קאך_לעפל האט געשריבן:טיטאניק האט געשריבן:דער עולם האט געבעטען אז מען זאל האלטען רוהיג דאס פלאץ און איך טריי אראפ צי ציען די שטימינג
אבער די סאטמארע תלמידים וואס זענען געבוירען געזויגען די שיטה מיט אלע דמיונות ארים קענען דאס נישט אראפ שלינגען אזעלכע כפירה רייד פון דער טיטאניק קען מען שרייבען אין אידיש? רחמנא ליצלן!
איך זאג אייך נאך א מזל אז די חורבן בית המקדש האט נישט פאסירט מיט 70 יאר ציריק ווייל ווען יא וואלט מען מיט דעם אויך באשילדיגט די ציונים
שוואך גענפערט. שוין ס'זאל זיין לאמיר טאקע הערן א שטיקל אפדעיט, וואס איז די מצב מיט די 3 טייערע נשמות? די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן מאכן עפעס פארשריט? אדער נאר ביי יאסעלע שוכמאכער ווען די מאמע האט אים געוואלט אפשמד'ן האבן זיי געקענט אויסגעפינען וואו ער באהאלט זיך?
נ''ב איסר הראל דער שב''כ הויפט האט דעמאלס געהאלטן ביים לייגען א האנט, אויף דער רוצח כל הדורות יאזעף מענגעלע ימ''ש, אבער ווען מען האט געדארפט טרעפן קינד אז מען זאל אים קענען שמד'ן האב איסר באפוילן פאר די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן אז מען זאל לייגען די אפאראציע אין דערזייט און מען זאל זיך בלויז קאנסאנטרירן צו כאפן יאסאלע צום שמד.
אויב דאס זענען די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן איז דער באשעפער ח''ו באנקראט!
איך גיי נישט יעצט אריין אינעם עצם שמועס אבער ס׳געפעלט מיר אז ווען מ׳רעד פין יאסלע שוכמאכער׳ס מעשה פון א היימישע פראספקטיוו לייגן זיי אראפ די מעשה ווי כאילו זיינע עלטערין זענען געוועהן מערדער אדער ווער ווייסט וואס, זי האט סה״כ געוואלט אז איר קינד זאל זיין אזוי ווי זי איז אין אזוי ווי 90 פראצענט כלל ישראל איז ! זי האט נישט געוואלט "אפשמד׳ן״ איר קינד זי האט געוואלט אז ער זאל אויפוואקסן סעקיולער און זי האט געהאט יעדע רעכט צי מחנך זיין איר קינד וויאזוי זי וויל און דער זיידע האט נישט געהאט קיין רעכט זיך אריינצימישען אין זיכער נישט צי קידנעפן דעם קינד פין די אייגנע מאמע