רבי נפתלי צבי שמערלער זצ"ל אדער ווין מ'האט אריהם גערופען בשעתו א' הערש'עלע שמערלער, האט סוף ימיו געוואוינט אין ירושלים עיר הקודש, ווי ער האט געדינט אלס ראש ישיבה בישיבת חיי עולם, אזוי אויך איז ער געוועהן א חבר אין דער ביד"צ פון דער עדה החרדית אין שפיץ פון דער דעמאלס דיגע ירושלים'ער רב רבי יוסף צבי דושינסקי זצ"ל.
רבי הירשעלע איז געבוירען געוורען ז' ניסן שנת תרמ"ח צו זיין פאטער רבי אפרים מרדכי זצ"ל אין שטאט מאניסטריטש. ער איז געווארען א איידעם פון רבי יעקב מאיר בלייך מחשובי חסידי הוסיאטין.
בשנת תרצ"ח איז ער אנטלאפען פון זיין היים-שטאט עיר הבירה וויען, אין אנגעקומען קיין ארץ ישראל ווי ער האט זיך באזעצט אין תל אביב, נישט לאנג נאכדעם האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין ירושלים, ווי ער איז געווארען אויף גענומען אלס ראש ישיבה פון "חיים עולם", דארט האט פארגעזאגט יעדען טאג עטליכע שיעורים אין פארשידענע מקצועות הש"ס, גפת, שו"ע והוראה, אזוי אויך בעניני עבדות ה' ועבודת התפלה. ערב שבת פלעגט ער פארלערנען ארחות חיים ודרכי יראה פון חסידישע ספרים.
עס דערציילט רבי אליעזר ראבינאוויטש אז שחרית פלעגט ער דאווענען מיט דער באיאן מנין, גלייך נאך דאווענען האט ער זיך שוין געיאגט אנהייבען צו געבען זיינע שיעורים, פרישטיק האט ער ערשט געגעסן בשעות הצהריים.
דער גור'ע רבי, רבי אברהם מרדכי אלתר זצ"ל בעל 'אמרי אמת' האט געשיקט זיין בן זקונים דער 'פני מנחם' לערנען ביי איהם. אזוי האט פלעגט ער שיקען משלוח מנות, און ווען רבי הערשעלע שמערלער איז אריין געקומען צו איהם האט ער זיך אויף געשטעלט.
נאך א שטיקל צייט איז ער געווארען אויפגענומען לחבר הבד"ץ דעדה החרדית, אויף דער פארלאנג פון הגרי"ץ דושינסקי, וואס האט איהם נאך געקענט פון פריער, אז רבי הערשעלע האט זייער פונקטליך ארויס דער מסורה לפי פסקיו פון דער חתם סופר זי"ע.
ער איז געוועהן דער ערשטע אדרעסס פאר מסדר זיין א היתר מאה רבנים, ווען דער טעפליקער גאון איז שוואך געווארען האט ער געשיקט זיינע שואלים ושאלות צו הרב שמערלער, זייער ידידות איז געוועהן זייער שטארק, זיי פלעגן יעדען טאג זיי אינאיינעם פאר צוויי שעה. לפלא איז זייער פטירה געריקט מיט מיט בלויז דריי טאג, אין ליגען טאקע איינע לעבען דער אנדערע, הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו.
נלב"ע כ"ה סיון תש"ח לפ"ק
פארזעצונג אי"ה
רבי נפתלי צבי שמערלער, ראש ישיבת חיים עולם - כ"ה סיון
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
רבי נפתלי צבי שמערלער, ראש ישיבת חיים עולם - כ"ה סיון
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
דולה ומשקה האט געשריבן:ווען דער טעפליקער גאון איז שוואך געווארען האט ער געשיקט זיינע שואלים ושאלות צו הרב שמערלער, זייער ידידות איז געוועהן זייער שטארק, זיי פלעגן יעדען טאג זיי אינאיינעם פאר צוויי שעה. לפלא איז זייער פטירה געריקט מיט מיט בלויז דריי טאג, אין ליגען טאקע איינע לעבען דער אנדערע, הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו.
לויט ווי איך געדענק פלעגט דער בעלזע רב זי"ע שיקן שאלות צו אים
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:רבי נפתלי צבי שמערלער זצ"ל אדער ווין מ'האט אריהם גערופען בשעתו א' הערש'עלע שמערלער, האט סוף ימיו געוואוינט אין ירושלים עיר הקודש, ווי ער האט געדינט אלס ראש ישיבה בישיבת חיי עולם, אזוי אויך איז ער געוועהן א חבר אין דער ביד"צ פון דער עדה החרדית אין שפיץ פון דער דעמאלס דיגע ירושלים'ער רב רבי יוסף צבי דושינסקי זצ"ל.
רבי הירשעלע איז געבוירען געוורען ז' ניסן שנת תרמ"ח צו זיין פאטער רבי אפרים מרדכי זצ"ל אין שטאט מאניסטריטש. ער איז געווארען א איידעם פון רבי יעקב מאיר בלייך מחשובי חסידי הוסיאטין.
בשנת תרצ"ח איז ער אנטלאפען פון זיין היים-שטאט עיר הבירה וויען, אין אנגעקומען קיין ארץ ישראל ווי ער האט זיך באזעצט אין תל אביב, נישט לאנג נאכדעם האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין ירושלים, ווי ער איז געווארען אויף גענומען אלס ראש ישיבה פון "חיים עולם", דארט האט פארגעזאגט יעדען טאג עטליכע שיעורים אין פארשידענע מקצועות הש"ס, גפת, שו"ע והוראה, אזוי אויך בעניני עבדות ה' ועבודת התפלה. ערב שבת פלעגט ער פארלערנען ארחות חיים ודרכי יראה פון חסידישע ספרים.
עס דערציילט רבי אליעזר ראבינאוויטש אז שחרית פלעגט ער דאווענען מיט דער באיאן מנין, גלייך נאך דאווענען האט ער זיך שוין געיאגט אנהייבען צו געבען זיינע שיעורים, פרישטיק האט ער ערשט געגעסן בשעות הצהריים.
דער גור'ע רבי, רבי אברהם מרדכי אלתר זצ"ל בעל 'אמרי אמת' האט געשיקט זיין בן זקונים דער 'פני מנחם' לערנען ביי איהם. אזוי האט פלעגט ער שיקען משלוח מנות, און ווען רבי הערשעלע שמערלער איז אריין געקומען צו איהם האט ער זיך אויף געשטעלט.
נאך א שטיקל צייט איז ער געווארען אויפגענומען לחבר הבד"ץ דעדה החרדית, אויף דער פארלאנג פון הגרי"ץ דושינסקי, וואס האט איהם נאך געקענט פון פריער, אז רבי הערשעלע האט זייער פונקטליך ארויס דער מסורה לפי פסקיו פון דער חתם סופר זי"ע.
ער איז געוועהן דער ערשטע אדרעסס פאר מסדר זיין א היתר מאה רבנים, ווען דער טעפליקער גאון איז שוואך געווארען האט ער געשיקט זיינע שואלים ושאלות צו הרב שמערלער, זייער ידידות איז געוועהן זייער שטארק, זיי פלעגן יעדען טאג זיי אינאיינעם פאר צוויי שעה. לפלא איז זייער פטירה געריקט מיט מיט בלויז דריי טאג, אין ליגען טאקע איינע לעבען דער אנדערע, הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו.
נלב"ע כ"ה סיון תש"ח לפ"ק
פארזעצונג אי"ה
הגרי"צ דושינסקי היה רבה של "העדה החרדית" ולא רבה של ירושלים. כשמונה לגאב"ד העדה החרדית היה הגאון הרב קוק רבה של כלל העדה האשכנזית ושלוש שנים+ לאחר מכן לאחר פטירת הרב קוק מונה הגרצ"פ פרנק לרבה של ירושלים.
הרב דושינסקי מונה בתרצ"ב ע"י העדה החרדית לאחר פטירת הגרי"ח זוננפלד, הגאב"ד הראשון של העדה החרדית שהוקמה לאחר שמיעוט מהאשכנזים לא קיבל את מינויו של הרב קוק לרבם בידי כלל האשכנזים והקים את העדה החרדית.
רק בחוגי העדה החרדית נחשבו הרבזוננפלד ואחריו הרב דושיסקי לגאב"ד ירושלים (וכן רבני העדה החרדית אחריהם), אך בעיני כלל האשכנזים לא מינוי העדה החרדית היה המינוי לרבה של ירושלים אלא רק לרבה של העדה החרדית שאז והיום היא המיעוט מהאשכנזים.
באשכול על הרב קוק התייחסתי היחס לרב קוק כרבה של ירושלים וגם של מתנגדים לציונות ולדרכו ואף של מגדולי "העדה החרדית" ותומכיה.
ראו כאן בתגובה השישית מהסוף: viewtopic.php?f=8&t=1183&start=125
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל