outspoken האט געשריבן:אז מ'פארט צוויי דורות צוריק געבליבן פון עקבתא דמשיחא, אין לך דבר גדול מזה. (כ'מיין כ'וועל ווערן זלוני...)
ביי דיר איז דאס עקבתא דמשיחא, ביי מיר איז עקבתא דמשיחא אז ס'איז דא א גאנצע ציבור אידן וואס האבן זיך גענומען א רבין משום סיבה אחת, צו שטויסן זייער שונא, זיי האלטן פון אים כמעט נאך ווייניגער ווי פון ווי זייער שונא, אבער אז ער שטויסט איז ער גוט
דאס איז א חידוש אין עקבתא דמשיחא, וואס איז נאכנישטא אין קיין איין חסידות, ס'וועט מן הסתם זיין אין עטליכע יאר ארום, אבער היינט איז עס נאכנישטא, די ערפינדער זענען די אהבה מסותרת אידן וואס ווייסן אז אלעס איז היינט פאלטשע רבי'ס
און דאונט געט מי ראונג, כ'גאלד' ועוד לקרא, מיך שטערט נישט אז רז"ל איז א רבי, ווען נישט די גאנצע פאליטיק וואלט ער ווארשיינליך אויך געווען א רבי, נאר דאן וואלט ער געווען סיגעטער רבי, און איך און נאך טויזענטער חסידי אביו וואלטן צו אים אויך געגאנגען צו טישן וכו', ס'איז נאר דער קאנצעפט ווער ס'האט אים גענומען פאר א רבי און פאר וואסערע סיבה, און די אידן ווייסן מבדיל צו זיין ווער ס'איז א קדוש און ווער נישט
#אם אין דעת הבדלה מנין