גזירת הגלות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3794
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8180 מאל

גזירת הגלות

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אין אן אנדערען אשכול האט [tag]גאנצל[/tag] געפרעגט וואס איז פשוט פשט אין 'גזירת הגלות'.

איז לאז מיך אייך זאגן, איך בין נישט קיין אפוטרופוס פאר'ן מהר"ל, אדער סיי וועלכער ספר אגדה ודרוש, וואס זייערע ווערטער קען מען פארשטיין בע' פנים, איך וועל נאר ארויסברענגען וואס דעתי העני' פארשטייט ע"פ קאמאן סענס און ע"פ פסקי הרמב"ם והשו"ע.

דער באשעפעניש 'גזירת הגלות' איז א געוויסע 'מציאות', א געוויסע 'מצב', די סטאטוס פון די רילעישאנשיפ פון דעם אייבערשטן צו זיין פאלק און ווייס ווערסא.

אין נביא רשאי לחדש דבר מעתה, גזירת הגלות איז נישט קיין 'דין' אדער 'חלות', און ממילא ברענגט עס נישט מיט זיך קיין שום טרוקענע חיובים אדער איסורים מעשיים, עס איז נישט דא א סימן אין שו"ע 'הלכות גזירת הגלות' וואו דער מחבר זאל רעכענן וואס מען דארף און טאר נישט טוהן מכח דעם דין, און פארדעם איז נישט דא קיין שום הלכה וואס איז נישט נוהג בזמן הזה אלס א דירעקטע תוצאה פונעם דין גלות, אלעס מוז האבן א זייטיגע סיבה: מיר האבן נישט קיין אפר פרה, אין רוב יושבי' עלי' וכו' וכו'.

א. עס וועט קיין שום פראקטישע פעולה נישט משפיע זיין צו מיר זענען אין גלות אדער נישט, מיר זענען אין גלות ווייל עס איז עלה ברצונו הפשוט מסתיר צו זיין זיין פנים פון אידן, ער האט גוזר געווען [במחשבתו] אז עס זאל נישט זיין קיין גילוי אלוקות וכו' וכו'.

ב. אז אידן האבן זיך צוזאמען גענומען צו וואוינען אין זייער לאנד, וואס איז זייער'ס ע"פ תורה, די בעלות האט מען קיינמאהל נישט אויפגעגעבן אדער צוגענומען [און אויב האט מען עס פארלוירן ע"י כיבוש, האט מען עס צוריקבאקומען ע"י כיבוש... ובפרט אז די ענגלענדער האבן מסכים געווען צו א מדינה פאר אידן] און זיי שטעלן אוועק אידן מיט כלי זיין אכטונג צו געבן על שלום הארץ ויושבי', טוהן זיי נישט מער ווי מקיים זיין דעם פסק פון מחבר [או"ח סי' שכ"ט] אז מען דארף מחלל שבת זיין און ארויסגיין בכלי זיין צו באשיצן גרעניץ שטעט פון א אידישע יישוב, דאס איז אפי' ווען עס זאל זיין אין אוגאנדא, ולא תהא כהנת כפונדקית?

ג. כאמור, מאכט עס נישט מער אדער ווייניגער די סטאטוס פון גלות, אפשר א גאולה פרטית טוהט מען יא אויף, אבער די גאולה הכללית בהתגלות אלוקותו ית' [וואס אויף דעם האט ער גוזר געווען] ווערט נישט נשתנה מיט פראקטישקייטן.

ד. ענד קווייט פרענקלי איז עס גאנץ א גראבע מהלך המחשבה צו טראכטן אז דאס איז גלות וגאולה, צו מען זיצט אין ברוקלין מיט די נ. י. פ. ד. אדער אין ישראל מיט צה"ל.

ה. אויב האט איהר א געפילישע פראבלעם אז כלומר'שט גייט דאס קעגן דעם רוח פון גלות, וועל איך אייך זאגן אז בעיניי איז זיצן אין א מיליאן דאלער'דיגע דירה מיט א שיינע האנדא און עסן סטעיק יעדע שני וחמישי ווייניגער גלות [לשיטתם בהבנת ענין הגלות] ווי וואוינען אין א כאטקע אין גליל און אקערן די פעלדער.

ו. עס איז נישט דא קיין שום ענין זיך צוצוכאפן צום 'גזירת הגלות', עס איז א געוויסע מצב וואס ווען מען שפירט עס ברוחניות – וכתוצאה – בגשמיות, 'ווייסט' מען בדרך ממילא אז אט דאס איז וואס דער אייבערשטער האט גוזר געווען.

פאר זיבעציג יאהר צוריק איז געווען גזירת אוישוויץ, עס איז עלה ברצונו הפשוט אז מיין זיידע זאל זיצן כו"כ יאהר אין אוישוויץ, מיר דאכט זיך אבער אז ווען ער האט געהאט די ברירה צו אנטלויפן פון דארט האט ער עס גערן געכאפט און נאך געהארגעט א נאצי צו די זייט אויך, עס איז איהם נישט איינגעפאלן זיך מער איינצוגראבן אין די טינופת פון גזירת אוישוויץ כאותו דבר אחר.

ומהאי טעמא האט ער נישט מוותר געווען אויף זיין ריעל עסטעיט אין ווארשא, אפי' גזירת אוישוויץ האט איהם פארטריבן פון דארט פאר פינעף יאהר.

ז. פארדעם פסק'ענט דער רמב"ם [פי"א מהל' מלכים] 'ואם יעמוד מלך מבית דוד וכו' אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו וכו' הרי זה משיח בודאי, ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו', קיין פראבלעם פון גזירת הגלות האט ער נישט, און פארדעם אויב איז געווען א אידישע מלכות כוזר האבן זיי אויך נישט געהאט די פראבלעם.

כל האמור לעיל איז אהן ציונות, צו די [פרומע] ציונים זענען גערעכט געווען למחצה לשליש ולרביע ווייס איך נישט, אבער כל הנ"ל דארף נישט צוקומען צו די שיטת הציונים.

באמת האב איך נישט געפלאנט אויף אן אשכול, נאר אזוי ווי אינעם אשכול הנ"ל איז מען שטארק מקפיד אויף פארדרייען לייג איך עס אהער, איך נעם זיך אבער נישט אונטער אז איך וועל קענען אלעס פארענטפערן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר