[center]פנימי ~ בלתי מוגה[/center]
בס''ד
עס איז א זומער'דיגע שבת נאכמיטאג נאכ'ן לערנען עטליכע שעה, זונטאג איז דאך א דרשו מיט א תורתך טעסט, באט איך פיהל איך דארף א טשענטש גיי איך צום שאנק איך נעם ארויס א משניות מס' אבות כנהוג (אויסצוארבייטן אביסל די מידות פארן גיין אין ביהמד''ר מונע צו זיין קלעפ וואס עס איז שטארק שכיח נאך א לאנגווייליגע נאכמיטאג..)
הייב איך אן צו לערן אזוי פרק ה ביז איך קום אן צו משנה טז ווי נאר איך לערן אפ די משנה פאל איך אריין אין עולם המחשבות, אזוי ווי עס איז ארויסגעקומען חידושים לאמיר עס מיטיילן מיט די ציבור, וזה החלי בעזהש''ית.
די משנה אין פרק ה' משנה טז כל אהבה שהיא תלויה בדבר, בטל דבר בטלה אהבה, ושאינה תלויה בדבר אינה בטילה לעולם, איזו אהבה התלויה בדבר זו אהבת אמנון ותמר, ושאינה תלויה בדבר זו אהבת דוד ויהונתן, ע''כ.
די משנה איז מסביר די דוגמה פון אהבה התלויה בדבר איז די ליבשאפט פון אמנון צו תמר וואס דאס איז קלאר געווען א תלוי בדבר אזוי ווי מען זעהט טאקע אז ווען זי האט עם קאטעגאריש אפגעזאגט איז נישט נאר פארשווינדען זיין גאנצע ליבע צו איר נאר ער האט באקומען צו איר א גרויסע פיינדשאפט ווי עס זאגט די פסוק וישנאה אמנון שנאה גדולה מאד כי גדולה השנאה אשר שנאה מאהבה אשר אהבה שמואל ב' יג
יעצט לאמיר זעהן וואס די פסוק זאגט ביי אהבה שאינה תלויה בדבר אהבת דוד ויהונתן דאס געפונען מיר ביי די הספד וואס דוד האט געזאגט אויף זיין ליבע פריינד וז''ל צר לי אחי יהונתן נעמת לי מאד נפלאתה אהבתך לי מאהבת נשים, דאס הייסט מיין ליבע צו דיר איז מער ווי די ליבשאפט פון די מאן וואס האט ליב א פרוי. עי' במצודת דוד וז''ל שאהבתיך היא אהבה נפלאה, והיא יותר מאהבת נשים אשר המה נאהבות אהבה רבה למי שחושק אליהן ע''כ.
דאס וואס ער זאגט אז די ליבשאפט איז מער פון אהבת נשים דארף א שטיקל ביאור ווי איז שייך מער? איך טראכט א הסבר ווייל ביי א מאן און א פרוי סוף כל סוף זענען זיי דאך פון אן אנדערע טייג געקנאטן סוי ס'וועט אייביג זיין א שפאלט צווישען זיי, משא''כ ביי מענער פארשטייט מען זיך בעסער, אולי.
לכאורה איז דא די ערשטע און אפשר די איינציגסטע מקור אהבה ביי צוויי מענער אויף אזא דרגא!
מיינע חברים! זענען זיי תלויה בדבר, אינה תלויה בדבר? בטילה אינה בטילה לעולם? דאס זענען די מחשבות וואס לויפן אין קאפ לערנדיג די משנה, קודם לאמיר זעהן בכלל וויאזוי שטעלט זיך צוזאם פריינדשאפט, בדרך כלל דו קלאפ זיך אן אין איינעם מחמת דו דרייסט זיך אסאך נעבן עם אין ביהמ''ד אין ארבייט אין קאווע שטיבל וכדו' טוישט אויף אפאר ווערטער אזוי צוביסלעך זעהסטו איין ער איז בכלל נישט אזא נער גראדע פארשטייסטו זיך מיט עם און אזוי ווייטער ביז דו ווערסט זיין פרענד ביז...... די בטל דבר גייט אריין אין קראפט און עס ווערט בטלה אהבה,
[center]אהבה שאינה תלויה בדבר[/center]
די תפארת ישראל אויף די משנה איז דאס מסביר ומצינו דוגמתה בם ונקראת זימפאטהעטישע ליעבע בל''א דב' בני''א אף שלא הכירו זא''ז מעולם תיכף כשיראו זא''ז יאהבו זל''ז בלי טעם, ויש לזה טעם נעלם עכ''ל.
איז מיר ארויף געקומען אין מיין זכרון די חזו''א אין אמונה ובטחון פ''א או' יד ער איז מבאר אהבה ושנאה שרייבט ער אזוי שני כחות נבראו בנפש האדם כח אהבה וכח השנאה וכו' ההכרעה ביניהם מי יחי' ומי ימות מי ינוח ומי ינוע על הרוב תלוי במעשה בעילות המביאות לידי אהבה לפי חוקי הטבע של הבריאות ובעילות המביאות לידי שנאה.[למען האמת איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס ער שרייבט דא, לעת עתה]. ואמנם אף בלי סיבה מעשית יש סיבה צפונית בכחות הנפש להפק חן ואהבה לרעהו שהוצג לפניו בפעם ראשונה אשר לא הכירו מעולם ומנקודת אהבה זו הולכת האהבה וגדלה ומתוספות, [i]וכמו כן יש כחות בנפש להפק שנאה מרורה לרעהו בלי כל סיבה מוקדמת רק בגלל שלא מצא חן בעיניו והשנאה הולכה ומתפתחת ביניהם וביוחד הדבר רגיל באלה שכשרון שכלם חזק ומידותיהם ערות וחדות.
יעצט לאמיר צו גיין זעהן וויאזוי דאס ארבייט אין ריעל לייף, איך וואק אריין אין ביהמד''ר איך זעה צוויי יונגעלייט פארברענגען צוזאמען גלייך הייב איך אן צו פילען א ליבשאפט צו איינעם איך טראכט הלוואי איך קען גוט ווערן מיט עם נאכדעם פיהל איך, איך מוז גוט ווערן מיט עם גראדע באמערק איך יענער האלט אין איין קוקען אויף מיר יענער פרעגט עם איבער 3 מאל ביז ער ענטפערט עם בקיצור איך זעה עפעס א קאנעקשענס הייבט זיך אן צו דעוועלאפן,
איך גיי צו צי עם ער שמייכלט זיך שוין אונטער כ'פרעג עם ווי די ביה''כ געפונט זיך זאגט ער מיר היינט צוטאגס איז עס אונטען אבער ביז ממש לעצטענס איז עס נאך געווען נעבן די קאווע צימער פארשטייט זיך אז די שמועס האט זיך ווייטער געצויגען, נאך עטליכע מינוט האב איך שוין געהאט זיין סעלפוין נאמבער אויף ספיעד דייל, נאך צוויי טאג האט ער מיר מגלה געווען זיין ניק אין קאווע שטיבל..., איך האב זיך דערזעהן מיטטיילן מיינע סודות מיט א באקוועמטקייט אזוי איז די ליבשאפט געוואקסן מער און מער פון טאג צו טאג ער האט מיר אפי' געזאגט זיין סעללער נעים אויף עמעזאן, ביז מיר ווערן ממש ווי איינס.
מיינע מחשבות הייבן אן צו וואנדערן צווישען סעטס אויף פרענד'ס דער איז תלויה יענע סעט איז זיכער אינה תלוי' היות איינער איז א מגי''ש אין די אנדערע א פשוטע בהב''ית,
טראכטענדיג אזוי דערמאן איך זיך אז ווען איך האב נאך געוואונט אין שטאט האב איך געהאט גאנץ א נאנטע חבר אונז האב מיר אסאך פארברענגט צוזאמען זיך גאנץ פיין פארשטאנען ויהי היום אין א רויטע דאנערשטאג באמערק איך אז זיין קאפ איז אינגאנצען נישט מיט מיר עפעס איז ער ביזי צו טעקסטן איינעם, שוין מאכטס זיך אמאל אינמיטן געט ער מיר א פרעג קענסט א. ב. וואס האט זיך לעצטענס אנגעפאנגען זיך צו דרייען ביי אונז אין ביהמד''ר יא זאג איך עם וואס האסטו זיך פלוצלונג דערמאנט אין עם, ווייסט וואסערע געשמאקע יונגערמאן ער איז אקעי זאג איך, עס איז נישט די ערשטע מאהל וואס איך שאץ איבער מיין מבינות אויפן בליק, די נעקסטע מאהל איך זעה דעם יונגערמאן גיי איך צו צי עם איך הייב אן א שמועס דער האט מיר גאר ווארעם אויפגענומען זייענדיג זיין פרענדס חבר האט ער זיך געשפיערט ווי א שטיקל מחותן צו מיר איז וואס זאל איך ענק זאגען אויף וויפל איך האב געמיינט ווי אומבאחנ'ט דער יוד איז, בין איך געוואר געווארן אז סאיז פילפאכיג מער,
הכלל מיין חבר ווי א טאג שפעטער איז ער אלטס מער געווארן קאנעקטעט מיט עם און מיין ווינדער איז געוואקסן קודם האב איך געמיינט אז עס איז פלעין קנאה אבער ווי מער איך האב אריין געטראכט האב איך נישט אנגעפאנגען צו פארשטיין דע קאפל, נישט נאר איך נאר יעדער וואס האט זיי געקענט האט זיך הויך געווינדערט מה ראה לשטות זה,
שוין טראכט איך לאמיר עם קלינגען און הערן וואס ער זאגט איך זיך זיין נאמבער אין מיינע קאנטאקטס יא איך האב עס נאך איך רופ עם אן ער הייבט אויף וואס האב איך די זכי' וואס מאכסטו וויאזוי גייט עס, שוין נאכן שלום עליכם אויסטויש גיי איך גלייך צו צום ענין אז אזוי ווי איך ארבייט יעצט אויף דוקדורוט אויפן נושא פון אהבה שאינה תלי' בדבר וויל איך הערן זיין עקספיערינס זאגט ער וואס קען איך מוסיף זיין וואס דו ווייסט נאכנישט, איך דיר זאג איך עם איבער די חזו''א דער איז אויפגעשפרינגען ער רעדט דאך ממש פון מיר סיי די חלק אהבה און סיי די חלק השנאה, איך דערמאן זיך טאקע מיט וואסערע שנאה דער פלעגט רעדן אויף געוויסע על לא עוול בכפם, שוין האב איך א לעבעדיגע דוגמה, דערנאך ווארפט ער מיר א חידוש,
ער האלט זאגט ער אז זיין פריינד'ס אהבה איז נישט די סארט וואס איך האב צו עם למשל איך יעדע מעסטש וואס איך באקום טראכט איך גלייך ער איז עס, איך טראכט פון עם אסאך איך בין אייביג גרייט צו גיין מיט עם, ווען ער הייבט נישט אויף די פוין ווער איך גלייך ווילט וכדו' משא''כ ער איז נישט אזוי יא ער האט אהבה צו מיר אבער נישט די סארט, בפרט לעצטענס איך האב איך זיך אריבער געצויגען צו א נייע געגענט כ'טרעף זיך ווייניגער מיט עם קען דורך גיין טעג וואס ער זאל מיר נישט ריפלייען און ווען איך פרעג עם ווייסט ער נישט וואס איך רעדט.
טראכט איך צו מיר אז מעגליך איז דאס אן,[center][b]אהבה שאינה תלויה בדבר מצד אחד![/center]
פון די תפארת ישראל איז טאקע משמע אז עס דארף ארבייטן פון ביידע צדדים אבער די חזו''א רעדט קלאר פון איינער וואס באליבט זיך אין א צווייטען, אולי.
האבן מיר בס''ד געטראפן א חת''ס אין תורת משה ד''ה ושמרתם,
וז''ל ונראה אהבה שאינה תלויה בדבר אפי' אם רק מצד אחד אינה תלוי ג''כ אינה בטילה, כגון אם תאמר דוד אוהב את יהונתן תלוי בדבר הואיל ורואה יהונתן אוהב אותו אהבה שאינה תלויה בדבר ע"כ אוהב הוא אותו, נמצה מה שאוהב דוד את יהונתן תלוי בדבר הואיל ויהונתן אוהבו, מ"מ אינה בטילה לעולם שהרי אהבת יהונתן לו אינה בטלה לעולם שהרי אהבת יהונתן לו אינה תלוי בדבר ואינה בטלה, ה"נ אהבת דוד לו אינה בטלה, ע"כ.
איז מבואר אז עס איז בעצם נישט שייך אזא זאך ווי אהבה שאינה תלוי' מצד אחד ווייל ע"כ האט די צווייטער אויך אהבה צו דיר,
לכאורה וועט זיין אבער א חילוק צווישען די צוויי דער מתחיל ער האט באמת א ליבשאפט צום חבר דהיינו ער מאכט עם קיינמאהל נישט נערוועז ער האט ליב זיינע תנועות די וועג וויאזוי ער רעדט וכדו' משא"כ די צווייטער קען מען קלערן צו זיין אהבה וואס שפיגעלט צוריק צו עס איז די סארט אהבה ווייל בעצם וואלט ער עם ווען נישט ליב געהאט לולי יענער האט עם ליב איז יש מקום להסתפק וועלכע דרגא זיין אהבה איז.
למעשה פון מיין חבר איז משמע אז עס איז נישט די זעלבע אהבה, הגם מען קען נישט ציען קיין מסקנות ווייל עס ווענט זיך אין די טבעיות אויך, איינער איז מער ליבליך ביי נעטשור, איינער איז מער אלוינער וכדו'
פרעג איך מיין חבר וויאזוי ארבייט עס טאקע לכאורה אז דיין ליבשאפט איז גרעסער ווערסט אנטוישט אסאך מאהל סוי די ווערסט נישט דיסעפוינדעט? ווייסט אפי' נישט ווי גוט די פרעגסט זאגט ער מיר, דאס פאסירט זייער אסאך אבער וויפל איך מאך אפ דאס איז עס איך האק אפ, ס'גייט נישט אדורך קיין סאך און א ליבשאפט אטאקע באנעמט מיר און וויפל איך פרוביר זיך צו שלאגען דערמיט גייט עס נישט און פלוצלינג דערזעה איך זיך שיקען א אישי וואטס אפ חביבי און צוריק צום אלטן און ווער רעדט נאך ווען איך באגעגן עם דעמאלטס ווער איך איבערגענומען פון קאפ ביז די פוס פאר ליבשאפט, אין די זעלבע צייט וואס איך האב שוין אפגעהאקט פון חבירים פאר אסאך קלענערע סיבות גייט עס עפעס נישט דא.
על כל פשעים תכסה אהבה בתפארתה!
ס'איז כדי מציין צו זיין א מכתב פון די חב"ד'סקר מלאך געדרוקט סוף פון זיין ספר אוצר אגרות קודש ער שרייבט דארט א כריתות ברית מיט עטליכע חבירים הייבט ער אן צום ערשט זעמיר זיך מקבל זיך ליב צו האבען אהבת נפש ואהבת גוף וכו'
קען מיר איינער מסביר זיין וואס מיינט דאס אהבת גוף א חוץ פון דעם וואס אונז שמועס מיר עס איז נאר אינטערעסאנט וויאזוי מ'קען דאס מקבל זיין לכאורה דארף דאך דאס קומען נאטורליך.
ס'איז נאך דא אסאך צו רעדן איבער די נושא ועוד חזון.
נפלאתה אהבתך לי ~ אהבה שאינה תלוי' בדבר ח''א
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
אפילו דע אהבה שאינו תליה בדבר, איז תלוי אין עפעס א געפיהל, פארוואס האב איך אזוי ליב מיין חבר? ווייל ער געבט מיר וואס איך דארף, ווייל ער פארשטייט מיין שפראך, ווייל ער פארשטייט מיט א בליק וואס א פרעמדע פארשטייט נישט נאך א שמועס פון א שעה, סע "מיר" געשמאק צו פאברענגען מיט אים, בקיצור ער פילט אהן מיינע צרכים, אין פארדעם האב איך איהם ליב, סא בעצם איז טאקע גאנץ שווערליך צי פארשטיין וואס דאס הייסט אהבה שאינו תליה בדבר, סע דאך יא דא עפעס א ריזען פאר די ליבשאפט. ווער עס קען באלייכטן די אויגן אין דעם נושא, ווערט העפליך געבעטן זיך צי לאזן הערן. א דאנק