איינע פון די מערסטע אומגליקליכע פונאנדערשיידן ס'זענען טיילמאל פארהאן צווישען באזונדערע סארט לומדים, וואס כאטש די ביידע סארט צייכענען זיך אויס מיט זייער פלייסיגקייט, זייער כשרון, זייער געמיינזאמע ציל קונה צוזיין דאס וואס זיי לערנען, פונדעסטוועגן בשעת די ערשטע סארט איז מצליח און זעהט א ברכה אין זיינע לימודים, זיין אינטעלעקט ווערט אויסגעשארפט, אין זיין ידיעות אויסגעברייטערט, זיינע קענטעניסן בארייכערט, איז אבער אין די זעלבע צייט די צווייטע סארט, וואס כאטש אויף צייטווייליג נעמט ער אויף די ידיעות, און פארשטייט די לאגיק ארינטער, ווערט דאס אבער אלס מיט די צייט צורינען און בלייבט איבער מיט גארנישט.
אין קורצן פארהאן איינער וואס לערנט און וואקסט א תלמיד חכם, ווידער איז פארהאן איינער וואס פארפאסט נישט קיין איין דף היומי שיעור, און פארשטייט יעדען מאמר, יעדע סברא, אין דאך פארמירט עס נישט זיינע ידיעות אים ארויפצוברענגן אויפן שטאפל פון ווערן א ת"ח, וואס ליגט אינטער דעם ?
איך באצוה זיך איצט צו תורה, אבער גענוי די זעלבע איז אמת מיט אלע ערליי לימודים אריינגערעכנט סעקולארע שטודיוס.
די הויפט אינטערשייד ליגט אין די וועג וויאזוי די מח פראצעדירט די אינפארמאציע, כדי אז די אינפארמאציע זאלן האבן א דויערהאפטיגן באזיץ אינעם מח, פעלט אויס אז זי זאל ווערן פארבינדען אין אסאצעאירט מיט אנדערע אינפארמאציע פון איר גלייכן וואס טוט פארמירן א כלליות'דיגע פארשטאנד אין די טעמעס, דאס הייסט אז מ'קען נישט לאזן א סברא אלס א יתומה, א יוצא דופן, יעדע סברא דארף צוזיין א טייל פון א גרעסערען בילד, א פאזעל, וואס מ'דארף צוזאמשטעלן, די שטייגער כדי דער מח זאל פרוצעדירן די אינפארמאציע אויף דעם וועג איז דוקא נישט גענוג אז מ'לערנט ווייל מ'וויל געדענקן און קונה זיין, און איז נישט גענוג אז מ'וויל ווערן א תלמיד חכם, עס מיז זיין אן אינערליכע אינטערעסע באמת צו וועלן כשלעצמו פארשטיין די מושגים און וויאזוי זי פאסט זיך אריין אינעם ברייטערען בילד, ד.ה. מ'מוז ערווארטן ענטפערס אויף פראגעס, און נישט אז מ'פיטערט אריין אין מויל מאמר נאך מאמר, סברא נאך סברא, וואס דאן אויב מ'צילט נישט מראשית אחרית מיטן לערנען אז ס'זאל פארענטפערט ווערן די ערווארטערטע ספיקות וועט יעדע סברא אפילו מ'פארשטייט זי גוט פארבלייבן א יתומה אין וועט אינגיכן פארשווינדן ווערן פונעם געדאנק.
קנין התורה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל