און ווען ר' יודעל ראזענבערג ע"ה פלעגט ניצען דער טלית קטן אנצווישען דער טיש....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
די גלעזער זענען דאך א חפץ של קדושה וייל סאיז מלכתחילה געמאכט געווארן אויף אריינצוקוקען אין די הייליגע קליינע אותיות ממילא איז די שענסטע אין חשובסטע זאך פאר דער וואס פארשטייט אז סאיז דא א גרויסע עניין צו אפווישען מיט די ציצית די גלעזער
יש מקום לומר אז די מהלך איז ריכטיג אין אזוי איז ווען די מאדע ווערט א חלק פון דעם סטייל אין ווערט אויפגעכפט בצד הקדושה דאס בכלל נישט אזוי אפגעפרעגט אין די מאמר החכם איז ״אזוי וי עסט גוי׳אישט זיך אזוי יודיש׳ט זיך״ אין דאס באקומט א חלות פון קדושה אין דאס ווערט א חלק פון דעם עכטען יודישע לבוש אינטרסאנט אז כ״ק מרן מהר״ש השני מבאבוב זי״ע האט נישט געוואלט גייען מיט דעם וועסטל מטעם הכמוס עמו
וויאזוי פונקטליך ארבעט דאס? קענסט מיר אויסלערנען די פראצעדור? איך וויל אויפכאפן סעסעמי טשיקן אריין אין צד הקדושה, ס'זאל ווערן א חלק פון די "עכטע יודישע" מאכלים. קענסט מיר ארלעדיגן אזא חלות פון קדושה פאר א טאג צוויי?
איינער האט געשריבן:א וועסטיל איז געווען אמאל א מאדערנע זאך, די העכערע קלאס מענטשן זענען געגאנגען מיט א וועסטיל, וועגן דעם גייען די עלטערע חסידישע אידן אן דעם מאדערנען וועסטיל
וואס מיינט אמאל? איך האף אז די רעדסט נישט פון די לעצטע הונדערט פיפציג יאר ווייל אז יא האקסטו א טשייניק. די הייליגע צאנז'ע רב איז געגאנגען א וועסטיל, און איך ווייס נישט פון וועלכע אלטע חסידישע אידן די רעדסט אבער די חסידישע אידן וואס איך האב גיקענט וואס זענען שוין נישט דא מיט אונז אריבער דרייסיג יאר זענען יא געגאנגען וועסטלעך.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
אם סאר"י אבער עס דאכט זיך מיר אז די ביסט זיך טועה איך האב נישט אייביג געקויפט נאר ביי ראטה אבער איך בין אסאך גיוועהן ביי זיי און איך מיין זיי האבן יא פארקויפט.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אבער איך וויל זיך נישט הענגן באילן גדול, נאר איך וויל אריינברענגן א נייע מאכל צום צד הקדושה, ס'זאל זיין א "עכטע" אידישע מאכל. די שאלה איז נאר וואס די פראצעדור איז, שופרות? טונקען די סעסימי כפרה אין חברה קדישא מקוה? שווארצע ליכט? אפשר גאר אריינלייגן אזוב גראז אינעם ריצעפט?