לריח ניחוח לה'
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
לריח ניחוח לה'
שטייט פון רבי צדוק אז מוויל קוקן אויף די שורש פון א זאך זאל מען זען וואו עס ווערט די ערשטע מאל דערמאנט אין דער תורה.
געווען איז עס נאך די מבול, די וועלט איז געווען אין זייער א שווערער מצב, דער אויבערשטער האט חרטה געהאט אויף די יצירה און אויפן מבול, די וועלט האט געענדלט צו דער מצב פון תהו ובהו, און דאן האט דער אויבערשטער געטראפן זיין טרייסט אין זיידן ר' נח.
מיט זיין גאטספארכטיגן אויפפירונג האט ער געברענגט א נחת רוח פארן אויבערשטן, ווי דער פסוק זאגט (בראשית ח, כא) וירח ה' את ריח הניחח, ויאמר ה' לא אוסיף לקלל עוד, די גוטע שמעק פאר'ן בורא האט פארזיכערט דאס ווייטערדיגע יקום פון דער בריאה, און אט דאן איז דאס ערשטע מאל וואס שמעקעדיג ווערט דערמאנט אין די תורה.
כבימים ההם בזמן הזה, אין א צייט וואס סאיז פינסטער, די וועלט איז געשלאגן מיט אזויפיל שלעכטס, מיט אזויפיל פראבלעמען, צומאל דערמאנט זיך דער אימרא נאו האופ פאר די יומען רעיס, סוויל זיך איינרעדן אז סאיז נישט דא קיין האפענונג פאר די מענטשהייט, איז בא שמעקעדיג וסתרו על פיו.
מורינו רבי שמעקעדיג דו מיט דיין מדות טובות, מיט דיין שכל הישר מיט דיין טוב עין, מיט דיין פאזיטיווקייט, מיט דיין ישרות, מיט דיין חכמה, ביזטו די האופ פאר די יומען רעיס, דו ברענגסט האופ, דו ביזט דער ריח ניחוח לה' אין אונזער מבול.
על דעת המקום, על דעת הקהל, בישיבה של מעלה בישיבה של מטה, טון מיר וואונטשן א פייערדיגן מזל טוב למכבדוני הרב הגאון החכם שמעקעדיג לרגל זיין דערגרייכונג צו 9 טויזנט תגובות.
עס איז אונזער יו"ט, כי חג ה' לנו, ווען מיט יעדע תגובה באלייכסטו אונזער האריזאנט, און ברענגסט אור צו דער ענדע פונעם טונעל, און מיר טוען אייך מכיר טובה זיין דערויף.
צעיר אני לימים, אבער א גאסט אויף א ווייל זעט אמאל ואולי לא באתי אלא בשביל שמעקעדיג וחכמתו טובו וחסדו דיינו.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך גיי דא בלי"נ שיסן צוויי פייגלעך מיט איין שאס. קודם, א ייש"כ און א מזל טוב און א שהחיינו וקימנו והגיענו הלילה הזה לאכול בו מצה ומרור ו900 תגובות, געזינטערהייט. כן ה' אלוקינו הגיענו למועדים ולרגלים אחרים. שמעקעדיג. א יעדעס ווארט וואס כוכב האט געזאגט איז אמת ויציב. דאס איז נאר מקצת שבחו בפניו. ווייל אין אמת'ן א חוץ די אלע מעלות שמנו חכמים. מאן חכמים? חכמי הקאווע שטיבל, האסטו נאך א מעלה. דו ביסט אן עניו אויכעט. ובחדא מחתא, עמיר געיבן א יישר כח פאר דעים מייסטערהאפטן ספרא רבה, ספרא וסייפא. ה"ה אחד מז' כוכבי לכת. נאר איין קליינע בקשה האביך צו דיר. אפילו דו ביסט פון די ז' כוכבי לכת, זאלסטו דאך נישט אוועקגיין פון קאווע שטיבל און אינז איבערלאזן לאנחות. ווייל דאמאלס 'עט מען שוין מיזן אויסלעשן די לייטס אין ק"ש, ח"ו....

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כוכב האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז מ'ריקט שוין אין הימל די בענק פאר דער גרויסער מאורע ווען שמעקעדיג וועט געקרוינט ווערן אלס שר רבבה.
נאך האבן צדיקים געזאגט. אז מ'נייט שוין די זשיפיצעס צו די גרויסע חתונה....

רעדנדיג פון צדיקים און פון זשיפיצעס, איז מיר אריינגעפלויגן אין זכרון א מימרא פון א וואוילן איד.
ס'איז געוועין פאר א חתונה פון א געוויסע חשוב'ע משפחה וואס דער עלטער זיידע איז נאך געוועין א גימל ניען ווייס. ער האט נאך בא-גאמוועט דעם ייטב לב. (מעשה שהיה, מיט א ספר. ואכמ"ל). און די אייניקלעך גייען ב"ה בדרכי אבותם. האטציך דער איד אנגערופן. "אינז ווייסן דאך אז די אבות הק' קומען אראפ צו די חופה. דארף מען זיך טאקע האלטן די טאשן"...

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
אנגעהויבן האט זיך עס נאך אין די סליחות טעג מיט א שטארקע קבלה להבא, נישט צו שטיבלען אזוי סאך. די רעדוקציע האט זיך שטארק אנגעזעהן אין די פריע טעג פון די קבלה. די קלימאקס איז געווען צווישן יום כיפור און סוכות. אלץ ראשון לחשבון עוונות האט זיך די ריח ניחוח טראגיש און גענצליך אפגעטוהן פונעם שטיבל. מיט א תירוץ פון אהבת ישראל איז ער צוריקגעקומען לייקן ווי קיינמאל ביפאר. עס איז צו האפן אז מ'זאל אים בקרוב אויך קענען ווייזן די אהבת ישראל. סטעי טונד!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: לריח ניחוח לה'
עטס קענטס נאך שלאפן רואיג, ביז שמעקעדיגס 15000.
כמיין צו זאגן כאפטס דעם ערב שבת שלאף, צו זיין אויסגערוהט אויף די חגיגה.
כמיין צו זאגן כאפטס דעם ערב שבת שלאף, צו זיין אויסגערוהט אויף די חגיגה.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: לריח ניחוח לה'
לשאלת הרבים איך רעד פון תגובות נישט פון לייקס, עס איז גאנץ נאנט דערצו.
ולידיעה בעלמא שמעקעדיג, שש אין דיינע שוך, חוץ וואס ער וואלט עס נישט אויסגעפוצט געהעריג, וואלט ער שוין לאנג געהאט מער ווי 15000 תגובות