאס האט צום גוטן אויפן מענטש איז אומבאגרייפבאר. דאס לעבן לויפט מיט אזא שנעלען גאלאפ אז מען קומט פשוט נישט אן צו טראכטן גלייך. אזוי ווי ווען מען רייסט אויפן פאליסייד און מען זעהט ווי די ביימער לויפן דורך מיט א געוואלדיגע שנעלקייט. די טעג און וואכן, די חדשים און יארן, לויפן אזוי שנעל אז מען קען זיי נישט דעריאגן.

מיט די צוויי מינוט וואס מען נעמט זיך אראפ יעדע נאכט צו דורכלויפן דעם טאג אין מח. אפילו ווען מען האט נאכנישט דערווייל קיין סעלושאן צו אלע פראבלעמען, אבער דאס אליין אז מען גייט עס איבער אין מח, דאס וועקט דעם מענטש און מאנט פון אים זיך צו פארבעסערן, דאס מאכט אז ער זאל קענען אויפקומען מיט גוטע איידיעס ווי אזוי צו פארבעסערן דאס לעבן בגשמיות וברוחניות.

נאך בעסער איז ווען מען דערציילט דעם טאג פארן אייבערשטן, אין צוויי מינוט שמועסט מען אויס דעם טאג מיטן אייבערשטן. איז עס געווען א געלונגענער טאג דאנקט מען דעם אייבערשטן און מען בעהט אויף ווייטער, איז עס געווען א שוואכער טאג, בעהט מען אז די קומענדיגע טעג זאל זיין בעסער. מען בעהט איבער דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט נישט געטוהן ריכטיג, און מען בעהט אים אז פון יעצט און ווייטער זאל מען שוין יא זיין גוט.

עס באקאנט דער ניגון, די מעשה מיט רבי רבי זושא וואס האט יעדע נאכט זיך איבערגעטראכט דעם טאג און געזאגט פארן אייבערשטן אז מארגן וועט ער שוין זיין גוט. "איי איך האב שוין געזאגט, די זעלבע ווערטער נעכטן, אבער יעצט מיין איך עס אמת'דיג, איך זאג דיר צו". דאס איז א געוואלדיגער לימוד, אפילו ווען א מענטש ווייסט דעם אמת אז עס איז דא ביי אים איבער גענוג זאכן וואס ער קען פארעכטן, און דערווייל האט ער נישט די ריכטיגע עצה ווי אזוי דאס צו קענען באווייזן. אבער בלויז מיט דעם וואס ער נעמט אפיר די זאכן פאר די אויגן יעדן טאג נאכאמאל, דאס וועט שוין רעדוצירן די פראבלעמען מינומים מיט דרייסיג פראצענט, און מיט די צייט וועט אים שוין איינפאלן גוטע איידיעס ווי אזוי ארויס צוקריכן פון די פראבלעמען. פון נישט טראכטן וועט מען זיכער גארנישט פארדינען.

דעם לימוד האב איך שוין פארדינט פון די איידיע פון דעם 'קלוגן צינדער'. נאך איידער אפילו עס איז ערשינען צום ברייטן באנוץ.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
Quitbit-1024x682.jpg
Quitbit-1024x682.jpg (165.08 KiB) געזען געווארן 1419 מאל
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ברסלבער ממש מוראדיג זייער תוכן'דיג און זייער שיין דעליווערט!!!
איך האב נאר איין פראבלעם מיט דיר אז עס קומט נישט גענוג אפט אזעלכע מאמרים!
עס וואקט זיך אנדערש אוועק פון קאמפיוטע"ר ווען איך ווייס אז איך האב עפעס ארויסגענומען פון מיין טאג אויכעט.
יישר כח
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איך קלער ערנסט פון ערפינדן א פראגראם וואס זאל האלטן חשבון וויפיל מאל א טאג איך בין ארויף אויף קאווע שטיבל אדער אנדערע נייעס סייטס, אפשר וועל איך בעסער קענען האלטן חשבון וויפיל צייט איך פארברען דא
#בואו חשבון
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

#ביוטיפול
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ביוטיפול מאמר רייך און אימפארמאטיוו מיט א הערליכע מוסר השכל און ניין זויערע לייקס.
#קאווע שטיבל זייגט
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

[tag]ברסלבער[/tag] נו וואס איז נאר די MAGIC WORD דא אין שטיבל ?? אה! שפתים קישאקTM...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליכע ארטיקעל!!
:like :like
ברסלבער האט געשריבן:דער ערפינדער מיט זיינס א חבר האבן אליין אויספרובירט דעם נייעם צינדער מיט גרויס סוקסעס. אויך האבן זיי דאס אריינגעגעבן פאר א שטודיע וואס האט געגעבן פאר א צאל מענטשן דעם צינדער עס צו נוצן פאר א חודש. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ביי אלע באטייליגטע אין די שטודיע איז געשניטן געווארן זייער סכום רויכערען מיט מינומים דרייסיג פראצענט.

דאס מיינט אז יעדע איינציגסטע מענטש וואס האט געניצט די צינדער האט גערייכערט ווייניגער. און דער וואס האט געהאט די קלענסטע חילוק האט גערייכערט נאר דרייסיג פראצענט ווייניגער?
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ראשעקאל האט געשריבן:דאס מיינט אז יעדע איינציגסטע מענטש וואס האט געניצט די צינדער האט גערייכערט ווייניגער. און דער וואס האט געהאט די קלענסטע חילוק האט גערייכערט נאר דרייסיג פראצענט ווייניגער?

אזוי האב איך פארשטאנען. קען זיין אז עס איז אן עווריטש פון דרייסיג פראצענט, וועט מען דאס מוזן נאכקוקן.
דאס רעדט מען פון נאר אין "איין חודש". איך קלער אז צו רעדוצירן רויכערן מיט דרייסיג פראצענט אין איין חודש איז בכלל נישט קיין שלעכטע נומער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

הערליך [tag]ברסלבער[/tag], א דאנק!

נאר אפאר הערות.
די געדאנק פון די צוויי מינוט חשבון הנפש, ווערט טאקע ארומגערעדט אין ספרי מוסר אויף ביינאכט. ס'איז מיר אלעמאל געווען אינטערעסאנט פארוואס. ווייל לכאורה ווען מ'לייגט זיך איז שוין די טאג דערנאך, און ווען מ'שטייט אויף פילט מען שוין נישט און מ'געדענקט שוין נישט אזוי שטארק די חשבון הנפש און קבלה אויף להבא פון נעכטן נאכט. מער פשט וואלט געווען, אויב מ'איז זיך מתבונן אינדערפרי ווען מ'שטייט אויף, אז היינט וועט זיין בעסער ווי מארגן, און אזוי, מיט א פרישע אינדערפרי קבלה אריינגיין אינעם טאג.

קען אבער זיין אז למעשה דארף מען ביידע, און פאר צוויי אנדערע סיבות. ביינאכט איז מער א ענין פון חשבון הנפש אויף וואס מ'האט געטוען, א בחינה פון חרטה און עזיבה, און אינדערפרי פאר די טאג הייבט זיך אן זאל מען זיך מתבונן זיין אויף להבא, ד"ה א שטארקע קבלה אויפן פרישן טאג.

אז מ'רעדט שוין, זענען דא מענטשען היינט וואס פילן אז חשבון הנפש/התבוננות וכדומה ברענגט זיי צו מרה שחורה הנקרא דיפרעסשעין. ס'איז אמת. אויב א מענטש רעפלעקט אויף זיך, און ער ליידט שטארק פון דיפרעישין איז אמאל בעסער ער זאל פארן מיט'ן לעבן, און טראכטן ווי ווייניגער, ווייל ס'קען עם ברענגן צו שווארצע פלעצער. אבער סתם א מענטש דארף "זיך" קענען אפטיילן פון זיינע מעשים, און זיך מתבונן זיין אויף זיינע מעשים ווי איידער זיך קלאפן במחשבה. ס'נישט אייביג גרינג, אבער מיט'ן חזר'ן די איידיע כסדר אז די מעשים מאכט נישט און סטעמפלט נישט אפ א מענטש "פאר א געוויסע סארט "א וואוילער אדער א שלעכטער" נאר די מעשים לעצמם זענען וואויל אדער שלעכט, און ער דארף פשוט פרובירן צו זיין א מרכבה, א vehicle און שלעפן די גוטע סחורה ווי איידער די שלעכטע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויב זיינע מעשים ברענגען אים אריין אין א דעפרעשאן דארף ער הערשט מאכן א חשבון הנפש כדי ער זאל מער נישט טון אזעלכע זאכן.. נישט אזוי?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

א מענטש וואס ליידט אויף דעפרעשען דארף דרויסענדיגע הילף ארויסצוקומען פון זיין עצבות, צו פארשטיין וויאזוי צו האנדלן מיט זיינע געפיהלן. ערשט דעמאלסט קען ער קאנסראקטיוולי נישט דיסטראקטעוולי ארבייטען אויף זיך.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:די געדאנק פון די צוויי מינוט חשבון הנפש, ווערט טאקע ארומגערעדט אין ספרי מוסר אויף ביינאכט. ס'איז מיר אלעמאל געווען אינטערעסאנט פארוואס. ווייל לכאורה ווען מ'לייגט זיך איז שוין די טאג דערנאך, און ווען מ'שטייט אויף פילט מען שוין נישט און מ'געדענקט שוין נישט אזוי שטארק די חשבון הנפש און קבלה אויף להבא פון נעכטן נאכט. מער פשט וואלט געווען, אויב מ'איז זיך מתבונן אינדערפרי ווען מ'שטייט אויף, אז היינט וועט זיין בעסער ווי מארגן, און אזוי, מיט א פרישע אינדערפרי קבלה אריינגיין אינעם טאג.
קען אבער זיין אז למעשה דארף מען ביידע, און פאר צוויי אנדערע סיבות. ביינאכט איז מער א ענין פון חשבון הנפש אויף וואס מ'האט געטוען, א בחינה פון חרטה און עזיבה, און אינדערפרי פאר די טאג הייבט זיך אן זאל מען זיך מתבונן זיין אויף להבא, ד"ה א שטארקע קבלה אויפן פרישן טאג.

עס איז באקאנט פארוואס דער רמ"א זאגט גם בהצנע לכת ובשכבו על משכבו ידע לפני מי הוא שוכב, אויף דעם וואס דער מחבר זאגט יתגבר כארי לעמוד בבוקר לעבודת בוראו. אז דער מחבר רעדט פון צופרי ווי קומט אהער צו רעדן ביינאכט? נאר אז מען לייגט זיך ווי א לייב שטייט מען אויף ווי א לייב.
צדיקים האבן געטייטשט את חטאי אני מזכיר "היום", דעם זעלבן טאג געדענקט מען נאך אביסל וואס עס איז געווען, צופרי האט מען שוין פארגעסן. די בעסטע איז ווען ביינאכט איז מען מסדר דעם גאנצן טאג, און צופרי הויבט מען דעם טאג מיט א פרישקייט, מיט פרישע קבלות טובות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שרייבער האט געשריבן:איך קלער ערנסט פון ערפינדן א פראגראם וואס זאל האלטן חשבון וויפיל מאל א טאג איך בין ארויף אויף קאווע שטיבל אדער אנדערע נייעס סייטס, אפשר וועל איך בעסער קענען האלטן חשבון וויפיל צייט איך פארברען דא
#בואו חשבון

מילה בסלע-
ממש צוגענומען די ווערטער פון מויל....
פארשפארט