גזירת הגלות
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
גזירת הגלות
אין אן אנדערען אשכול האט [tag]גאנצל[/tag] געפרעגט וואס איז פשוט פשט אין 'גזירת הגלות'.
איז לאז מיך אייך זאגן, איך בין נישט קיין אפוטרופוס פאר'ן מהר"ל, אדער סיי וועלכער ספר אגדה ודרוש, וואס זייערע ווערטער קען מען פארשטיין בע' פנים, איך וועל נאר ארויסברענגען וואס דעתי העני' פארשטייט ע"פ קאמאן סענס און ע"פ פסקי הרמב"ם והשו"ע.
דער באשעפעניש 'גזירת הגלות' איז א געוויסע 'מציאות', א געוויסע 'מצב', די סטאטוס פון די רילעישאנשיפ פון דעם אייבערשטן צו זיין פאלק און ווייס ווערסא.
אין נביא רשאי לחדש דבר מעתה, גזירת הגלות איז נישט קיין 'דין' אדער 'חלות', און ממילא ברענגט עס נישט מיט זיך קיין שום טרוקענע חיובים אדער איסורים מעשיים, עס איז נישט דא א סימן אין שו"ע 'הלכות גזירת הגלות' וואו דער מחבר זאל רעכענן וואס מען דארף און טאר נישט טוהן מכח דעם דין, און פארדעם איז נישט דא קיין שום הלכה וואס איז נישט נוהג בזמן הזה אלס א דירעקטע תוצאה פונעם דין גלות, אלעס מוז האבן א זייטיגע סיבה: מיר האבן נישט קיין אפר פרה, אין רוב יושבי' עלי' וכו' וכו'.
א. עס וועט קיין שום פראקטישע פעולה נישט משפיע זיין צו מיר זענען אין גלות אדער נישט, מיר זענען אין גלות ווייל עס איז עלה ברצונו הפשוט מסתיר צו זיין זיין פנים פון אידן, ער האט גוזר געווען [במחשבתו] אז עס זאל נישט זיין קיין גילוי אלוקות וכו' וכו'.
ב. אז אידן האבן זיך צוזאמען גענומען צו וואוינען אין זייער לאנד, וואס איז זייער'ס ע"פ תורה, די בעלות האט מען קיינמאהל נישט אויפגעגעבן אדער צוגענומען [און אויב האט מען עס פארלוירן ע"י כיבוש, האט מען עס צוריקבאקומען ע"י כיבוש... ובפרט אז די ענגלענדער האבן מסכים געווען צו א מדינה פאר אידן] און זיי שטעלן אוועק אידן מיט כלי זיין אכטונג צו געבן על שלום הארץ ויושבי', טוהן זיי נישט מער ווי מקיים זיין דעם פסק פון מחבר [או"ח סי' שכ"ט] אז מען דארף מחלל שבת זיין און ארויסגיין בכלי זיין צו באשיצן גרעניץ שטעט פון א אידישע יישוב, דאס איז אפי' ווען עס זאל זיין אין אוגאנדא, ולא תהא כהנת כפונדקית?
ג. כאמור, מאכט עס נישט מער אדער ווייניגער די סטאטוס פון גלות, אפשר א גאולה פרטית טוהט מען יא אויף, אבער די גאולה הכללית בהתגלות אלוקותו ית' [וואס אויף דעם האט ער גוזר געווען] ווערט נישט נשתנה מיט פראקטישקייטן.
ד. ענד קווייט פרענקלי איז עס גאנץ א גראבע מהלך המחשבה צו טראכטן אז דאס איז גלות וגאולה, צו מען זיצט אין ברוקלין מיט די נ. י. פ. ד. אדער אין ישראל מיט צה"ל.
ה. אויב האט איהר א געפילישע פראבלעם אז כלומר'שט גייט דאס קעגן דעם רוח פון גלות, וועל איך אייך זאגן אז בעיניי איז זיצן אין א מיליאן דאלער'דיגע דירה מיט א שיינע האנדא און עסן סטעיק יעדע שני וחמישי ווייניגער גלות [לשיטתם בהבנת ענין הגלות] ווי וואוינען אין א כאטקע אין גליל און אקערן די פעלדער.
ו. עס איז נישט דא קיין שום ענין זיך צוצוכאפן צום 'גזירת הגלות', עס איז א געוויסע מצב וואס ווען מען שפירט עס ברוחניות – וכתוצאה – בגשמיות, 'ווייסט' מען בדרך ממילא אז אט דאס איז וואס דער אייבערשטער האט גוזר געווען.
פאר זיבעציג יאהר צוריק איז געווען גזירת אוישוויץ, עס איז עלה ברצונו הפשוט אז מיין זיידע זאל זיצן כו"כ יאהר אין אוישוויץ, מיר דאכט זיך אבער אז ווען ער האט געהאט די ברירה צו אנטלויפן פון דארט האט ער עס גערן געכאפט און נאך געהארגעט א נאצי צו די זייט אויך, עס איז איהם נישט איינגעפאלן זיך מער איינצוגראבן אין די טינופת פון גזירת אוישוויץ כאותו דבר אחר.
ומהאי טעמא האט ער נישט מוותר געווען אויף זיין ריעל עסטעיט אין ווארשא, אפי' גזירת אוישוויץ האט איהם פארטריבן פון דארט פאר פינעף יאהר.
ז. פארדעם פסק'ענט דער רמב"ם [פי"א מהל' מלכים] 'ואם יעמוד מלך מבית דוד וכו' אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו וכו' הרי זה משיח בודאי, ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו', קיין פראבלעם פון גזירת הגלות האט ער נישט, און פארדעם אויב איז געווען א אידישע מלכות כוזר האבן זיי אויך נישט געהאט די פראבלעם.
כל האמור לעיל איז אהן ציונות, צו די [פרומע] ציונים זענען גערעכט געווען למחצה לשליש ולרביע ווייס איך נישט, אבער כל הנ"ל דארף נישט צוקומען צו די שיטת הציונים.
באמת האב איך נישט געפלאנט אויף אן אשכול, נאר אזוי ווי אינעם אשכול הנ"ל איז מען שטארק מקפיד אויף פארדרייען לייג איך עס אהער, איך נעם זיך אבער נישט אונטער אז איך וועל קענען אלעס פארענטפערן.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
זייער שיין. איך פערזענליך בין מסכים מיט דיין שיטה, נאר אזוי ווי דאס איז נישט קיין נייע שאלה, כבר דשו בה רבים, ויואל משה, בעיות הזמן, מ. כשר, ר' י. ד. סאלאווייטשיק, ליובאוויטש, רב שך, בעלז, ועוד. כל אחד ואחד לפי שיטתו, איז נישט מער ווי רעכט זאלסט קלאר שטעלן ווי וועם די האלסט, אדער אפשר איז עס אן אייגענע שיטה?
דיין סגנון הכתב, שיינט די ענליכסטע צו ליובאוויטש, אבער אויב איז דאס טאקע אזוי, דארפסטו יא נעמען א שטעלונג אין ציונות. וואס איז שלעכט דערמיט אז ליובאוויטש איגנארירט עס, אויב עקזיסטירט נישט קיין גזירת הגלות, דאן וואס איז שלעכט מיט די מזרחי.

- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
שכוח פאר׳ן עפענען די אשכול. אויב מען רעדט שוין װעגן װעגן זיך פארטײדיגען קען אײנער מיר זאגן דא
אדער עפענען א נײע אשכול װעגן די איסור(?) פון זיך פארטײדיגען מיט געװער? ערגעץ איז עס געװען אמאל
באשריבען אין אײנע פון די סאטמערע צײטונגען אבער ס׳איז געגאנגען פארשטײט זיך מיט די איד/בלאט
מהלך. איך רעד ספעציפיש נישט װעגן די מדינה נאר לגבי אידן װאס האבן זיך פארטײדיגט מיט געװער
אנקעגן די בלוט דורשטיגע קריסטן בײ א פאגראם למשל. כמעט איעדעס מאל װאס ס׳װערט באשריבען
ברענגט די שרײבער ארויס װי אסור ס׳איז פאר א איד צו נעמען געװער אין די האנט און זיך נישט לאזן
װערן געשחטן פאר די באשעפער. איך װאלט גװאלט װיסן די מקור אויף דעם, הלכות אדער עפעס װאס
זאל בארעכטיגען אזא מין מהלך. און ביטע ברענג נישט כוחי ועוצם ידי איך מײן נישט דעס.

.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
שמערל האט געשריבן:דיין סגנון הכתב, שיינט די ענליכסטע צו ליובאוויטש
לכאורה, הגם דעתי נוטה אז רוב האבן אזוי געהאלטן נאר מסיבות טכניים איז עס אין ליובאוויטש מער ארויסגעברענגט געווארן.
שמערל האט געשריבן:אויב עקזיסטירט נישט קיין גזירת הגלות, דאן וואס איז שלעכט מיט די מזרחי.
איך ווייס נישט אויב עס איז עפעס שלעכט, אבער עס דאכציך מיר אז זיי ווילן מיט די מדינה אן אתחלתא דגאולה אויף די אמת'ע מושג פון גלות.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
- האט שוין געלייקט: 868 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
די זאגסט זייער גוט פון א מחשבה'דיגע שטאנדפונקט, אבער היסטאריש גערעדט איז שוין קיין התגלות נישט געועון אסאך יארן פארן חורבן הבית. עס איז שוין נישט געווען קיין נבואה און מען האט מזלזל געווען אין בית המקדש. בעצם אפילו פאר דעם, התגלות אלקית איז נישט געווען טויזנטער יארן בהמשך און דערנאך טויזנטער יארן נפסק, עס איז געווען א יאר ארויף און א יאר אראפ, איין געגנט איז יא געווען השראה און איין געגנט נישט והכל לפי המבקש והדורש. ווי דער רמבם זאגט אז כל מי שנדבה לבו איז זוכה צו נבואה און דביקות בכל מקום ובכל זמן, סיי אידן און סיי גויים. אויב גלות מיינט נישט די נישט זיין אין ארץ ישראל מיט א בית מקדש על גבי הר הבית, איז נישט אמאל געווען גאולה'דיג און היינט גלות'דיג, נאר עס איז געווען אזוי און אזוי הין און צוריק.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
petergrifin האט געשריבן:שכוח פאר׳ן עפענען די אשכול. אויב מען רעדט שוין װעגן װעגן זיך פארטײדיגען קען אײנער מיר זאגן דא
אדער עפענען א נײע אשכול װעגן די איסור(?) פון זיך פארטײדיגען מיט געװער? ערגעץ איז עס געװען אמאל
באשריבען אין אײנע פון די סאטמערע צײטונגען אבער ס׳איז געגאנגען פארשטײט זיך מיט די איד/בלאט
מהלך. איך רעד ספעציפיש נישט װעגן די מדינה נאר לגבי אידן װאס האבן זיך פארטײדיגט מיט געװער
אנקעגן די בלוט דורשטיגע קריסטן בײ א פאגראם למשל. כמעט איעדעס מאל װאס ס׳װערט באשריבען
ברענגט די שרײבער ארויס װי אסור ס׳איז פאר א איד צו נעמען געװער אין די האנט און זיך נישט לאזן
װערן געשחטן פאר די באשעפער. איך װאלט גװאלט װיסן די מקור אויף דעם, הלכות אדער עפעס װאס
זאל בארעכטיגען אזא מין מהלך. און ביטע ברענג נישט כוחי ועוצם ידי איך מײן נישט דעס.
הבא להרגך השכם להרגו?
אגב, ס'איז מיר א חידוש אז דו נעמסט אן פאר א פשטות אז מען דארף בכלל א הלכה זאל בארעכטיגן אזא מהלך, ענדערש דארף מען א הלכה פארקערט. און כפי מיטב ידיעתי איז אזוינס נישט פארהאן.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:46 pm
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל
א גרויסן ישכ״ח פאר ונבנתה פאר׳ן אנהייבן מבאר זיין , דעים ענין.
עס איז זייער וויכטיג עס וואלט זייער ראטזאם גיווען ווען איינער קאן ווען אראף ברענגען די גאנצע לשון הרמב״ם פון הלכות מלכים י״א.
אין אדרבה ווער עס קען זאל מבאר זיין די אנדערע שיטה אין לאמיר זעען צי דאס גייט אינאיינעם מיט׳ן רמב״ם.
דעים ענין וואס מ׳האט דא דערמאנט אז א איד זאל נישט טארן האבן כלי זיין , בזמן הגלות עיין בגמר׳. עירובין דף מה. בסוגיא חוזרין כלי זיין במקומן וכול׳ , ״בבל כעיר הסמוכה לספר״ רעדט מען קלאר אין גלות ע״ש אין אזוי ווי יאיר האט שוין ארויסגעברענגט.

- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
זייער שיין געשריבן, אבער איין זאך וויל איך אנדערש ארויסברענגען, איינע פון די טענות אקעגן מדינת ישראל איז אז זייער ציל איז געווען " כְּכָל הַגּוֹיִם בֵּית יְהוּדָה" און דאס איז קעגן די תורה וואס זאגט "הֶן עָם לְבָדָד יִשְׁכֹּן וּבַגּוֹיִם לֹא יִתְחַשָּׁב". וויל איך קלאר שטעלן אז דאס איז אן עמיראצות, וויל ווען ס'קומט צו שטעלן א קעניג זאגט די תורה אז ווען די אידן וועלן זאגן "אָשִׂימָה עָלַי מֶלֶךְ כְּכָל הַגּוֹיִם אֲשֶׁר סְבִיבֹתָי" איז דאס נישט קיין שום פראבלעם, נאר אדרבה א מצוה גאר.
לגבי די אפטייטש פון גלות וגאולה מיין איך אז ס'מיינט פשוט "גלות"=עקירה מארץ "גאולה"=הפסקת שעבוד. און ס'האט גארנישט מיט הסתר וגילוי פון אלוקות, נאר די חורבן הבית האט מיט הסתר וגילוי פון אלוקות. יעצט יציאה מגלות האט גארנישט מיט גאולה, ווייל מ'קען וואוינען אינדערהיים און זיין משועבד, די זעלבע איז פארקערט אויך מ'קען זיין אין גלות אבער האבן א גאולה, ווי ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים -מ'איז אויסגעלייזט געווארן אבער מ'איז נאכנישט אנגעקומען אהיים.
יעצט קען מען מאכן אזא תמצית במצרים -גלות - שעובד - הסתר
במדבר -גלות - גאולה - גילוי
בארץ ישראל -בארצינו - גאולה - גילוי
בבבל -גלות - שעובד - הסתר
בזמן בית שני -בארצינו - שעובד - גילוי
בזה"ז - בארצינו - גאולה - הסתר
בנוגע זיך אליינס אויסלייזן, וויל איך פארשטיין די טענה אז מ'טאר נישט אליינס, און נאר די אויבערשטער וועט אונז אויסלייזן. פארוואס ביי די גזירת הגלות האט מען עס מקבל געווען, אפילו ס'געווען בדרך הטבע?? פארוואס האט מען נישט געזאגט אז מ'דארף ווארטן אויף א ווינט וואס זאל אונז אריינבלאזן אין גלות???? אלא מאי? אז מ'גלייבט אין השגחה פרטית דארף מען נישט זעהן נסים על טבעיים צו קענען גלייבן אז מאת ה' היתה זאת, וא"כ פארוואס ביי די גאולה ווארטן יא די סאטמערע צו זעהן מיט עיני בשר די השגחה עליונה?? גלייבן זיי נישט אז די גאנצע טבע ווערט אויך נאר געפירט דורך אים??
בנוגע הסתר וגילוי= ביהמ"ק ווענד זיך עס אויכעט נאר אין אונז, און מ'טאר נישט ווארטן ביז די אייבערשטער וועט עפעס טוהן צו דעם. אזויווי ער האט אונז מצווה געווען אויף בנין ביהמ"ק.

איינער ווייסט אפשר פארוואס ווען שומרים מקל'ן אן א גוי די ביינער איז דאס נישט קיין התגרות באומות? און פארוואס ווען קרית יואל מאכט זיך אן אויטאנאמיע און רייסט נאך אוועק גאווערמענט געלטער פון זייערע שכנים איז דאס נישט קיין עקירת גזירת הגלות און עליה בחומה און יהרג ואל יעבור און אלע מיני שמות נרדפים וואס ליגן ביים בעל ויואל משה אויפ'ן צינג?
האדם לא נברא אלא להתענג
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
שוין פון אלס קינד וואס ס'האט מיך געבאדערט די סתירה פון למשל הבא להרגך השכם להרגך און די התנגדות וואס ערליכע אידן האבן געהאט צו די פארטיזאנען. וואו איז די בארדער ליין? מחלק צו זיין צווישן א דעפענסיווע פון א ברי און א אפענסיווע צו א שמא, (עכ"פ אויף דיין אייגענע לעבן) האט נישט געמאכט קיין סענס וויבאלד די זעלבע שכל וואס זאגט אז מ'טאר נישט גיין אנטקעגן גאט'ס גזירה זאגט דאך אויך אז א ווען ווייס איך אז ס'איז א גזירה פון גאט? אויב איז עס א ברי, אז למשל די דייטש שטייט העכער דיין קאפ מיט א האק, און ס'איז נאכדערצו דיין אייגענע לעבן (טאקע דיר וויל דער באשעפער ממיתן, ואין חבוש..) דעמאלט'ס טארסטו נישט בעטן דעם דייטש זאל דיר בעסער אנווייזן וואו צו גראבן און אזוי אים איבערקלוגן און אים ממיתן. אבער ווען ס'איז נאר א שמא, און ס'איז צו ראטעווען אנדערע אידנ'ס לעבן, ווי אין פאל פון די פארטיזאנען, זאלסטו יא מעגן.?!
שיינע פורים תורה?
שיינע פורים תורה?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
עס איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז ערליכע אידן זענען געווען אקעגן די פארטיזאנער. איבער ר' מנחם זעמבא'ס דעה איז נאך עד היום חלוקות הדיעות און א שיינע פאר פון די פארטיזענער זענען געווען פרומע אידן. איך האב אמאל געזעהן א שיעור פון הגה''ק מקלויזענבארג ווי ער באוויינט אז עס זענען נישט געווען מער אידן אוחזים בנשק און כמעט קיינער האט זיך נישט קעגענגעשטעלט די נאצישע טייוול ,ער באוויינט וויפיל מער עס וואלטן זיך ווען געקענט ראטעווען ווען מען פארשווערט זיי די ארבייט אנשטאטס גיין כצאן לטבח.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעצם הענין, איז וויכטיג צו מעיר זיין אז פשוט פשט איז לכאורה נישט ווי ונבנתה לערנט אפ, נאר פשוטו כמשמעו, גלות מיינט אז אידן זענען פארווארפן בארבע כנפות הארץ, און די גאולה באדייט אז מען נעמט צוריק איין דאס לאנד און מען זעצט ארויף א מלך אויפ'ן טראן. דאס איז דער פשוט'ער פשט פון די גאולה העתידה, און לויט דעם האלטן מיר לכל הפחות שוין טיף אינמיטן די גאולה. אלע תורות פון התגלות אלקות וכו' זענען שפעטערדיגע הוספות, דאס איז נישט פשוט פשט.
האדם לא נברא אלא להתענג
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
רגיל היה שלמה קארליבאך נאכצוזאגן אז א כופר בעיקר הייבט אן גלייבן ווען ער שפירט זיך ענג אן א וועג ארויס, און ס׳ארבעט פארקערט אויך, ווען מען האט דעם מעסער אין רוקן בויעט מען נישט קיין אקאדאמישע טעאריעס אדער סברות נאר מ׳טוט צו דער זאך.
@איך אויך די חילוקי דיעות איבער ר׳ מנחם זעמבא׳ס רוח הגבורה איז שוואכליך (חוץ רות ליכטענשטיין, איז דא נאך א מקור?), די איבערלעבער וואס זענען געווען נאענט צו אים בשעת מעשה האבן מעיד געווען ווי ס׳האט אים געקרענקט אז דער עם חכם ונבון איז געווארן פארנער׳ט כצאן לטבח און ער האט געשטיצט זיך קעגנצושטעלן בכדי מקיים צו זיין ״קידוש שם שמים״.

כאן, חבל טבור הארץ.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יאיר האט געשריבן:לעצם הענין, איז וויכטיג צו מעיר זיין אז פשוט פשט איז לכאורה נישט ווי ונבנתה לערנט אפ, נאר פשוטו כמשמעו, גלות מיינט אז אידן זענען פארווארפן בארבע כנפות הארץ, און די גאולה באדייט אז מען נעמט צוריק איין דאס לאנד און מען זעצט ארויף א מלך אויפ'ן טראן. דאס איז דער פשוט'ער פשט פון די גאולה העתידה, און לויט דעם האלטן מיר לכל הפחות שוין טיף אינמיטן די גאולה. אלע תורות פון התגלות אלקות וכו' זענען שפעטערדיגע הוספות, דאס איז נישט פשוט פשט.
דאס איז נישט פשוט פשט לויט אסאך ראשונים (עיין סוכה מא א רש"י ותוס')
ועיין כאן
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
יאיר האט געשריבן:לעצם הענין, איז וויכטיג צו מעיר זיין אז פשוט פשט איז לכאורה נישט ווי ונבנתה לערנט אפ, נאר פשוטו כמשמעו, גלות מיינט אז אידן זענען פארווארפן בארבע כנפות הארץ, און די גאולה באדייט אז מען נעמט צוריק איין דאס לאנד און מען זעצט ארויף א מלך אויפ'ן טראן. דאס איז דער פשוט'ער פשט פון די גאולה העתידה, און לויט דעם האלטן מיר לכל הפחות שוין טיף אינמיטן די גאולה. אלע תורות פון התגלות אלקות וכו' זענען שפעטערדיגע הוספות, דאס איז נישט פשוט פשט.
אפי' לויט דעם איז אבער 'גזירת' הגלות ווי איך זאג, זיי זענען א סיבה און מסובב, ויאמר אסתירה פני מהם אראה מה אחריתם.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אבער די הסתרת פנים מיינט אז דער באשעפער האט געשיקט פיינט זאלן אוועקנעמען דעם לאנד פון אונז. און ווען מיר נעמען עס צוריק איז ווייטער דא גילוי אלקות. עס איז אלעס תלוי אין די פשוט'ע מציאות. אויף דעם איז געבויט די גאנצע תורה, ווען ס'רעגנט שמייכלט גאט, ווען נישט איז ער אויפגערעגט.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מאטי האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לעצם הענין, איז וויכטיג צו מעיר זיין אז פשוט פשט איז לכאורה נישט ווי ונבנתה לערנט אפ, נאר פשוטו כמשמעו, גלות מיינט אז אידן זענען פארווארפן בארבע כנפות הארץ, און די גאולה באדייט אז מען נעמט צוריק איין דאס לאנד און מען זעצט ארויף א מלך אויפ'ן טראן. דאס איז דער פשוט'ער פשט פון די גאולה העתידה, און לויט דעם האלטן מיר לכל הפחות שוין טיף אינמיטן די גאולה. אלע תורות פון התגלות אלקות וכו' זענען שפעטערדיגע הוספות, דאס איז נישט פשוט פשט.
דאס איז נישט פשוט פשט לויט אסאך ראשונים (עיין סוכה מא א רש"י ותוס')
ועיין כאן
דאס איז דאך נאר אויפ'ן בית המקדש גופא, נישט אויף אייננעמען ארץ ישראל. בכלל קען מען נישט גיין לויט אזעלכע אויסדרוקן, ווייל טאמער יא וועט מען אויך מוזן זאגן אז ווי לאנג ס'וואקסן נישט קיין גלוסקאות אויפ'ן בוים איז נישטא די גאולה.
האדם לא נברא אלא להתענג
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
רש"י ותוס' פארענטפערן דערמיט אן הלכה אין גמרא, דאס איז נישט סתם אן אויסדרוק. איז נישט בנין בית המקדש א חלק פון קיבוץ גלויות? אפילו דער רמב"ם וואס האלט אז בבה"מ וועט זיין על ידי אדם, רעכנט ער דאס אויס און איין שורה מיט אלעס וואס משיח גייט טון.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
יאיר האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:שכוח פאר׳ן עפענען די אשכול. אויב מען רעדט שוין װעגן װעגן זיך פארטײדיגען קען אײנער מיר זאגן דא
אדער עפענען א נײע אשכול װעגן די איסור(?) פון זיך פארטײדיגען מיט געװער? ערגעץ איז עס געװען אמאל
באשריבען אין אײנע פון די סאטמערע צײטונגען אבער ס׳איז געגאנגען פארשטײט זיך מיט די איד/בלאט
מהלך. איך רעד ספעציפיש נישט װעגן די מדינה נאר לגבי אידן װאס האבן זיך פארטײדיגט מיט געװער
אנקעגן די בלוט דורשטיגע קריסטן בײ א פאגראם למשל. כמעט איעדעס מאל װאס ס׳װערט באשריבען
ברענגט די שרײבער ארויס װי אסור ס׳איז פאר א איד צו נעמען געװער אין די האנט און זיך נישט לאזן
װערן געשחטן פאר די באשעפער. איך װאלט גװאלט װיסן די מקור אויף דעם, הלכות אדער עפעס װאס
זאל בארעכטיגען אזא מין מהלך. און ביטע ברענג נישט כוחי ועוצם ידי איך מײן נישט דעס.
הבא להרגך השכם להרגו?
אגב, ס'איז מיר א חידוש אז דו נעמסט אן פאר א פשטות אז מען דארף בכלל א הלכה זאל בארעכטיגן אזא מהלך, ענדערש דארף מען א הלכה פארקערט. און כפי מיטב ידיעתי איז אזוינס נישט פארהאן.
פארקערט איך נעם נישט אן אזא מהלך. נאר דאס פרעג איך, פון װי נעמט מען אזא מהלך אז מען טאר זיך נישט פארטײדיגען?
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
יאיר האט געשריבן:לעצם הענין, איז וויכטיג צו מעיר זיין אז פשוט פשט איז לכאורה נישט ווי ונבנתה לערנט אפ, נאר פשוטו כמשמעו, גלות מיינט אז אידן זענען פארווארפן בארבע כנפות הארץ, און די גאולה באדייט אז מען נעמט צוריק איין דאס לאנד און מען זעצט ארויף א מלך אויפ'ן טראן. דאס איז דער פשוט'ער פשט פון די גאולה העתידה, און לויט דעם האלטן מיר לכל הפחות שוין טיף אינמיטן די גאולה. אלע תורות פון התגלות אלקות וכו' זענען שפעטערדיגע הוספות, דאס איז נישט פשוט פשט.
יאיר האט געשריבן:אבער די הסתרת פנים מיינט אז דער באשעפער האט געשיקט פיינט זאלן אוועקנעמען דעם לאנד פון אונז. און ווען מיר נעמען עס צוריק איז ווייטער דא גילוי אלקות. עס איז אלעס תלוי אין די פשוט'ע מציאות. אויף דעם איז געבויט די גאנצע תורה, ווען ס'רעגנט שמייכלט גאט, ווען נישט איז ער אויפגערעגט.
זייער ריכטיג ארויסגעברענגט די ענין, אז די תורה איז זייער ריאליסטיש אהן מיסטישע זאכן. אבער בנוגע די חורבן הבית, וואס פון דאן קלאגן די אידן, איז נישט געווען פשט אז מ'האט יעדעם פארטריבן פון א"י, כ'מיין אז רוב אידן זענען יא דארט געבליבן, והא ראיה מרד בר כוכבא, רוב התנאים. נאר די צרה [א.ג. "גזירת גלות"] איז געווען אז מ'איז געווען משועבד צו די פרעמדע פעלקער, אהן אן אייגענע פירערשאפט.
לפי זה, מה כל הרעש? רוב זמן פון בית שני איז מען אויך געווען משועבד צו פרעמדע פעלקער, נא וואס איז יעצט געשעהן?
די תירוץ איז אז יעצט האבן די אידן מער נישט געהאט קיין חופש דת, מען האט מער נישט געקענט דינען דעם באשעפער וויאזוי מ'האט געוואלט, און דאס איז אונזער עיקר צרה, וואס ב"ה אביסל האבן אונז זיך שוין ארויסגעדרייד פון דעם, דורך דעם וואס די וועלט איז געווארן מער נארמאל, מיט "זכויות האדם". יעצט זאל ווער קומען און מאכן א גאנצען פשעטיל אז מ'טאר נישט דינען דעם אייבערשטען?? (נישט קיין חילוק וועלכע מצוות, זאל עס זיין עבודת הקרבנות, בנין ביהמ"ק, מינוי מלך, יישוב הארץ, מלחמת מצווה,) און אויב איינער זאגט יא אז מ'דארף זיך האלטן און גלות, איז נישט יענער א פורק עול המצוות?? איז נישט יענער א כפוי טובה פארן באשעפער פארן פארלייכטערן אונזער לעבן???
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
שכוח [tag][/tag]ונבנתה זייער שיין אראפגעלייגט די זייט פון די מטבע (כאטש איך בין זייער מסופק צו דו אליין גלייבסט אין די לאגיק פון דיינע ווערטער אבער איך גיי נישט אריין גיין אין דעם פשוט מקוצר געדולד ומעבודה קשה אין פשוט'ן זין פון ווארט מיינט גלות פארטרייבן ביסט נישט אין דיין אייגענע רשות נישט זיין רואיג באזעסן אויף איין פלאץ ווען די הייליגע ברודער זענען געגאנגען גלות ליידן איז זיי נישט בייגעפאלן צו זיצן אינדערהיים אויפ'ן בענקל און זאגן איך פארמאך מיך אין מיין צימער פאר צוויי וואכן איך צינד נישט אן קיין לעקטער יומם ללילה און שוין איך לייד יעצט גלות ווען מ'האט זיך אקעגן געשטעלט א מלך און אפגעווארפן פון זיין מלוכה האט מען אים אויך ארויסגעטריבן פון לאנד און דאס ווערט אנגערופן גלות ) אבער אן די אלע וויכוחים האסטו שיין אראפ געלייגט א געדאנק וואס מ'קען הערן און זיך דינגען
איך וואלט ווען געדארפט אראפלייגן די אנדערע זייט מטבע אז גלות מיינט דוקא יא זיין אונטער געבויגן אונטערן גוי אין קורצן גלות איז א גזירה (וודאי האט עס נישט קיין הלכות ) ס'איז א גזירת המלך און א אמונה וואס מ'דארף גלייבן השי"ת מרוב עונינו האט געוואלט דוקא אונז זאל מיר זיין נכנע אונטער די עמים אן קיין שום כח און ממשלה -אפי' אונזער אייגן לאנד האט ער פון אונז אוועקגענומען און געגעבן פאר די עמים אזוי ווי ער האט געשריבן אין די תוחכה- ס'איז באזירט אויף א גמ' אין סנהדרין בפי' רש"י געפסקעט לויטן רשב"א הקב"ה האט אונז באשוואוירן מיט דריי שבועות ס'איז באקאנט די אגרת הרמב"ם קיין תימן בקיצור די אלע זאכן באריכות וואלט איך געדארפט אראפשרייבן שיין מסודר אבער ווי פריער געזאגט קיין שרייבער בין איך נישט והענין המתקריא געדולד האב איך אויך נישט במילא וועל איך דארפן מכבד זיין א צווייטן וכל מי שרוצה יבוא ויטול
די סאבטאטעל איז ווען דער אויבערשטער האט אונז פארטריבן האט ער נישט געוואלט אז הערצל זאל איין טאג אנקומען און צוריק נעמען די לאנד בכח (ווען די בעש"ט אדער די גר"א אדער די אייזענע קאפ פון לובלין טוען עס ווען וואלט איך נאך געקענט הערן אבער אזא פאלנער משומד וכופר בד' הערצל זאל נאך זיין דער וואס ס'פארשטייט וואס ס'איז אסור און וואס ס'איז מותר איז דאך עס סתם א געלעכטער ) עכ"פ דער אויבערטשטער האט געוואלט אז פונקט ווען בזמן שישראל שרוים על אגמתם איז אלעס געפירט געווארן דורך די אורים ותומים און מלכים נביאים אלעס על פי ד' אזוי אויך זאל זיין ווייטער און דאס בעט מיר יעדון טאג ס'זאל פאסירן ווי שנעלער אמן קצרתי קצת והבן
אבער איין זאך וואס איך וואלט יא געוואלט פארשטיין ווי זוי טייטשסטו אפ ושבור עו"ל הגוים אויב מעג מען גיין אייננעמען א"י מ'דארף נאר ווארטן אויפ'ן התגלות אלוקית פארוואס פאר א שווארץ יאר דארף איך האבן די עול הגוים ?