היינט איז באלאנגען צו א קרייז מער חסרון ווי מעלה. עס איז דיר אסאך מער מחייב ווי אמאל, און פון די אנדערע זייט זענען זיי דיר אסאך ווייניגער מחוייב ווי אמאל. יש מקום לדון צי ס'איז נישט גרינגער צו זיין א איד און נארמאלער מענטש ווען מען באלאנגט נישט צו רוב פון די היינטיגע חסידות.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
שרייבער, ענדליך רעדט שוין איינער מיין שפראך. דער עולם האט אנגעפירקעלט דעם אשכול בנוגע דעם גשמיות'דיגע חלק פון באלאנגען צו א קרייז, וואס דאס איז נישט געווען עכט מיין מטרה פון עפענען דעם אשכול ( איך בין אליין שולדיג פאר זיך נישט גוט ארויסברענגען) מיין נושא איז בעיקר די חלק הרוחניות, וואס די מציאות ווייסט אז די וואס האבן א מנהיג, מורה דרך, שטייען בעסער ווי די אנדערע. און ניין עס האט נישט מיט גיין צו טישן דווקא, אדער באצאלן מעמבער שיפ, און כאפן שיריים, עס איז סאך הכל איין זאך; די האסט א מורה דרך וואס ווייזט דיך דיין וועג און מיט איהם שמוסט מען זיך דורך. און אויף דעם האב איך געשטעלט מיין פראגע, וואס מאכט אויס צו איך האב יא א מנהיג צו נישט? ועוד וועלכע שאלות פרעגט מען א מנהיג? איך אנטשולדיג מיך נאכאמאל פארן נישט גוט מסביר זיין.
מצטמק ויפה האט געשריבן:שרייבער, ענדליך רעדט שוין איינער מיין שפראך. דער עולם האט אנגעפירקעלט דעם אשכול בנוגע דעם גשמיות'דיגע חלק פון באלאנגען צו א קרייז, וואס דאס איז נישט געווען עכט מיין מטרה פון עפענען דעם אשכול ( איך בין אליין שולדיג פאר זיך נישט גוט ארויסברענגען) מיין נושא איז בעיקר די חלק הרוחניות, וואס די מציאות ווייסט אז די וואס האבן א מנהיג, מורה דרך, שטייען בעסער ווי די אנדערע. און ניין עס האט נישט מיט גיין צו טישן דווקא, אדער באצאלן מעמבער שיפ, און כאפן שיריים, עס איז סאך הכל איין זאך; די האסט א מורה דרך וואס ווייזט דיך דיין וועג און מיט איהם שמוסט מען זיך דורך. און אויף דעם האב איך געשטעלט מיין פראגע, וואס מאכט אויס צו איך האב יא א מנהיג צו נישט? ועוד וועלכע שאלות פרעגט מען א מנהיג? איך אנטשולדיג מיך נאכאמאל פארן נישט גוט מסביר זיין.
די דארפסט טוישן דעם קעפל צו "די מעלות און חסרונות פון האבן א מורה דרך". מ'קען האבן א מורה דרך אן געהערן צו א קרייז (וכן אני נוהג) און מ'קען געהערן צו א קרייז אן האבן א מורה דרך, כמנהג סאטמאר