מיין סורפרייז תירוץ אויף א באמבע קשי'

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יושב אהל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

מיין סורפרייז תירוץ אויף א באמבע קשי'

שליחה דורך יושב אהל »

טייכן טינט און שפייעכץ זענען שוין פארגאסן געווארן צו פארענטפערן די באמבע קשי' נעמליך פארוואס דער עולם בלייבט צאלן די טייערער רענטן און מציעט זיך נישט ארויס ערגעץ אנדערש פאר ביליגער.
איך אליין האב שוין די שאלה דורכגעדרעשט און געווינדשויפלט מיט פארשידענע סברות לכאן ולכאן. אבער דאס איז געווען ביי מיר קלאר, אז איך וועל נישט זיין כאחד השוטים, און יבוא יונה, די רגע איך וועל דארפן טוישן דירה, וועל איך בשום אין אופן נישט צאלן די געשוואלענע פרייזן, נאר מקיים זיין דעם לך לך מארצך מולתך מבית אביך צו א פלאץ וואו דאס לעבן איז ביליגער.
מיין אידענע איז נישט פון די סארט וואס מוזן וואוינען אונטערנס מאמעס פארטוך, מיין פאטער וואלט מיך אויך נישט געשטערט פון אוועק מופן, איך פערזענליך גלייך נישט עפעס איבריג דער ישיבת כרכים קשה. דעריבער האב איך קיינמאל נישט געזען א זאכליכע סיבה פארוואס איך זאל מיך נישט אויפהייבן און פאקן פעק.

אלעס האט זיך אבער געטוישט די וואך. די טאג איז אנגעקומען וואס איך וועל דארפן פארלאזן מיין באליבטע דירה (איך מאך יעצט מיט רדיפות און פיזור הנפש און ווער סוויל קען מיך אינזינען האבן אין זיינע תפלות ולמצוה גדולה יחשב) באין ברירה האב איך אנגעהויבן ארויסלייגן אלע אפציעס אויפן טיש, און הערט און שטוינט.

קרית יואל איז נישט קיין אמתער אפציע ווייל איך געהער נישט אמת'דיג דארט ווי אויך האב איך א נאנטע קרוב וואס האט זיך מיאוס אפגעבריעט און סאיז סאיז שוין געבליבן א טינא
מאנסי, האב איך מיך שנעל איבערצייגט אז די דירות פרייזן זענען בכלל נישט ביליגער - אפשר מיט א משהו - אז סזאל זיך לוינען אהינצוגיין.
לעיקוואד, אויסער דעם גרויסן טויש פון א גענצליך פרעמדע סביבה קומט צו די טייערע הוצאה פון שכר לימוד ווען דאהי האב איך וואוטשערס.
צוליב וואס איך זוך נישט צו קויפן נאר צו דינגען איז קאנעטיקוט און בלומבערג נישט קיין אפציע אמת'דיג ווייל א מענטש ציעט זיך נישט אין א מדבר נאר ווען ער ווייסט אז ער קריגט כאטשיג דערפאר א הויז אבער אן דעם מאכט עס נישט קיין סך סענס.
קצרן של דברים, אויסער דעם פאקט אז איך וואלט געדארפט אויפגעבן צוויי פרנסות און איבערלאזן א לעבנסשטייגער צו וואס איך בין באמת גרייט געווען, בין איך אבער געקומען צו די אנערקענונג אז כמעט אין ערגעץ שטיי איך נישט אויס צו פארדינען אויף אזויפיל אז סזאל זיך מיר לוינען.
וממילא אז איינער פרעגט מיר פארוואס דער עולם מופט נישט איז לענ'ד דער תירוץ נישט ווייל מוויל די מאמעס געפילטע פיש, מענטשן זענען נישט אזוי נאריש, נאר ווייל אין רוב פעלער אויב טראכט מען אויפריכטיג איז נישטא קיין אלטערנאטיווע און עס ווארט נישט אפ קיין גליקן אין ערגעץ לעת עתה.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

א פיינע תירוץ. אבער דו זאגסט אז דו האסט צוויי דזשאבס, און אעפ"י כן מאכסטו יעצט מיט פיזור הנפש עד כדי כך אז מ'דארף דיך אינזינען האבן ביי שמו"ע אנשטאטס די אנדערע וויכטיגע זאכן וואס מען טראכט דעמאלטס. איין קשיא איז נאך געבליבען: וויאזוי וועסטו למעשה זיך ערלויבן צו באצאלען פאר די גרעסערע דירה אין וויליאמסבורג/בארא פארק?
(- - -)
יושב אהל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך יושב אהל »

איך בין דאך א יושב אהל, האב איך א שטיקעלע פארט טיים פרנסה, און מיין אידענע האט א זשאב.
די פיזור הנפש איז צוליב דעם פאקט אז איך מוז מופן און טרעפן א נייע דירה, און צו דעם קומט צו די רדיפות פונעם לענדלארד שאי אפשר לפרטם כי רבים הם.
מי שיאמר לשמן שידליק הוא יאמר לחומץ שידליק און דער אויבערשטער וועט העלפן צאלן די נייע דירה. קיין אנדערע ברירה האב איך ממילא נישט.
איך ווייס נישט צו סאיז די וויכטיגסטע, אבער דאווענען פאר א צווייטן איד איז אלעמאל א שיינע זאך און מקען נאך טרעפן פלאץ דערפאר ערגעץ אין די תפלות.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

וועגן מאנסי, בין איך מחולק מיט דיר צוליב צוויי טעמים. אפילו ס׳איז נישט דא אזא גרויסער חילוק אין די פרייז פון א דירה באקומט מען אבער דערפאר א רחבות׳דיגע דירה מיט לופט צו אטעמן, פארקינג וכדומה. והשנית איז דא געגענטער אין מאנסי וואס זענען היפש ביליגער, מ׳דארף נאר וועלן וואוינען דארט מיט פינעף אידן אויף א בלאק.

לגבי שכר לימוד/וואוטשערס וואס מ׳פארלירט, צאהלט זיך דאס אויס מיטן נישט גיין אין קאנטרי/קעמפ. און בכלל איז מאנסי נישט געבויעט אויף אזא אויפרייסערישע לעבן ווי אין די סיטי, דערמיט שפארט מען זיך טייערע קליידונג, קערידשעס, שייטלעך, פאר די וואס קענען! פארשטייט זיך.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

נו, אלס [tag]יושב אהל[/tag] ביזטו דאך א תלמיד חכם, ותלמידי חכמים אין להם מנוחה זאגט די גמרא סוף ברכות.
(- - -)
יושב אהל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך יושב אהל »

איך לעב א באשיידענעם לעבן און איך זע נישט מיט וואס מאנסי קען מיר העלפן נישט צו לעבן אויפרייסעריש.
שכר לימוד בלייבט א ריזיגע לאך און איז עוועונטועל כמעט ווי נאך א רענט.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

איינער דא האט פריער געשריבן אז מאנסיער איינוואוינער פארן נישט אין קאנטרי, און זייער שכר לימוד איז אויסגעשפרייט אויף ביז נאך ט"ו באב, צוויי וואכן האבן די קינדער פרייע וואקאציע און ס'קאסט נישט דעי קעמפ/קעפ מיט א באנגעלאוי. דאס איז א היבשע סעיווינג.
(- - -)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כפי ידיעתי פארן שוין היינט רוב מאנסי'ער קינדער אין קעמפ. קאנטרי טאקע שפארט מען זיך.
וירח ה' את ריח הניחוח
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:איינער דא האט פריער געשריבן אז מאנסיער איינוואוינער פארן נישט אין קאנטרי, און זייער שכר לימוד איז אויסגעשפרייט אויף ביז נאך ט"ו באב, צוויי וואכן האבן די קינדער פרייע וואקאציע און ס'קאסט נישט דעי קעמפ/קעפ מיט א באנגעלאוי. דאס איז א היבשע סעיווינג.

א חוץ די סעווינג, איז דאס א נארמאלערע געדאנקען גאנג, נישט ווייל יענער יאכנע לויפט אין קאנטרי מוז איך אויך לויפען און ווערן א בעל חוב פאר די האלבע שטאט.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איך זע נישט וואס קרית יואל זאל נישט זיין פאר דיר, ווי באלאנגסטו נישט? אפשר שרייבסטו וואס דיין קרוב האט זיך אפגעבריט, רוחניות גשמיות (אגב איך האב א קרוב וואס האט זיך מיאוס אפגעבריט אין ווילי, ער צאלט 3000 דאלער רענט פאר א לעכל, און אויך שרייט מען אים נאך אין די גאסן ווייל ער טראגט מיטן עירוב)
אין קרית יואל איז שוין היינט דא מכל המינים, כמעט יעדע חסידות האט שוין א נציג דארט, אנגעהויבן ביי גור און געענדיגט ביי וויזניץ, אויב קרית יואל איז די איינציגע תי' ווייל דו געהערסט נישט דארט, מיין איך זאלסט פאקן פעק און אהינקומען, איך זאג דיר צו וועסט נישט חרטה האבן
מקוה איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך מקוה איד »

וואס מיינט טייערע שכר לימוד, וואס די שרייבסט וועגען לעיקוואד? וויפיל טייערע איז עס?
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

מקוה איד האט געשריבן:וואס מיינט טייערע שכר לימוד, וואס די שרייבסט וועגען לעיקוואד? וויפיל טייערע איז עס?

מיין ברודער וואוינט אין איינער פון די נייע געגענטער אין לעיקוואד. איך האב איהם געקאלט פרעגן די פרייזן קאמפעירט צו אין שטאט. ער זאגט אז אין שטאט וואלט ער קוואליפיצירט פאר וואויטשערס מיט נאך פראגראמס, און אין לעיקוואד איז דאס נישט דא. די מוסדות אין שטאט קענען אויך געבן בעסערע פרייזן וויבאלד מיט יעדע קינד אויף וואויטשערס צאלט זיך אטאמאטיש אויס נאך א קינד אן וואויטשערס, אבער אין לעיקוואד מוזן די מוסדות רעכענען די פולע פרייז.
(- - -)
מקוה איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך מקוה איד »

וואס איז פיל'ע פרייז $4000 א קינד?
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

שרייבער האט געשריבן:אין קרית יואל איז שוין היינט דא מכל המינים, כמעט יעדע חסידות האט שוין א נציג דארט, אנגעהויבן ביי גור און געענדיגט ביי וויזניץ,

אדרבה כ'וויל דאווענען אין וויזניץ דקרית יואל וואס איז די אדרעס?? (איז דאס אפשר ביי רביצין סאשע אינדערהיים....)
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

שכ''ל אין לעיקוואוד האב איך געהערט אמאל איז פון 350 און ארויף, יעדער אנדערש.
ס'דא עפעס וואס איז יא ביליגער אין לעיקוואוד: פלעי גרופס. דא צאלט מען 350, דארט 200 אדער נאך ווייניגער.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
מקוה איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך מקוה איד »

כ'האב ג'פרעגט א חבר פין לעיקוואד זאגט ער אזוי, שכר לימוד איז ציווישען 350 אין 400, פלעי גרופ איז 225 אבער ס'גייט נאר ביז 2 אזייגער ווען בית מדרש גבוה ענדיגט סדר. אויב דארפסטו לענגערע שעות איז שווער צו טרעפען און ס'איז טייער .
פארשפארט