גלות יוד האט געשריבן:דאס איז די גאנצע מגילת ספר נישט צענזורירטע https://dl.dropbox.com/u/11585487/%D7%9 ... %D7%A8.pdf
דא האט איר א ביך פון די זעלבע מחבר אויף יודיש וועגן ר' יעקב עמדין https://dl.dropbox.com/u/11585487/yakev%20emdin.pdf
גלות יוד האט געשריבן:דאס איז די גאנצע מגילת ספר נישט צענזורירטע https://dl.dropbox.com/u/11585487/%D7%9 ... %D7%A8.pdf
ריכטיג האט געשריבן:פלוצלינג ביסטו געווארן א חסיד פון ר"ר יונתן?
צענטער האט געשריבן:איחוד פעלד דיינע ווערטער קעגן דעם הייליגן יעב"ץ איז שוידערליך. יכול להיות עס פאדערט צו רייסן קריעה. ווער ביסטו צו שרייבן אזוי קעגן דעם הייליגן יעב"ץ? איך בין נאך נישט באקאנט מיטן מנהג המקום בכגון דא דעריבער וועל איך זיך איינהאלטן פון שרייבן עפ"ל
יאיר האט געשריבן:אפשר קען איינער איבערגעבן א תמצית פון זיינע טענות, און אויב עס זענען דא נאך וואס האלטן אז מגילת ספר איז מזוייף?
אגב, דער יעב"ץ האט דאך געהאלטן אז דער רמב"ם האט נישט געשריבן מורה נבוכים. נישט מער ווי רעכט אז ער זאל נישט האבן געשריבן מגילת ספר.
איחוד פעלד האט געשריבן:אקעי
סארי, פעיקס נישט גענוג גוט.
מאך אויף נאך א ניק און טריי בעסער.
צום ענין, איך שרייב וועגען דער שרייבער פין מגילת ספר, אויב איז עס נישט דער יעבץ, איז דאך גוט.
admin האט געשריבן:קריטיק – אויב איינער האט א פראבלעם מיט א הודעה, איז נישט ערלויבט צו שרייבן פרישע הודעות מיט מחאות אויף דעם אינהאלט. עס איז דא פאר דעם א ספעציעלן קנעפל ("!"), וואס נאכ'ן דרוקן קען מען אריינשרייבן דעם פראבלעם. די מנהלים זעען דאס, און וועלן דאס באטראכטן די שנעלסטע וואס מעגליך. מען קען אויך איבער סיי-וועלכן פראבלעם שיקן א הודעה אישית פאר איינער פון די מנהלים.
צענטער האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:אקעי
סארי, פעיקס נישט גענוג גוט.
מאך אויף נאך א ניק און טריי בעסער.
צום ענין, איך שרייב וועגען דער שרייבער פין מגילת ספר, אויב איז עס נישט דער יעבץ, איז דאך גוט.
וואס פעיק איך?
צו וואס דארף איך נאך א ניק?
ולענין המדובר, ווער ביסטו צו זאגן א דעה אויף די גרויקייט וקדושה פונם יעב"ץ? אפגעזעהן צו ער האט יא אדער נישט מחבר געווען דעם ספר/ביכל. אגב דיר פעלט אסאך ידיעות אין גמרא, די גמרא פארציילט אויף א תנא (איך געדענק נישט קלאר אפשר גאר האט דער תנא פארציילט אויף זיך אליינס, אז ער איז געווען אויף א שטאק מיט א מיידל/פרוי און נישט געקענט עומד זיין האט ער זיך גענומען מאכן קולות "ס'ברענט" מענטשן זענען געקומען צו לויפן און אזוי איז ער ניצול געווארן.
כבר היה לעולמים, זייער צדקות קדושה ופרישות איז אויף מדריגות (אפילו לאמיר זאגן גאר קליינע מדריגות אבער בכל מקרה) פון א קאליבער וואס דו מיט דיין מוח קען בכלל נישט משיג זיין ווייל בכל מקרה ביסטו נידריגער, דעריבער האב שכל און אנערקען אז ס'הערט זיך גאר קינדיש ווען דו פראבירסט אפצושאצן איינער וואס איך לכל הדיעות געווען גרעסער פון דיר.
ער האט רעכט צו זאגן אז גאנץ/האלב/פערטל וכו' פונם זוהר הקדוש איז פאלש ווייל ער האט געקענט דעם זוהר פון דעקל צו דעקל און א גאון עצום און בקי בכל התורה כולי בכלל. משא"כ דו.
ער האט רעכט צו זאגן אז גאנץ/האלב/פערטל וכו' פונם זוהר הקדוש איז פאלש ווייל ער האט געקענט דעם זוהר פון דעקל צו דעקל און א גאון עצום און בקי בכל התורה כולי בכלל. משא"כ דו.