אפגעשטימט מיינס, נאר א ווארט צו די רעזולטאטן זוכער, עדס אין א אויסגאבע האט אויף מיר 99% נישט קיין השפעה. אויך נישט טאוולען אויפן גאס. הגם איך אנערקען אז איך בין א אויסנאם.
"דער מאמענט" האב איך געקויפט עד האידנא. מכאן ואילך, זייער פרייליך, דער מאמענט שייל'עך, יעזוב לאחרים חילך. און דאס צוליב צוויי סיבות. איינס די צודרייטע פנים בלורעריי, בפירוש קעגן א אפענע סעיף אין שלחן ערוך אז בלוריה איז אסור. צווייטענס, איך וויל לייענען איבער דער נושא פון דער באמבאסטישע העדליין אויסגעשמירט אויף אמתיים וחצי, און אווופפס! דער ארטיקל האט זיך געענדיגט. טרם יקרא ואני פערטיג. בקיצור, מאמענט האט פארפאסט דער מאמענט און איז אויף דער מאמענט היסטארי.
"דער שטערן" און "דער שפאקטיוו" קויף איך ערליך כאטש נישט אייביג לייען איך עס. די בילדער זענען אויך בלורי ביי זיי, אבער כאטש די ארטיקלען זענען גוט. מיך שטערט נישט אז עס איז נאכגעשריבן א מאווי אדער וויקיפעדיא. א עיקר אז ס'ברייט צעשמירט און גוט אראפגעלייגט. מען איז מיט דעם מקיים דעם למען דעת כל עמי הארץ, טאקע אן עם הארץ בינ'יך, זאל איך כאטש עפעס וויסן וואס גייט פאר. גוטזאגערס זאגן אז גוטזאגערס זאגן דארף דרינגענד א ערליכע בורא פרי האדמה פאר די קארני'איזם דערפון, באט הו קעירס.
די חסידישע טינופות - "דער איד" מיט "דער בלאט" - נעם איך נישט אריין אין שטוב. ווען ס'רעגענט און די שיך ווערן דורכגעווייקט בארג איך דער אוצר חלק אדער ציבור חלק פון מיין שכן'ס גארבעדזש אין איך שטעק עס אריין אין די שיך, ויהא שכרם כפול מעם ד'.
"די וואך" קויף איך בהתמדה און איך טוה עס אדורך בכובד ראש און מיט אן ערענסטקייט. זאל כאטש עפעס ערענסטקייט האבן א שייכות מיט די געפיקטשערטע עלעמענטן.
איך קויף כמעט גארנישט, ווייל מ'קען אלעס ליינען אין געשעפט... איך געב א פיק אריין, און געווענליך כאפ איך ביז א האלבע מינוט אז סאיז נישט אינטערסאנט און געגאנגען ווייטער. לדעתי טוט דער שטערן א טעות אז ער לייגט עס נישט אין א פלעסטיק. וואלט ער געהאט א פלעסטיק וואלט איך געמוזט שטילן מיין נייגער מיט אראפפלאשן א פינעווער. נייע מאגאזינען קויף איך די ערשטע צייטן צו מחזק זיין. זאגט מיר אן ערליכער איד לעצטנס אז ער קויפט גארנישט נאר די בילדער בוקס פאר זיינע קינדער. איך געב אים אזא קוק אן, מיר זענען מחונך געווארן אז די פאלשע רבי'ס דאס זענען די ארגסטע, ווער רעדט נאך ווען מקען זען די כותל. זאגט ער מיר אז די כל העולם כולו איז נאך די ריינסטע, נישט קיין נייעס, נישט קיין וואס זעט מען א רבי טאנצט מיט א ספר תורה אדער מיט א חתן, רבי חיים קאניבסקי לערנט און פרעמישלאנע רבי עסט טרויבן. זאלן זיי זען די טויזנטער חסידים אויף די פאראנטשעס זאלן זיי וויסן אז סדא צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן איבער דער וועלט. אן אינטערסאנטע פערספעקטיוו. בכל אופן ווייס איך נישט פון וועמען דער בלאט מאכט פורים מיט זייערע שאלות וואס זיי האבן אהיימגעשיקט, כאילו זיי ווייסן נישט אז סאיז א מוח דחוק'דיגע צייטונג מדאשקע לדאשקע, און זיי האבן נישט קיין שום זשורנאליסטישע ניווא.
ואלה הם באלייכטונגען-אידיש דאס אידישע ליכט-אידיש דבר בעטו-אידיש די וואך-אידיש די ליכטיגע היים
איך גיי יעדן וואך אין געשעפט אין מאנסי און איך גלייב נישט אז איך האב אמאל געזעהן די 5 אויסגאבעס. אפשר פארקויפט מעו נאר אין קרית יואל? אידישע ליכט פלעגט קומען אויף די פאסט מיט 40 יאר צוריק. מ'קען עס קויפען אין געשעפטן? ס'איז א חודש'ליכע אויסגאבע?
הירשל ציג האט געשריבן:ואלה הם באלייכטונגען-אידיש דאס אידישע ליכט-אידיש דבר בעטו-אידיש די וואך-אידיש די ליכטיגע היים
איך גיי יעדן וואך אין געשעפט אין מאנסי און איך גלייב נישט אז איך האב אמאל געזעהן די 5 אויסגאבעס. אפשר פארקויפט מעו נאר אין קרית יואל? אידישע ליכט פלעגט קומען אויף די פאסט מיט 40 יאר צוריק. מ'קען עס קויפען אין געשעפטן? ס'איז א חודש'ליכע אויסגאבע?
מן הסתם האבן איינער פון די דאזיגע אויסגאבעס באשטעלט דער אנקעטע.
בעלייכטונגען איז דא אין אלע געשעפטן. סקומט ארויס יעדע צוויי וואכן דבר בעתו איז פון יפה בעתו מיסטער ביללער מקען עס קריגן ביים מקוה איד. די וואך ווייסט יעדער פון הערשי רובינשטיין בילדער פון צדיקים. דאס אידישע ליכט קומט אן אויף דער פאסט פאר אבנאנטן. די ליכטיגע היים איז א ברסלבער געשטימטע אויסגאבע אויף אידיש מיט די אפיליאציע פון איינעם הרב מאיר אדער שאול סירוטה