דרשת ה'ברך משה' מסאטמאר נגד ר' אברהם לייטנער

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

דרשת ה'ברך משה' מסאטמאר נגד ר' אברהם לייטנער

שליחה דורך דולה ומשקה »

[center]בעידן חדוותא דימי הפורים דשנת תשנ"ה לפ"ק בביהמ"ד דקיט"ל וומס"ב [/center]

... כאטש איי עס שטייט דלא ידע, דאס איז ונהפוך הוא, מען דארף יא צו וויסן, מען דארף צו וויסן, ווער ס'איז המן, ווער ס'איז מרדכי, און מ'דארף טאקע!, מרדכי איז אן ערליכער איד, ער קוקט אריין אסאך אין גמרא, אין גיט זיך אכט די אויגען, און גייט מיט א בעקיטשע אנגעטאן, מיינט מען עס איז מרדכי, פונקט האבען מיר דא א רב וואס גייט אנגעטוהן בלבושי מרדכי, און מ'מוז וויסען ווער עס איז המן ווער ס'איז מרדכי, דאס דארף מען טאקע צו וויסן דער איז המן! דער המן!

דער המן וואס אונז האבען דא, שעלט און שעלט! זאגט און זאגט! און יעדער הערט... (כאן חזר שוב לדברי דרוש ואגדה).

איז אזוי, אונז ווייס מיר אלע, אז דא איז אויפגעשטאנען איינער, איך ווייס נישט פון ווי עס נעמט זיך צו איינעם אזויפיל עזות? אזויפיל חוצפה? ווער קען זיין אזוי זיך נעמען, אזוי ארויס צוגיין קעגן קרית יואל, מ'דארף נישט צו זאגען, ס'איז דא א וועלט פין ציונים זיי קוקען אן אין הערן אזוינס, ווער קען עס זיין? מוז ער נישט זיין א "גרויסע רשע"?! קען עס דען זיין א איד וואס האט אביסל צדקות?! אביסל יראת שמים?!, אביסל תורה?!, אמת קאן דאך נישט זיין! ווער האט דאס געקענט טון אזא זאך צוברעכן די שטאט אין אהער שטעלן אליינס, און נישט אריין טראכטען... לא עלינו...

איז שוין פריער געהערט געווארען, איך מיין דאס צו זאגען פורים איז דאך פורים, לדעתי יעדער איינער זאל וויסן נישט אריין גיין צו דעם מענטש, ווי חייב אדם לבסומי עד דלא ידע, איז טייטש עד דידע, עד דידע, מ'דארף וויסן, איך וויל אייך דא זאגן מ'זאל וויסן אז דער איז א "רשע מרושע"! א "רשע מרושע"! דער וואס ס'האט זיך אויפגעשטעלט דא.

איך האלט נישט אז עס איז א שאלה, דעריבער ס'איז נישטא וואס צו טאן, וואס איז דא, דא א שאלה רבש"ע?! וואס וויל מען, אז עס איז נישטא קיין שאלה, ס'איז נישטא וואס צו קלערן. איך האלט, נאר דער בעל דבר אליין, נאר דער בעל דבר אליין האט זיך געקענט מלבש זיין, אין איינעם ואס וואס היט זיך די מויל און די אויגען, און קוקט נישט ארויס פון די ד' אמות, פונקט אזוי גוט פארשטעלט. עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז "ביי אים ליגט די גאנצע טומאה וואס איז דא"! עס איז נישט קיין גרויסע וואונדער אז ביי זיין אבות אבותיו איז געווען, איך ווייס נישט וואס, נישט קיין... ווייט ווייט פון... דער מוטער רחמנא ליצלן ווי זי האט אויס געזעען... און גאנצען אויפגעשנוטן, דא... כ'האב איהר... ווי קען זיין אזא איד האט סייעתא דשמיא, אזא קאן זיך נעמען רעדן, מ'האט אים געדארפט אפקוילען!!! און אנגיסען מיט הייסע קוילען!!! ווען ער דערמאנט דעם נאמען קרית יואל.

וואס איך וויל דא זאגען עס איז געווען א שמועס מ'זאל רופען און מיט אים רעדען, איך האב נישט געהאלטן דעפון, איך האלט נישט דערפון, מ'דארף זיך נישט וויסענדיג מאכן וואס ער זאגט! גארנישט! גארנישט! מען ווייסט אז ער איז א שליח פונ'ם "שטן"! דער "שטן" האט אויף געשטעלט דא איינעם!

איך זע א אינטרעסאנטע זאך געווענליך אזאנע זאכן זענען אינטרעסאנטע זאך, איך וויל אייך זאגען א זאך אפשר ביי אים איז געווען... (כאן שומעים על ה"טעיפ" איך שבנו הגה"צ רבי ליפא שליט"א אומר: 'זאג נישט'. והדרשן ממשיך...) איך וויל דאך אבער יא זאגען – טעקע וועגן דעם, כ'האב געזעהן א אינטרעסאנטע זאך, באמת איז עס א חידוש א איד וואס איז אויפגעוואקסען , כ'מיין ער האט געהאט, כאהטש ער איז אייביג מיט התנגדות צום פעטער ז"ל, וואס ער האט געקאנט האט ער אייביג געטאן, ווען דער פעטער איז קראנק געווארען האט ער די ערשטע זאך געוואלט מאכן צוברעכן די סאטמארע קהלה. ב"ה דער אייבישטער האט מיר געגעבן דעמלט כח ועוד און איך האב דעמאלס געראטעוועט ס'איז געווען ממש נניסי ניסים, ענק ווייסען נישט דערפון ער האט געוואלט מאכן..., נישט ער אליין ס'איז געווען נאך אזעלעכע מ'האט נישט פארשטאנען, אבער כ'האב נישט פארשטאנען די אלע זאכן, אבער ס'האט מיר געגעסען... עכ"פ די כוחות הטומאה האבן זיך פלעין פאראכטן צו געברייט און פארגעברייט.

ווי איז מעגליך אז א איז וואס גלייבט אינ'ם בוכ"ע אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער ועלט, זאג מיר איך ווייס נישט וואסערע איד, שטייט א איד אויף און האט נישט וואס צו טאן, טרעפט נישט קיין פגם... זעט מען נישט אז מיט דעם איז דער "שטן" אריינגעקראכן! ווייל ער האט דאס בירושה...

איך האב געזען נאך א אינטרעסאנטע זאך, ס'איז אויסגעקומען יענע וואך, האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות זיין אייניקעל, וואס איז דאס? ווי קען דאס זיין? איך האב שפעקולירט, האב איך געקלערט, ניין, א חידוש נפלא...

בקיצור. איך וויל אזויפיל זאגן איך האב עס דעמלט געזאגט בשעת מעשה, איך וויל נישט זיינע קינדער זאל זיין מלמדים! מ'וועט דאס, איך האב דאס שוין אלעס געזאגט, איך וויל נישט ברבים איבער'חזר'ן דא ווייל איך האלט נישט אז דער פגם גייט צו די קינדער, נאך די אלע מעשיות, דאס אז זי איז א עוברת על דת יהודית געווען, דאס איז זיכער, אבער דארט ווי עס איז געווען א פגם און די משפחה דאס איז נישט זיכער! דאס קען איך נישט זאגען.

אבער דאס איז זיכער, דאס איז זיכער, אז אזעלכע קען נישט זיין קיין מנהיג ישראל! קען נישט זאגן קיין דעות! אין ענינים פון דעות! ער קען זיין א ערליכע איד און דאווענען און לערנען, א "מנהיג ישראל" חס ושלום! חס ושלום! אזא איד וואס שטאמט אזוי, דער זאל אונז פירן, דער זאל זיין א מנהיג בישראל און פירן אידישע קינדער וואס זאל זאגן דיעות צו זאכען וואס האט צו טאן מיט אמונה, חס וחלילה..! ווי קען עס זיין? דער אמת זעט מען ער איז דאך נישט מצליח! דארף מען דאך פארשטיין פארוואס? טאקע נישט ס'איז א גרויסע קשיא, ער איז ברויגז – גייט ער – איז ער גרייט צו צוברעכן און צו ברעכט אלעס, ווי ער איז נישט מצליח בין איך דאך נישט שולדיק, אבער זעט מען דאך טאקע אז ער איז ננישט מצליח פארוואס איז ער טאקע נישט מצליח, ווייל דעם, אזאנער קען נישט זיין א מנהיג, צו קענען זאגען וואס האט צו טאן אין אידישקייט וואס איז נוגע צו איסור און צו נישט. אזאנער – דער קען נישט – האט נישט קיין נאמנות! דער וועט אונז זזאגן. דער ווערט אונז פירען? שיין וועלן מיר אויס זעהן אז מ'וויל מיר אים לאזן אזוי!

בקיצור וועל איך זאגן, אזוי ווי מ'וועלמיר מסיים זיין די מסכתא, עס איז נישטא וואס צו רעדען, נישטא וואס צו רעדן, אינז פרעגן מיר אים נישט קיין דעות! אונז דארף מיר נישט זזאגן פאר קיינעם נישט! אונז דארף מיר אנגיין אונזער וועג! וואס איז געווען מ'גייט זיך אוועק אינגאנצען, נישט ענפערן אים! נישט טענה'ן מיט אים! נישט רעדן צו אים!

אונז דארף מיר אים נישט האבן צו גארנישט, אונז דארף מיר אים ננישט פרעגן קיין שאלות אפילו מ'האט אריינגעלייגט א נאדעל אין א פיפיק, גארנישט! פארטיק! דער איז נישט קיין בעל הוראה! ער האט נישט צו זאגן דעות! מ'דארף איהם נישט פרעגן גארנישט!

אונז דארף מיר וויסן ווער ער איז, ווער ס'איז ראוי פאר אונז, ער האט קיינמאהל נישט ליב געהאט דעם פעטער, דער פעטער ז"ל איז קראנק גאוורען איז ער געווען דער ראש פון די מורדים, איבערקערן אלעס אינגאנצען מהפך זיין הקערה, הקערה על פיה, און דעמאלטס ב"ה ס'איז מיר געלונגען, בעזר השי"ת אים איינצושטילען.

אבער ער דארף זיין פאר אונז מחוץ למחנה, איך וויל נישט מתווכח זיין מיט זיי, מ'דארף נישט פרעגן קיינעם, ס'איז קלאר אלעס ממש ווי דער טאג. אבער מ'דארף פון היינטמאל וויסן מ'האמיר נישט קיין שייכות מיט אים! אונז דארף מיר נישט צו ענטפערן! אונז דארף מיר נישט שרייבן! ס'אינטרעסירט מיך נישט וואס ער זאגט! זאל ער זאגן וואס ס'זאל זיין! אונז וועל מיר ווייטער אנגיין אויף דעם וואס אונז האב מיר מקובל פון אבות אבותינו אויפצוטאן פאר אידישע קינדער.

דער אייבישטער זאל אונז העלפען מיר זאל זוכה זיין צו גיין קעגן דעם גואל צדק בב"א.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

[center]דברות קודש
בשעת סעודת רעווא דרעוין פ' כי תשא תשנ"ה לפ"ק
[/center]

(אחר שהאריך בדרוש ואגדה) ...וועגן ר' אברהם לייטנער וויל איך זאגן פאר'ן ציבור – אז אזוי ווי קהל יישוב'ט זיך און זיי קומען נישט צו קיין החלטה, און איך מאך אי"ה חתונה און וויל זיין רואיג מיט'ן מצב, ע"כ וועל איך דא זאגן מיין דעת תורה און החלטה.

חכמינו ז"ל זאגן אברם הוא אברהם, אזוי ווי ביי אחשורוש, "הוא" ברשעו מתחלה עד סוף, ביי יעדן צדיק דארף מען גוט מתבונן זיין בצדקו, אזוי אויך דארף מען יעדן רשע מתבונן זיין ברשעו, טראכטן וואס ער האט געוואלט אויפטאן? פונקט ווי מ'דארף אריינטראכטן ביים צדיק דארף מען אריינטראכטן ביים רשע וואס זיין מחשבה תחלה איז געווען?

געוואלט מתיר זיין דעם גאנצן איסור! [על עקבי הצאן] פורץ גדר ישכנו נחש! א רעכטער פורץ גדר קעגן פריערדיגע וואס קטנם עבה ממתניו און ער איז א גרויסע בעל גאוה. ער איז געווען א שקרן כל ימיו! איך האב ב"ה נישט געהאט א שייכות קיינמאל מיט אים! דער פעטער ז"ל האט אים מרחק געווען, נישט געוואלט הערן פון אים כידוע! ברויכן מיר זיך אויך מרחק זיין פון אים כמטחוי קשת! קהל דארף זען תיכף ומיד גומר צו זיין. צו וועט ער האבן אויפגעטאן אסאך צו נישט, איז אונז נישט קיין נפקא מיניה, דער עיקר איז אז מ'דארף אים פורש און מפריש זיין פון אונז! נישט האבן קיין שייכות מיט אים, מיט די קינדער, און קינד'ס קינדער!

הלכה ברורה אז מען טאר אים נישט הערן! זיין הוראה איז אסור! מ'טאר ננישט דאווענען מיט זיין מנין! מ'טאר אים נישט מצרף זיין צו מנין! דאס זאג איך פאר די אידן וואס האבן שייכות מיט אונזער קהלה, אז חלילה וחס אריינצוגיין און זיין בית מדרש! און אפילו זיינע קינדער זענען אויך אסור! און ווער ס'גייט אריין אין זיין בית מדרש וויל איך נישט ער זאל האבן עפעס שייכות צו אונז! א מלמד וויל איך נישט ער זאל לערנען מיט אונזערע קינדער! איז ער א שוחט איז שחיטתו אסור! צו קיין שום דבר שבקדושה קאן מען נישט מצרף זיין דער וואס גייט צו אים אריין אדער וואס האט מיט אים שייכות!

איך פארלאנג קהל זאל ארויסגעבן אומר ועושה אזא פסק. מ'דארף נישט קיין זיצונג אויף דעם, איך וועל נישט דולדען די גאנצע זאך. איך גיב דא איבער פאר קהל אז זיי זענען מחויב צו פסק'נען להלכה אז ער איז מובדל און מופרש פון אונז.

ס'איז קיין ספק אז אסאך אזעלכע רשעים ווי ער וועלן אונז קיין חוט השערה נישט קענען שלעכטס טאן! דער אייבירשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין בקרוב אקעגן צו גיין משיח צדקינו בב"א.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ער האט דאך שוין געזאגט בעסער ווי דער פעטער זכורנו לברכה
:lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

עיקר שכחתי

פארוואס זאג איך עס אייך?

אז איר זאלט וויסן!
פארדריי די דיר דיין קאפ
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

גראדע זע איך דא די תמימות און ישרות פונעם ברך משה. יעדער מיט אביסל סאשעל סקילס און אייגענע אינטערעסן וואלט קיינמאל נישט געגאנגען אזוי שארף ווייל עס קען גאר צוריקבעקפייערן. ער האט זיך אנגעקוקט ווי א רב אינדערהיים וואס דארף האלטן ארדענונג אין שטאט. ער האט קיינמאל נישט פארשטאנען די אגענדעס און מיינד סעט פון די ווייצידקאסךס און אויגן קראצער, ביי אים אין אויגן זענען זיי געווען סתם טראבל מעיקער און וואס זענען א סכנה פאר די מענטשהייט.
ובכן, איז ער ארויס געגאנגען בכל התוקף גארנישט ווייניגער ווי קעגן איינעם וואס וואלט געוואלט אונטער ברענגען א קהילה אויף סיי וועלכע אנדערע וועג.
למעשה האט עס נישט געארבעט למחצה ולשליש ווייל ביי אים איז רבי אברהם געווען סתם א שוואנץ וועמען דער רבי האט געגעבן איבערצוקוקן די ענגלישע ביכער פאר תמונות תועבות (דער רבי האט אים קיינמאל נישט געטראסט מיט א נארמאלע עמטליכע פאזיציע וויסנדיג ער איז א רעבעל און געווארענע זענען ערגער ווי געבארענע) משא'כ דער כלל עולם האט אים יא אנגעקוקט ווי א לעגיטימע רב און ביי די שווארצע שפיגל ברעכער איז ער גאר געווען פאררעכנט ווי א גדול.
אלנפאלס, געשטארבן איז רבי אברהם ווי א העלד, מיט א לוי' ווי א פוסק, צום פארדאנקען זיין דינען די זאלי פראקציע, און ווייל נאך אלעמען איז ער געווען אן ערנסטע מענטש.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

קענסט צולייגן: און די ברך משה איז געשטארבן אן קיין איין חסיד

ס'מיר געפאלן ווי ער זאגט אז מ'זעהט אז ר' אברהם איז נישט מצליח איז א סימן אז ער קען נישט זיין קיין מנהיג. וויל איך וויסן וואסארא גרויסע הצלחה די ברך האט געהאט אלץ סיגוטע רב. שפעטער האט ער איבערגענומען א פערטיגע מלוכה, אבער ווילאנג ער האט אליינס פראבירט האט ער נישט אויסגעקוקט בעסער ווי ר' אברהם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דריידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארדריי די דיר דיין קאפ
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

נישט ממש. סדא טויזנטער חסידים. ספעציעל ביי די ארונים און גענוג און נאך ביי די זאליס.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

די ארונים האבן געווארט פאר זיין טויט. ער איז געווען א ליצנות ביי זיי (איך רעד איבער די לעצטע 5 יאר פון זיין לעבן).

וויפול מענטשן קענסטי וואס האבן געגעבן א נאמען נאך אים?
פארדריי די דיר דיין קאפ
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך קען גראדע איינעם. ר' הירצקא צוויבל.
אבער כבין זיכער סדא נאך.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

דריידל האט געשריבן:די ארונים האבן געווארט פאר זיין טויט. ער איז געווען א ליצנות ביי זיי (איך רעד איבער די לעצטע 5 יאר פון זיין לעבן).

וויפול מענטשן קענסטי וואס האבן געגעבן א נאמען נאך אים?

א ליצנות? ס'איז געווען נעבעך א ווייטאג מלך אסור ברהטים
א נאמען נאך אים? איך קען גאר אסאך, איך האב עטליכע נעפיוס וואס הייסן 'משה' נאך אים.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

איך בין נבהל ונשתומם. אזוי צו רעדן קעגן א משפחה אידן? טאטע און קינדער?
בין איך פשוט נאאיו? אנדערע רבי'ס רעדן אויך אזוי?
אויף וויפיל איך ווייס איז דעי מחלוקה בכלל נישט געווען א אידישקייט זאך מצד די ברך משה. ער האט זיך פשוט געשפירט בעוולה'ט, האט ער גוט באזידלט זיין קעגנער. אבער אזוי צו רעדן?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:איך בין נבהל ונשתומם. אזוי צו רעדן קעגן א משפחה אידן? טאטע און קינדער?
בין איך פשוט נאאיו? אנדערע רבי'ס רעדן אויך אזוי?
אויף וויפיל איך ווייס איז דעי מחלוקה בכלל נישט געווען א אידישקייט זאך מצד די ברך משה. ער האט זיך פשוט געשפירט בעוולה'ט, האט ער גוט באזידלט זיין קעגנער. אבער אזוי צו רעדן?

פאר די טעיפ עפאכע האבן אסאך רבי'ס גערעדט אזוי און נאך ערגער אויך, שאל אביך ויגידך זקינך ויאמרו לך, די דיפלאמטישקייט איז א אמעריקאנע פרי, די אמאליגע רבנים האבן געזאגט וואס זיי האבן צו זאגן, פארגעס נישט דא איז געווען פורים אויך כטוב לב המלך ביין האט ער גערעדט מער ווי געווענליך, ניכטערהייט וואלט ער מן הסתם אזוי נישט גערעדט, צו ס'איז געווען אידישקייט דאס זאלן אנדערע אפמאכן, צד בני יואל האלט אז ס'איז געווען א אידישקייט פראבלעם, סקול דיסטריקט כפירה ומינות ר"ל, און די רבי האט זיי געהענדלט ווי א אידישקייט פראבלעם, ווידער חסידי ברך משה האלטן אז מצד בני יואל איז עס פשוט געווען א פאוער פראבלעם, זיי האבן אים געוואלט באגראבן און שטעלן פיסלעך און ענג מאכן

פרעג איך אייך, איז די פרשת סקול דיסטריקט געווען א אידישקייט פראבלעם? בו בזמן ווען רוב אוסרים האבן נעבעך געהאט אייניקלעך דארט נאך בימים ההם
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אלע סאטמארע רביס האבען געהאט א לויז צינגל ,עס נעמט נישט אוועק פון זייער גרויסקייט/קליינקייט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

היינט ווען טייל נטורי קרתא קענען פאדערן צו רצחענען אידישע נפשות, איז דא טייל חסידים וואס האלטען אז די נקודה פון זייער איבערגעטריבענע קנאות און פרומקייט, דאס האט געשטערט דעם ברך משה זי''ע, און האט דעס געוואלט באקעמפן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א אמתע מעשה
איך בין געוועהן אמאל ביי א חופה וואס דער ברך משה ז״ל איז געוועהן מסדר קידושין און אזוי שטייענדיג מיט מיין גאנצע תמימות סמוך ונראה פונעם צדיק קומען צו גיין אומגעראכטען צוויי יונגע בחור'לעך (לייען : צולאזטע חיות) אונטער מיר און מיר געגעבן א געזינטע שטיפ אריין אינעם רבי'ן אריין אזש אז איך בין געפלויגן מיטן רבי׳ן אינאיינעם מיט נעמענדיג רוב כוס פונעם בעכער (שיעור חזון איש ) וואס האט שטייצעך אנגעמאכט א טומל אין א געראַש דער רבי האט זיך שטארק צו בייזערט און מיך באשריגן ווי א סוטה אינמיטן חופה ׃ וואס שטופסטע??? וואס שטופסטע וואס ???
נאכן חופה בין איך צו געגאנגען צו אים און זיך אנטשולדיגט פאר אים און אים פראבירט מסביר צו זיין אז איך בין דא ממש אומשולדיג און איך בין נאר געוועהן א קרבן פון צילאזטע יונגען וואס האבן מיך מיטן רבי׳ן צוזאמען אנגעמאכט אומזוסט׳יגע בושות ביי א אייגענע משפחה שמחה אבער ער האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט און ס׳האט נישט אויסגעקוקט ווי ער איז בכלל נייגעריג וואס איך האב צו זאגן

איך בין אים דן לכף זכות אפילו ס׳האט מיך שטארק געבאדערט בשעת מעשה אז ער האט מיך נישט געוואלט אויסהערן אבער מ'האט געקענט זעהן זיין תמימות און פשטות אזוי ווי הרב כוכב שרייבט פריער, ער האט פשוט נישט פארשטאנען וואס מ׳וויל פון אים האבן און וואס טויג די שטיפעריי
די צוויי בחורים האבן געמאכט פליטה שטייטצעך און איך זוך זיי נאך עד היום הזה
איך בין נישט קיין סאטמערער און אויך נישט קיין קעגענער נאר פארוואס דען פארצייל איך אייך דעי מעשה
אויף דעם איז דער תירוץ׃ ווייל איך וויל איר זאלט וויסן (קרעדיט ׃ מרן הברך משה זצ״ל)
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

זייער אינטערעסאנט [tag]שבת אחים[/tag], און ס'שטייט אים נישט גוט, ער איז נישט געווען דער סארט זיך צו רעגן ווען איינער שטופט אים (ווען מ'שטופט יענעם יא, אבער נישט ווען מ'שטופט אים) אפשר שרייבסטו וועלכע יאר דאס איז געווען, און ווי אלט דו ביסט געווען, די צוויי פאקטן קענען אפשר אביסל אויסקלארן די מעשה
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בערך 23 יאהר צוריק איך בין דעמאלסט געוועהן א פרישער יונגערמאן נאך מיין חתונה
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

טאקע אינטערעסאנט, איך בין געווען זיכער ס'איז געווען מער שפעטער אין די עלטערע יארן, ווי געזאגט ס'עכט נישט געווען זיין טייפ, שוין, לאמיך רעדן ווי א חסיד, זיכער האט ער געזען עפעס א קטרוג אויף דיר און מיט די געשריי האט ער עס אראפגענומען פון דיר...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אלעס איז מעגליך ! כהאב עס אנגענומען באהבה...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

אין איין ווארט, ער איז נישט געווען פאר די JOB . אין COPORATE WORLD וואלט ער נישט אנגעהאלטען איין טאג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום outspoken, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

די דרשה בכתב ברענגט נישט ארויס דעם גאנצן בילד, די שטימונג דארט איז געווען לויזע הוללות (אנדערע וועלן זאגן בגילופין), אויפ׳ן טעיפ קען מען הערן ווי דער עולם קאטשקעט זיך פאר געלעכטער, א חלק פון שאק, א חלק פון הנאה, אבער ווער ס׳איז דארט געווען פערזענליך האט זוכה געווען צו זעהן ווי ער צייגט מיט די הענט און מאלט אויס די ברוסטקאסטן פונעם מדוברת, וכו׳, אשרי עין ראתה.

יש אומרים אז דעמאלט האט זיך אנגעהויבן ארויסצוצייגן שנחלשה דעתו של אותו זקן, ויש אומרים ער האט בלויז געהאט א שוואכע מינוט און ער האט זיך געשפירט באקוועם מיט די ארומיגע זייענדיג בביתו נאוה קדשו.

שאולזאן האט זיך צושמירט די הענט פון דעם און געהאט סחורה פאר א לאנגע צייט.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:די דרשה בכתב ברענגט נישט ארויס דעם גאנצן בילד, די שטימונג דארט איז געווען לויזע הוללות (אנדערע וועלן זאגן בגילופין), אויפ׳ן טעיפ קען מען הערן ווי דער עולם קאטשקעט זיך פאר געלעכטער, א חלק פון שאק, א חלק פון הנאה,


אבער די רדיפות אקעגן די וואס זענען געגאנגען צו ר' אברהם איז שוין גארנישט געווען קיין לויזע הוללות אדער בגילופין.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

אנטשולדיגט פאר אריינשניידן אין א פאליטישער אשכול פון וועלכע איך שטיי שטענדיג אוועק מיט א צען פיסיגן שטאנג.

ס'קוועטשט מיך אבער פארוואס ס'פעלט אויס צו מעלה גרה'נענען א געשפענץ פון אידן וואס זענען שוין לאנג נישט אויף אונזער פלאנעט, אידן וועלכע פארברענגען שוין אין שאטן פון די גן עדן בלעטער, דאס איז נישט קיין כבוד אדער טובה פאר'ן נשמה פון דעם בעל דרשן זצ"ל, ס'איז זיכער אז ער האט נישט קיין הנאה דארט אויבן פון דעם אשכול, חכמים הזהרו שלא תחובו.

ובזה יצאתי ידי שניהם..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
פארשפארט