האמנתי כי אדבר
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
האמנתי כי אדבר
[justify][כ'האב דאס אפגעשריבן אין ליכט פון הרב שטיינמאן'ס צפית לישועה סומעטאכע. הגם מען האלט שוין לאנג נאכדעם, האט אבער דער חמין במוצאי שבת אומנאטירליכע כוחות צו מחדש זיין און דערפרישען אלטע סחורה ווי כאילו עס האט היינט פאסירט.]
אמונה ווייסן אלע איז דער יסוד פון א איד אבער פון דער אנדערע זייט ווער האט נישט קיין פראבלעמען מיט אמונה? וועם גריבעלט נישט קיין ספיקות אויף פילע יסודות אויף וואס אונזער אמונה איז געבויעט?
אמאל האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגער וואס גא-ט האט באשטראפט מיט ספיקות און קווענקלענישן בעניני אמונה. עס האט זיך מיר געדאכט אז אויסער מיר איז למשל יעדער פרומער איד מצפה לישועה א יעדע ליאדע מינוט ווי דער ישמח משה מיטן שטעקן נעבן בעט, נאר אנשטאט דעם שטעקן על יד המטה שטייען די היינטיגע אינגעלייט גרייט מיט מאטאר-אנגעצינדענע האנדא'ס אין סיענעס און ווארטן צו הערן דעם שופר של משיח. ווען איך בין עלטער געווארן איז מיר נתגלה געווארן אז ס'איז נישט ממש אזוי, די סיבה פאר די אנגעצינדענע מאטאר פונעם האנדא איז פשוט ווייל ער שטייט נעבן א פאמפ און זיכט נאך א פארקינג ספעיס אינעם איבערגעפילטן וויליאמסבורג, און פון ציפת לישיעה שטייט ער טויזענטער ליכט-מיילן ווייט. נאכמער, נישט נאר בין איך נישט דער איינציגסטער וואס מאטערט זיך מיט א צוויי טויזענט-יעריגע ישועה וואס איז נאך נישט אנגעקומען, נאר עמי ואתי שטייען גרויסע ריזן, פארהייליגטע נעמען ביי כלל ישראל. אנגעפאנגען פון פריערדיגע אשר עזבנו אותנו לאנחות און געענדיגט ביי גדולים אשר עדיין חיים אתנו א שטייגער ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט מיטן זקן ראשי ישיבות הרב שטיינמאן, און ווי דער כלל גייט אז פאר יעדן איינעם וואס קלאפט הויך אויפן טיש איז דא צען וואס באהאלטן זיך אינטערן טיש וואס האבן נישט דעם דרייסט ארויס צוקומען אין דער עפענטליכקייט, אדער בעסער געזאגט, האבן נישט די קוראזש צו זיין אויפריכטיג מיט זייערע געפילן אין אמונה.
עס איז א פאקט אין לעבן אז איינער וואס נוצט די קאפ וועט נאנטער אדער ווייטער, היינט אדער מארגען, זיך אנקלאפן מיט שווערע ספיקות און קווענקלענישן אויף יעדן אנגענומענער גלויבן-טאבו ביי דעם המון עם. ולכן ברויכן מיר גראטולירן הרב שטיינמאן'ן פארן האבן דעם קוראזש ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט אז אמונה ספיקות איז נישט קיין סתירה מיטן פירן א שטרענגען רעליגיעזן לעבנס שטייגער, און צווייטע מחשבות אז אפשר גאר איז הלל גערעכט אז אין משיח לישראל איז נישט אין קעגנזאץ מיטן פרומען מהלך החיים באגלייט מיט פרישות און סיגופים.
מען קען נישט וויסן וויפיל טערעפי סעשענס דער הרב שטיינמאן האט מיט זיין סטעטמענט פארשפארט פאר פרומע תמימות'דיגע אינגעלייט וואס פלאגן זיך מיטן געוויסענביסן אז זייער גלויבן אינעם צוועלעפטן אני מאמין איז נישט הונדערט פראצענט פערפעקט, און דא און דארט גנב'ט זיך אריין א הרהור'ל, אז אפשר יא אפשר נישט.
די גמרא זאגט: בא חבקוק והעמידן אל אחת 'וצדיק באמונתו יחיה' איז געקומען דער הרב שטיינמאן 'והעמידן אותן (אדער אפשר ותלה אותן) על בלימה'. ווי איך האב פארשטאנען זיין מעסעדזש איז אין איין ווארט אזוי : זיי נישט ביזי מיט וואס דו גלייבסט יא אדער נישט, נאר טו וואס דו האסט צו טוהן, און גלייב דאס מערסטע וואס ס'שייך.
דער אמת איז אלץ איינער וואס איז, ווי פילע חרדים, אויפגעוואקסן מיט אזויפיל אמונות טפילות, טראכט איך צומאל, אז מיין אמונה שיילט זיך ווי שאלאכטץ פון א פרי, יעדער שטיק צייט שיילט זיך נאך א שיכט, כ'האף נאר עס זאל נישט אויסקוקן ווי יענער מיטן צוויבל, געווען איינער וואס האט קיינמאל נישט געזעהן קיין צוויבל און ער האט עס פרובירט אפשיילן, די סוף איז געווען ער האט אזוי לאנג געשיילט דעם צוויבל ווילאנג ער האט זיך געטראפען מיט א הויפן שאלאכטץ אין די הענט.
ס'איז אינטערעסאנט אז נישט נאר די אמונה שיילט זיך, נאר כמעט אלע יסודות'דיגע מושגים טוישן זיך ווען מען ווערט עלטער און מען פאנגט אן אליינס צו נוצן דעם קאפ. כמעט יעדע פודאמענטואלע גרונט אויף וואס א טיפיקעל חרדי בויעט זיין לעבן פון קליינווארג אן איז נישט גענוי ווי מען האט אים געלערנט, און ווען ער עפנט די אויגן קען ער פארברענגען א האלב פון זיין לעבן זיך צו ריהאבילאטירן פון די אלע אילוזיעס דמיונות און פאנטאזיעס וואס מען האט אים אילוזירט און געפיטערט אלע יארן.
איז אזוי, לעצטענס איז מיר אויסגעקומען זיך צו פארפלאנטערן מיט א שווערע אמונה פלאנטער. כ'האב זיך נישט געקענט קיין עצה געבן און זיך נישט געקענט באפרייען פון די ספיקות, און ווי א דערטראנקענער וואס כאפט זיך אן אויף א שטיקל שטרוי האב איך זיך דערמאנט וואס די חסידישע ספרים שרייבן אז 'האמנתי כי אדבר' אזוי מען רעדט אזוי לאנג ווי לאנג מען גלייבט וואס מען זאגט. האב איך זיך גענומען זאגן איך גלייב אז... איך גלייב אז.., דער פראבלעם איז געווען אז בשעת'ן זאגן דעם האמנתי כי אדבר-לחש איז מיר מיטאמאל נתעורר געווארן פרישע הרהורי כפירה אז אפשר גאר פאנגט זיך דאס אויך נישט אן אפשר איז דער גאנצער האמנתי כי אדבר סגולה אויך נאך איינע פון די אומצאליגע צווייפעלהאפטיגע סחורה וואס מען האט אין מיר אריינגעריקט בשנות ילדותי? ווער זאגט ס'העלפט? אין אנדערע ווערטער מעיקרא דדינא פירכא א בחינה ווי כל זה אכניס בקל וחומר. און דער קאטאסטראפע ווען דער חולה פאנגט אן מסופק צו זיין אין זיין רפואה דארף איך ענק נישט מסביר זיין, א קיצור כ'האב זיך געטראפען נאך אין א גרעסערע פלאנטער!
אבער א איד, בפרט א חסידישע איד, געט זיך אן עצה? ווילט עטץ דאך אוודאי וויסן וואס איז געווען די עצה וועל איך אייך פארציילן: כ'האב געטראפן א מורא'דיגע עצה. די עצה ווערט געברענגט אין חסידישע ספרים... עס רופט זיך מיט די קאוד נאמען 'האמנתי כי אדבר' דאס הייסט אזוי: האמנתי ווי אזוי קריגט מען אמונה? ווי אזוי גלייבט מען? 'כי אדבר' ווען מען רעדט ווי א גלויביגער. האב איך זיך גענומען זאגן איך גלייב אז האמנתי כי אדבר איך גלייב אז האמנתי אז ווי אזוי מען רעדט אזוי גלייבט מען, כ'האב געשפירט ווי איך נוץ דעם קטיגור אליין פארן סניגור, וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז געווען זייער קאמיש. כ'האב טראכט צו מיר אז עפעס אזוי האט געמוזט שפירן דער ערפינדער פונעם וואקסין ווען ער האט גענוצט דעם מחלה אליין פארן רפואה, ס'איז נישטא קיין בעסערע געפיל און קיין זיסערע נקמה .
למעשה ווילט עטץ אוודאי וויסן צו עס האט געהאלפן צו נישט? דער אמת איז אז כ'ווייס נאך אליין נישט. ביז דערווייל האלט איך נאך אינמיטן זאגן אז איך גלייב אז עס האט געהאלפן...[/justify]

חמין במוצאי שבת מלוגמא
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
זייער שיין בנימין, נו פיהר שוין אויס די צווייטע העלפט פסוק. אני עניתי מאוד, איך האב געגלייבט אז נאר איך פייניג מיך אזוי. אני אמרתי בחפזי, ביז ווען כ'האב שנעל איינגעזעהן אז כל האדם כוזב, אלע פאפן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
כהאב אייך אפגעגעבן דעם ערליך פארדינטן לייק צוליב דעם שיינעם שריפט און טרעפליכן געדאנק אז האמנתי כי אדבר גייט עד אין סוף, עס איז נאר א שאד אז איר נוצט אייערע כוחות צו מזלזל זיין פון יסודותדיגע ענינים אין אידישקייט און אייער זיך אנהענגען אין הרב שטיינמאן איז ראדיקאל און שמעקט פון קונספירציה.
זע דא פיל א ראציאנאלערע און אביעקטיווע אפטייטש אין די ווערטער פון הרב שטיינמאן דורך לעיקוואד.

- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
כוכב האט געשריבן:כהאב אייך אפגעגעבן דעם ערליך פארדינטן לייק צוליב דעם שיינעם שריפט און טרעפליכן געדאנק אז האמנתי כי אדבר גייט עד אין סוף, עס איז נאר א שאד אז איר נוצט אייערע כוחות צו מזלזל זיין פון יסודותדיגע ענינים אין אידישקייט און אייער זיך אנהענגען אין הרב שטיינמאן איז ראדיקאל און שמעקט פון קונספירציה.
זע דא פיל א ראציאנאלערע און אביעקטיווע אפטייטש אין די ווערטער פון הרב שטיינמאן דורך לעיקוואד.
מתחלה האב איך אויך געהאלטען ווי לעיקוואד כוכב און ראבון אז הרב שטיינמאן האט סך הכל פרובירט אראפ צו ברענגן דעם ציפת לישועה דרגה, אבער איבערקוקענדיג דעם קליפ, און איבער ליינענדיג דעם טעקסט, האב איך מיך נישט געקענט פארהוילן פונעם פאקט אז הרב שטיינמאן מישט אריין דא הלל'ס שיטה אז אין משיח לישראל, ווי צו זאגן אז איינער קווענקעלט אז אפשר איז הלל'ס מהלך גערעכט געווען איז אויך נישט עק וועלט. און דאס האט מיך (כמעט) איבערצייגט אז לעקיוואד'ס מהלך איז אפשר טאקע נישט קיין קונספירציה אבער עס איז דער טיפיקעל חרדישן מהלך ווי אזוי מען געט זיך אן עצה מיט יעדען מאמר פון א גדול וואס טרעט ארויס פונעם באקס און דער אמת איז מער נוטה צו מיין מהלך (ליידער...).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
- האט שוין געלייקט: 868 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
בענדזשאמין'ס חמין במוצאי שבת האט אונז אלע אנגעווארעמט, ישר כח.
איך וואלט אנדערש אראפגעלייגט הרב שטיינמאן'ס ווערטער וועגן ביאת המשיח און בכלל זיין מהלך.
עס איז ידוע אז ביי אנ"ש איז נהוג צו לעבן, טראכטן און אטעמען מיט סלאגאנען און לאזונגען. יעדע פראבלעם ווערט מסודר דורך א לאזונג. אז עס איז דא אן ערנסטער אישו, ברענגט מען א מער ערנסטע פסוק, א קליינע אישו איז גענוג א מעשה'לע פון א צדיק. רוב ראש ישיבה'ס וואלטן קיינמאל נישא געפרעגט צו מען ווארט אויף ביאת משיח, וווייל מען טראכט נישט טיף און גרונטליך איבער די אייגענע דעות, מען ענדיגט צו יעדע שבע ברכות דרשה "מען ווארט דאך אט, אט, יעדע מינוט קומט משיח, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים" און שוין. איי לכאורה, פארוואס דערגייסטו די יארן פאר דיין שוואגער צו צאלן א חוב, משיח קומט עני מינוט... אבער מען טראכט עס נישט, מען איז באקוועם מיט די סלאגאנען.
אמאל אז איינער איז יא גענוג אויפריכטיג מיט דיאייגענע דעה אוון געפרעגט זיך אליין איבער די צפייה בביאת המשיח און געפרעגט וואס הייסט מען ווארט און מען איז מצפה, ווען יעדער איז עולם כמנהגו נוהג און מען פלאנירט פאר לאנגע יארן, דאס איז דאך די גרעסטע סתירה צו צפייה לביאת משיח? רוב וואלטן געענטפערט מיט א מעשה'לע, א תורה'לע אז באמת די נשמה ווארט, נאר די גוף בלא בלא בלא, און מען וואלט זיך אליין געבלאפט מיט שקר, און ווייטער געבויט הערליכע פאלאצון פאר לאנגע דורות און איינגערעדט זיך און יעדן אז מען איז עומד ומצפה.
הרב שטיינמאן טראכט נישט, שרייבט נישט און זאגט נישט קיין לאזונגען און מעשה'לעך, און זיכער סאלוועט ער נישט קיין פראבלעמען מיט לאזונגען. אנדערע ראשי ישיבות ווען מען קומט זיי זאגן אז עס איז דא אן אישו מיט די ישיבות, די רעגירונג וויל שיקן בחורים אין מיליטער און אויפהערן געבן געלט פאר ישיבות, רופט מען זיך אן מיט א ברייטן שמייכל א ענדליכע מעשה ביים בריסקער רב, און מען ענדיגט צו מיט א באנטש פסוקים, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד און לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, און אמאל איז געועון א מעשה ביי ר' נחום'קע האראדנער וכו', וכו'
הרב שטיינמאן אבער טראכט לגופו של עניין און איז פריי פון דעות קדומות און לאזונגען, ער הערט די פראבלעם, ער רעדט זיך דורך מיט עסקנים און זוכט א לעזונג, למשל וויאזוי קען מען משכנע זיין דעם אדער יענעם מיניסטער און אויב מען מאכט אזא און אזא פשרה צו עס קען ארבעטן אדער נישט.
די זעלבע איז מיט צפייה לביאת המשיח, רב שטיינמאן אליין לעבט אזא דירת ארעי לעבן און ער קען ווען רוהיג זאגן אויף זיך אז ער איז נישט אזויפיל אינוועסטירט דא און ער ווארט אויף משיח, אבער ער ווייסט און זעהט אז מענטשן זענען נישט מצפה, זיי האבן אין די בעק פון זייער מיינד אז משיח וועט מעטשעם קומען אבער עס איז נישטא קיין צפייה, אזא קושיא ענטפערט ער נישט מיט א שמייכלדיגע ישיבה'שע רייד און פלפולי הבל, נאר ער קומט צו די מסקנה אז צפייה איז לאו דווקא און ער וועט צוברענגען הילל אלס א סמך אז לא המדרש עיקר אלא המעשה און שוין.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
זייער שיין! כ'האב א פערזענליכע הנאה צו וואטשען ווי מענטשן מוטשען זיך...
דערמאנסט מיר פון רבי דוד סתיו, ווען די וועלט האט געקאכט אויף אים פארן עמטליך מתיר זיין צו זעהן מאווי פילמען. האט ער געזאגט "כ'פארשטיי נישט, די עולם וואטשט עניוועי מאוויס, צו מ'לאזט זיי צו נישט, סך הכל האב איך געזאגט אז עס איז מותר, אבער זיי האבן עניוועי געוואטשט".
די זעלבע דא. די עולם איז סייווי נישט מצפה לגאולה, ס"ה האט רב שטיינמאן געזאגט אז ס'איז אקעי.
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
האמנתי כי אדבר
לגבי דעם וואס מ׳ספק׳נט צו דעם ״האמנתי כי אדבר״ נוצט ביים אמונה פון צפית לישועה און מ׳פארגלייכט דאס וואס עס (ושאר אמונות בכלליות) קומט מיט מיט א טוץ אמונות טפילות וואס זענען אזוי ווי שאלעכץ וואס מ׳דארף אראפשיילן, האב איך געטראכט אזא סארט (פורים) פשעטל. אונז טרעפן מיר (ברכות לו.) ביים צלף בוים אז די שאלעכץ פון אירע פרוכט ווערן אויך גערעכענט ווי א חשיבות פאר זיך עכ״כ לברך עליהן ולחייבן בערלה ע״ש. אונז טרעפן מיר ווייטער (ביצה כה:) אז עם ישראל איז עז שבאומות, כלב עז בחיות, און די צלף איז די עז שבאילנות ע״ש. והיינו, אז עם ישראל לייגט צו א טוץ אמונות טפילות ו״שאלעכץ״ און גיבן דאס א געוויכט בפני עצמן, אזוי ווי די שאלעכץ פונ׳ם אנדערן עז דעם צלף בוים׳ס פירות. יעצט, בשעת גאולת מצרים, וואס די גאולה העתידה, וואס אין דעם פרוביר מיר צו גלויבן, ווערט צוגעגליכן וכו׳ צו איר כידוע, איז ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו. דהיינו, אז די ״לשון [דיבור]״ פון די כלבים, וואס זענען אויך עזין כישראל, האט... אהעם... נישט געארבעט. בפרט, וואס די עזות פון אידן בנוגע דאס ״צוגעטשעפעטקייט״ פון אירע אמונות טפילות צו אירע (ריכטיגע) דאגמאס איז דומה צום צלף וואס איז אויך פון די עזין וכנ״ל.
ואגב.
ולגופו של ענין, הגם דער רס״ג אין האמונות והדעות (מאמר ה פ״ד) איז מגנה דער וואס האט ספיקות באמונה, איז אבער משמע דארט אז, אפילו אליביה, איז דאס נאר בנוגע אמונה במציאת הבורא, וואס דאס קען מען (אליביה) אויפווייזן (עכ״פ לאיזה מדריגה) עפ״י ראציאנאל ושכל (ועיין במאמר א וב). משא״כ (אפשר?) לגבי אמונה בגאולה העתידה, וואו עס איז נישט תלוי בראציאנאל אפילו אליביה, וכדברי הרב דר. אלכסנדר אלטמאן עליו במאמר ח פ״א:
אין פרקים ז און ח דארט איז דער רס״ג טאקע מאריך אפצוווארפן די טענת הקראים אז כבר אכלנו לימות המשיח בבית שני וכו׳ ע״ש.
ועוד, ידועים דברי הרמב״ם בסוף הל׳ מלכים (פי״ב ה״ב) אז די עיקר איז להאמין ״בכלל הדבר״, ווייל אונז ווייסן מיר נישט קיין פרטים בכלל ע״ש. אין אנדערע ווערטער, דאס איז אביסל ענליך אין א וועג צו אמונה בה׳ (נאר שוואכער, ווייל עס האט נישט די ראציאנאלע הוכחות וואס מ׳קען טענה׳ן לגבי מציאת ה׳ וכנ״ל); מ׳גלייבט אין ״עפעס אן ענין״ וואס איז גאנץ vague ביסודו.
די שמועס רירט אויך אן דערין.