דרשת ה'ברך משה' מסאטמאר נגד ר' אברהם לייטנער

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

outspoken האט געשריבן:אז מ'פארט צוויי דורות צוריק געבליבן פון עקבתא דמשיחא, אין לך דבר גדול מזה. (כ'מיין כ'וועל ווערן זלוני...)

ביי דיר איז דאס עקבתא דמשיחא, ביי מיר איז עקבתא דמשיחא אז ס'איז דא א גאנצע ציבור אידן וואס האבן זיך גענומען א רבין משום סיבה אחת, צו שטויסן זייער שונא, זיי האלטן פון אים כמעט נאך ווייניגער ווי פון ווי זייער שונא, אבער אז ער שטויסט איז ער גוט
דאס איז א חידוש אין עקבתא דמשיחא, וואס איז נאכנישטא אין קיין איין חסידות, ס'וועט מן הסתם זיין אין עטליכע יאר ארום, אבער היינט איז עס נאכנישטא, די ערפינדער זענען די אהבה מסותרת אידן וואס ווייסן אז אלעס איז היינט פאלטשע רבי'ס
און דאונט געט מי ראונג, כ'גאלד' ועוד לקרא, מיך שטערט נישט אז רז"ל איז א רבי, ווען נישט די גאנצע פאליטיק וואלט ער ווארשיינליך אויך געווען א רבי, נאר דאן וואלט ער געווען סיגעטער רבי, און איך און נאך טויזענטער חסידי אביו וואלטן צו אים אויך געגאנגען צו טישן וכו', ס'איז נאר דער קאנצעפט ווער ס'האט אים גענומען פאר א רבי און פאר וואסערע סיבה, און די אידן ווייסן מבדיל צו זיין ווער ס'איז א קדוש און ווער נישט
#אם אין דעת הבדלה מנין
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

דריידעל אין אלעס ניקס פין צד מהרז''ל, גייטס איין כ''ו ניסן קיין קרית יואל, טויזענטער פין צד מהר''א שטראמען צום ציון אין די צו די יארצייט סעדוה,
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

איינער האט השגה פארוואס די אשכול איז נישט אין צימעס?
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

לעצטענס איז שוין עטליכע מאל דא שווער געווארען די פראגע, די אחראים זאגען מען זיכט נאך מעמבער'ס.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

signout האט געשריבן:איינער האט השגה פארוואס די אשכול איז נישט אין צימעס?

ווייל די ווילדע פון ביידע שרייבען שוין נישט, ס'איז א דיבאטע אין אידילאגיע, נישט סתם יענעם אראפצורייסען.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

גאלד האט געשריבן: ס'איז ניתן להאמר אז דאס איז געווען דער יסוד פון דער ברך משה'ס מערכה קעגן ר' אברהם'ן און בני יואל בכלליות, וואס כידוע איז דער ברך משה געווען 1000 מייל אוועק פון דעם מהלך.


יא, מיין פוינט איז אז, איך האלט די טאג וואס די זאליס וועלן איינזעהן אז די גאנצע מחלוקה האט זערא מיט אידישקייט און אידעאלגיע, וועט אטאמאטיש פארן די באן צו שלום ושלוה ווי ברודער,
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן

נו @גאלד ביסטו דאך אויך מלבש אין הייליגקייט ודרך התורה דיין קריג, נו פארוואס זענען אנדערע דאס נישט בארעכטיגט?.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כאנישט קיין אהנונג, וואס פרעגסטו מיך?
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

signout האט געשריבן:דריידעל אין אלעס ניקס פין צד מהרז''ל, גייטס איין כ''ו ניסן קיין קרית יואל, טויזענטער פין צד מהר''א שטראמען צום ציון אין די צו די יארצייט סעדוה,


איך ווייס טאקע נישט וויאזוי עס קוקט אויס ביי זיין יארצייט אבער ביים לוי' בין איך געווען, און קיינער האט נישט אויסגעקוקט ציבראכען.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

signout האט געשריבן:איינער האט השגה פארוואס די אשכול איז נישט אין צימעס?


גערעכט ביסטו, אין פרונציפ עפען איך קיינמאהל א אשכול אין דער פארשאלטענע הידוע לשמצה'דיגע אפטיילונג הנודע בכינוי לרע 'צימעס', כ'האב אין באזיץ גאר אסאך וואס המונח באוצרי הטוב, נאר ווי די קליין קעפיגע נערישע ניקס פארוואדלן כסדר יעדער איינציגער נושא צו די באקאנטע שנאת אחים והמחללי שם שמים ההולכים בערכות של עכו"ם.

דייקא האב איך אהערגעשטעלט דא, ווייל דא באלאנגט דאס, נו, וואס זאל איך טוהן? זאל איך ענדערש אויפהערען?
פארוואס קענען די גבאים נישט דאס אויסמעקן אדער לכל הפחות אריבערפירען דער גאנצע אהרון/זלמן לייב געפלוידעכטס און געמוידזעכטס צו יענעם פארשאלטענע עקלהאפטיגע גרף של רע'דיגע אפטיילונג?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

[tag]דולה ומשקה[/tag] האט געשריבן:
signout האט געשריבן:איינער האט השגה פארוואס די אשכול איז נישט אין צימעס?


גערעכט ביסטו, אין פרונציפ עפען איך קיינמאהל א אשכול אין דער פארשאלטענע הידוע לשמצה'דיגע אפטיילונג הנודע בכינוי לרע 'צימעס', כ'האב אין באזיץ גאר אסאך וואס המונח באוצרי הטוב, נאר ווי די קליין קעפיגע נערישע ניקס פארוואדלן כסדר יעדער איינציגער נושא צו די באקאנטע שנאת אחים והמחללי שם שמים ההולכים בערכות של עכו"ם.

דייקא האב איך אהערגעשטעלט דא, ווייל דא באלאנגט דאס, נו, וואס זאל איך טוהן? זאל איך ענדערש אויפהערען?
פארוואס קענען די גבאים נישט דאס אויסמעקן אדער לכל הפחות אריבערפירען דער גאנצע אהרון/זלמן לייב געפלוידעכטס און געמוידזעכטס צו יענעם פארשאלטענע עקלהאפטיגע גרף של רע'דיגע אפטיילונג?

אדרבה [tag]דולה ומשקה[/tag] זיי מסבר וואס האסטו געוואלט מיט עפענען די אשכול...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

דריידל האט געשריבן:
signout האט געשריבן:דריידעל אין אלעס ניקס פין צד מהרז''ל, גייטס איין כ''ו ניסן קיין קרית יואל, טויזענטער פין צד מהר''א שטראמען צום ציון אין די צו די יארצייט סעדוה,


איך ווייס טאקע נישט וויאזוי עס קוקט אויס ביי זיין יארצייט אבער ביים לוי' בין איך געווען, און קיינער האט נישט אויסגעקוקט ציבראכען.
עס איז טאקע געווען אסאך וואס געמאכט ליצנות ביי די לוי' די באלאנגען צו די צד וואס קומט נישט צו זיין ציון כ''ו ניסן, אדרבה רעדט נישט וואס איז געווען ביי די לוי, ענדערש רעדן וואס מען זעהט יערליך
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

וואס האט געפעלט פאר די לווי' אין וויליאמסבורג?? אין מיינע אויגן איז עס געווען זייער רואיג און דרך ארץ'דיג
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

אהרונים זענען בכלליות גאר שטארקע חסידים פונעם ברך משה, און די זאליס בכלליות זענען זייער שוואכע חסידים פונעם ברך משה, איינער וואס זאגט עפעס אנדערש איז אדער א ליגנער, אדער זייער אומוויסענד
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אדער משוגע... ווייל ס'נישטא וואס צו proud זיין דערמיט.
צי ס'אמת ווייס איך נישט ווי ווייט. זייער אסאך זענען געווען שטיצער ביז ער האט אנגעהויבן גרויס מאכן ר' אהרן, פונקט ווי די ארונים זענען געווען גערעגט אויף אים פון נ''ט.
ווי ס'קוקט אויס האט יעדער צד געהאט זיינע אייגענע נגיעות.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

די ארונים זענען קיינמאל געווען ברוגז אויפן ברך משה, גלייב מיר, אדרבא זיי האבן געהאלטן אז ער איז גאר געווען די וויקטים פון משה גבאי און ר' זלמן לייב,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

און איך מיין אז די בעסטע ליטמוס טעסט איז לאחר מותו, ווען ס'שוין נישטא קיין אגענדעס,
די ארונים זענען שטענדיג מזכיר בשבחו לדורות הבאים, מפיץ זיינע ספרים, באשרייבן זיין לעבנסשאפן כצדיקים הקודמים, רעדן פון איהם מיט נאסטאלאגיע און אויסערגעווענליכע כבוד,
ווידער מצד הזלמונים וואלט לכאורה דער ברך און 10 יאר שוין אינגאנצן פארגעסן געווארן לא יזכר ולא יפקד, (חוץ ביי משפחה און פריינד)
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

זיכער איז דא אגענדעס. די אגענדע פון ''אז אונז ארונים זענען געווען די עכטע חסידים פונעם ברך משה''
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כ'פארשטיי אבער ווי ווייט קען מען שפילן א געים, מ'קען אמאל ביי א יארצייט, און א צייטונג, אמאל דא אמאל דארט, אבער עט סאם פוינט, מוז מען זאגן אז זיי מיינען עס (נעבעך) ערענסט, זיי אייסערן איך אין זיינע ספרים, פארגלארייכן איהם בינו לבין עצמם, וויינען זיך אויס ביין זיין ציון, פרעדיגן פאר די קינדער זיין גדלות, ווילסט מיר זאגן דאס איז אלעס א שפיל? איי רילי דאוט איט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

מ'מאכט זיך אזוי לאנג ביז...
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

מ גפני האט געשריבן:וואס האט געפעלט פאר די לווי' אין וויליאמסבורג?? אין מיינע אויגן איז עס געווען זייער רואיג און דרך ארץ'דיג

חוץ ווען די זאליס האבן פרובירט צו מאכן אביסל מהומות ווען מהר"א האט אנגעהויבן דעם הספד
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הערשט יעצט געזען די דרשה איך ווער נתפעל פונעם ברך ווי ער איז משבח זיין גרעסטע שונא ער ברענגט נאר אויך ארויס זיין פראבלעם

אין א זייטיגן נאטיץ נכ'ן דורך ליינען די דרשה ר' אהרן האט נאך נישט געהאלטן אפי' אן ענליכע דרשה ווי דעם און די קינדערלעך פראבירן מיך איינצורעדן אז באמת האט דער ברך גארנישט געהאט קעגן קינעם נאר ר' אהרן האט אים אנגעהעצט האהא
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

דולה ומשקה האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:[center]בעידן חדוותא דימי הפורים דשנת תשנ"ה לפ"ק בביהמ"ד דקיט"ל וומס"ב [/center]
ער איז אייביג מיט התנגדות צום פעטער ז"ל, וואס ער האט געקאנט האט ער אייביג געטאן, ווען דער פעטער איז קראנק געווארען האט ער די ערשטע זאך געוואלט מאכן צוברעכן די סאטמארע קהלה. ב"ה דער אייבישטער האט מיר געגעבן דעמלט כח ועוד און איך האב דעמאלס געראטעוועט ס'איז געווען ממש נניסי ניסים, ענק ווייסען נישט דערפון ער האט געוואלט מאכן...,


אונז דארף מיר וויסן ווער ער איז, ווער ס'איז ראוי פאר אונז, ער האט קיינמאהל נישט ליב געהאט דעם פעטער, דער פעטער ז"ל איז קראנק גאוורען איז ער געווען דער ראש פון די מורדים, איבערקערן אלעס אינגאנצען מהפך זיין הקערה, הקערה על פיה, און דעמאלטס ב"ה ס'איז מיר געלונגען, בעזר השי"ת אים איינצושטילען.

אבער ער דארף זיין פאר אונז מחוץ למחנה, איך וויל נישט מתווכח זיין מיט זיי, מ'דארף נישט פרעגן קיינעם, ס'איז קלאר אלעס ממש ווי דער טאג. אבער מ'דארף פון היינטמאל וויסן מ'האמיר נישט קיין שייכות מיט אים! אונז דארף מיר נישט צו ענטפערן! אונז דארף מיר נישט שרייבן! ס'אינטרעסירט מיך נישט וואס ער זאגט! זאל ער זאגן וואס ס'זאל זיין! אונז וועל מיר ווייטער אנגיין אויף דעם וואס אונז האב מיר מקובל פון אבות אבותינו אויפצוטאן פאר אידישע קינדער.


[center]דברות קודש
בשעת סעודת רעווא דרעוין פ' כי תשא תשנ"ה לפ"ק
[/center]

...ער איז א גרויסע בעל גאוה. ער איז געווען א שקרן כל ימיו! איך האב ב"ה נישט געהאט א שייכות קיינמאל מיט אים! דער פעטער ז"ל האט אים מרחק געווען, נישט געוואלט הערן פון אים כידוע! ברויכן מיר זיך אויך מרחק זיין פון אים כמטחוי קשת! קהל דארף זען תיכף ומיד גומר צו זיין. צו וועט ער האבן אויפגעטאן אסאך צו נישט, איז אונז נישט קיין נפקא מיניה, דער עיקר איז אז מ'דארף אים פורש און מפריש זיין פון אונז! נישט האבן קיין שייכות מיט אים, מיט די קינדער, און קינד'ס קינדער!

הלכה ברורה אז מען טאר אים נישט הערן! זיין הוראה איז אסור! מ'טאר ננישט דאווענען מיט זיין מנין! מ'טאר אים נישט מצרף זיין צו מנין! דאס זאג איך פאר די אידן וואס האבן שייכות מיט אונזער קהלה, אז חלילה וחס אריינצוגיין און זיין בית מדרש! און אפילו זיינע קינדער זענען אויך אסור! און ווער ס'גייט אריין אין זיין בית מדרש וויל איך נישט ער זאל האבן עפעס שייכות צו אונז! א מלמד וויל איך נישט ער זאל לערנען מיט אונזערע קינדער! איז ער א שוחט איז שחיטתו אסור! צו קיין שום דבר שבקדושה קאן מען נישט מצרף זיין דער וואס גייט צו אים אריין אדער וואס האט מיט אים שייכות!

איך פארלאנג קהל זאל ארויסגעבן אומר ועושה אזא פסק. מ'דארף נישט קיין זיצונג אויף דעם, איך וועל נישט דולדען די גאנצע זאך. איך גיב דא איבער פאר קהל אז זיי זענען מחויב צו פסק'נען להלכה אז ער איז מובדל און מופרש פון אונז.


צוויי דרשות האט ער געהאלטן, דער ערשטע טאקע פורים, אבער דער צווייטע בעת סעודת רעווא דרעוין איז ער זיכער געוועהן ביי זיך, מ'זעהט קלאר ווי דער ווייטאג האט ארויס געשריגן פון איהם, ער האט געוויסט וואס דער פעטער ז"ל האט געהאלטן פון ר' אברהם לייטנער.

דער גאנצע אהרן -זלמן לייב קומט בכלל נישט דא אריין, דאס איז בסך הכל דער דרשה פון דער ברך משה בנוגע וואס ער פרעזענליך האט געהאלטן פון איהם.


אקעי צייט צו גיין צום נעקסטע דרשה אדער בעסער נישט?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

איך זעה נישט קיין איין מיאוסע אויסדריק אין דעם גאנצן דרשה,
וואס זיי האבן פארקויפט אלע יארן אס עס איז געווען,

מ'זעהט קלאר פון די ווערטער, אז די סיבה פארן אזוי רעדן איז געווען מחמת כבוד פונעם פעטער, ס'האט אים געבאדערט אז איד וואס די פעטער האט אים ארויסגעווארפן און ער האט אים צוריק גענומען מחמת גוטסקייט זאגט מיינונגען קעגן סאטמאר,
עס איז זייער א נארמאלע זאך אז ס'זאל אים באדערן, אז ער איז געווען א גוטער און אים צוריק אריין גענומען און יעצט זעהט ער אז די פעטער איז ביג טיים גערעכט געווען מיטן ארויסווארפן און ער האט אים נישט געטארט צוריק אריין נעמען,


די ברך משה איז געווען ארויפגעקוקטע רב נאך פארן קריג,
און נאכן קריג האבן אלע גרויסע און עלטערע רבנים געשיקט זייערע מעריצים צו אים פאר דין תורות,
דער איז איז געווען א זעלטענהייט פון די אידן וואס האבן נאך אין היינטיגן דור געקענט כל התורה כולה,

און בנוגע דעם נאמען געבן, איז קודם רוב מענטשן האבן נישט געקענט געבן דעם נאמען,
און נאכדעם אזויווי לייזער די לעצט 10 יאר איז זיין מוח געווארן שוואכער און שוואכער, און זיינע ארומיגע האבן געמאכט פורים פון אים,
האט זיך שוין זיין שטארבן 10 יאר שפעטער נישט געפילט אזא שטארקע שאק, אווי בייים פעטער,
סא די געפיהל איז שוין נישט געווען די זעלבע,
ווייל זיייט תש"ס האט ער שוין גארנישט געפירט,


און איך בין מוחה אויף די זילותא דרבנן וואס קומט דא פאר,
עטץ קענטס פרעגן עני עלטערע איד, נאכן קריג אין ניו יארק איז ער געווען פון די אנגעזעהנסטע רבנים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאליפאפ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ביטע שרייבן מיט מינימאלע רעספעקט.
פארשפארט