3 בחורים אין א''י געקידנעפט - השקפה (געטיילט)
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
דער נײע מהלך פון ״די צײטונג״ צו װערן נענטער צו א סאטמער געשטימטער װי א ביזנעס מענטש
צײטונג באדערט מיך אז כמעט איך קויף עס נישט. שרײטס מיך נישט אן איך רעד נישט אויף סאטמער
נאר איך האב עס געלײנט פאר יארן און האב עס ליב געהאט ״עז איז״. איך בין נײגעריג אויב זײ
פארקויפען מער קאפיס יעצט װי פריער.

.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
petergrifin האט געשריבן:דער נײע מהלך פון ״די צײטונג״ צו װערן נענטער צו א סאטמער געשטימטער װי א ביזנעס מענטש
צײטונג באדערט מיך אז כמעט איך קויף עס נישט. שרײטס מיך נישט אן איך רעד נישט אויף סאטמער
נאר איך האב עס געלײנט פאר יארן און האב עס ליב געהאט ״עז איז״. איך בין נײגעריג אויב זײ
פארקויפען מער קאפיס יעצט װי פריער.
זיי (די צייטונג) האבן אבער געהאט כמעט מיום הווסדם א קאמפלעקס אז מ'זאלל ח"ו נישט מיינען אז זיי זענען ציונים. ווייל דאס איז דאך געוועין דער טאקטיק פון די אנשי בליעל. זיי אונטערצוברענגען. מ'האט געשריגן און טרומפייטערט אין אלע גאסן, איבעראל זענען געוועין אנגעקלעיבט סטיקערס (פארשטייצעך, נאר אין וויליאמסבורג.) אז מ'זאלל נישט קויפן דעם אפיקורס'ישן, ציוני'סטישן "צייטונג". ממילא האט ער אריינגענומען "הרב" ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פיליפ (כ'ווייס ס'איז פארקערט. נאר למען תפארת הדרוש) און ער האט שוין איינמאל אויפגעוויזן אז "די צייטונג" איז פונקט אזוי כשר-קנאי'ש, אדער אפשר מיט א שמיץ אריבער פונ'ם אייגנטומער און פאבריקאנט פון קנאות, "דער איד". די זעלבע איז מיט'ן "בלאט" וועלכער האט געליטן איסורים, חרמות וקונמות. ביז ער האט אריינגענומען דעים "טעללער", וועלכער שרייבט , בדרך אגב, זייער קינדיש. כיתה ג' קינדער קענען אפשר זיין זיין אוידיענץ. און אויך ביי די העדליין שרייבער'ס. למשל. די העדליין/חידוש, "דער טמא'נער נחל חרדי". ישראל מ., פונ'ם "צייטונג" ווארפט כאטש אריין אין זיינע דיעות כוזבות א שלל מיט אינפארמציע און בקיאות, וואס ווייזט אז ער ליינט אדורך א יעדן ציוניסטישן צייטונג און מאגאזין. די אונטערשטע שורה איז, אז אלע, סיי דער צייטונג און בלאט האבן א פחד פונ'ם בלעם-פיסק "דער איד" אז מ'זאלל זיי נישט באשולדיגן אין זיין ציונים. ממילא בייגן זיי זיך איבער אויף די צווייטע זייט אויפצוווייזן זייער קנאות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 13, 2014 2:48 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
כוכב האט געשריבן:אויך באמערקט. די איינציגסטע וואס רעדט נאך נארמאל איז קול מבשר. ישיבה בחורים וזהו!
גראדע האבן זיך אלע דריי צייטונגען אויפגעפירט היבש רעספעקטפול. דער בלאט האט למען השם געזען פאר וויכטיג חוזק צו מאכן פון דער ישיבה אז זיי זענען חסידישע מזרחיסטן.
צו דיין שלעכט מזל קענסטו נישט צייגן ווי די ציוניסטישע צייטונגען שרייבן "ישיבה בחורים" המודיע המבשר משפחה וכו' קיינער באטיטלט זיי נישט אלס "בחורים" נאר אלס "נערים". דעריבער ביטע לאזן די אידישע צייטונגען במנוחה פאדער נישט פון זיי מער געטליכקייט ווי פון די קרובים אל החלל די ארץ ישראלישע צייטונגען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 13, 2014 2:48 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:דער נײע מהלך פון ״די צײטונג״ צו װערן נענטער צו א סאטמער געשטימטער װי א ביזנעס מענטש
צײטונג באדערט מיך אז כמעט איך קויף עס נישט. שרײטס מיך נישט אן איך רעד נישט אויף סאטמער
נאר איך האב עס געלײנט פאר יארן און האב עס ליב געהאט ״עז איז״. איך בין נײגעריג אויב זײ
פארקויפען מער קאפיס יעצט װי פריער.
זיי (די צייטונג) האבן אבער געהאט כמעט מיום הווסדם א קאמפלעקס אז מ'זאלל ח"ו נישט מיינען אז זיי זענען ציונים. ווייל דאס איז דאך געוועין דער טאקטיק פון די אנשי בליעל. זיי אונטערצוברענגען. מ'האט געשריגן און טרומפייטערט אין אלע גאסן, איבעראל זענען געוועין אנגעקלעיבט סטיקערס (פארשטייצעך, נאר אין וויליאמסבורג.) אז מ'זאלל נישט קויפן דעם אפיקורס'ישן, ציוני'סטישן "צייטונג". ממילא האט ער אריינגענומען "הרב" ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פיליפ (כ'ווייס ס'איז פארקערט. נאר למען תפארת הדרוש) און ער האט שוין איינמאל אויפגעוויזן אז "די צייטונג" איז פונקט אזוי כשר-קנאי'ש, אדער אפשר מיט א שמיץ אריבער פונ'ם אייגנטומער און פאבריקאנט פון קנאות, "דער איד". די זעלבע איז מיט'ן "בלאט" וועלכער האט געליטן איסורים, חרמות וקונמות. ביז ער האט אריינגענומען דעים "טעללער", וועלכער שרייבט , בדרך אגב, זייער קינדיש. כיתה ג' קינדער קענען אפשר זיין זיין אוידיענץ. און אויך ביי די העדליין שרייבער'ס. למשל. די העדליין/חידוש, "דער טמא'נער נחל חרדי". ישראל מ., פונ'ם "צייטונג" ווארפט כאטש אריין אין זיינע דיעות כוזבות א שלל מיט אינפארמציע און בקיאות, וואס ווייזט אז ער ליינט אדורך א יעדן ציוניסטישן צייטונג און מאגאזין. די אונטערשטע שורה איז, אז אלע, סיי דער צייטונג און בלאט האבן א פחד פונ'ם בלעם-פיסק "דער איד" אז מ'זאלל זיי נישט באשולדיגן אין זיין ציונים. ממילא בייגן זיי זיך איבער אויף די צווייטע זייט אויפצוווייזן זייער קנאות.
פון וועמען האבן מורא די רעדאקטארס פון המודיע המבשר משפחה וכו'? מיט וועלכע רעכט פאדערסטו פון אמעריקאנע צייטונגען צו באטיטלען די מחזרחיסטן אלס "בחורים" אין די צייט וואס די אנטי סאטמארע צייטונגען טוען דאס נישט?
איך האב קאפיס פון אלע א.ד. צייטונגען איך קען טעכניש נישט ארויפלייגן, יעדער וואס גייט דורך א געשעפט וועלכע פארקויפט די צייטונגען קען זיך אפשטעלן און זיך אליינס איבערצייגן.
עס איז זינלאוז צו פארמאכן די אויגן און זייען זאמד קעגן סאטמארע און סאטמאר געשטימטע צייטונגען. טול קורא מבין עיניך.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 13, 2014 2:48 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
כוכב האט געשריבן:איך קען נישט די פרעפערענצן אין עברית און ווען דער ניו יורק טיימס שרייבט 'טינס' האט אויך קיינער נישט קיין טענות.
אויף מאמע לשון, אז איינער שרייבט רעליגיעזע מזרחיסטישע סטודענטן הייסט עס געמישט נייעס מיט אנשויאנגען.
כוכב דו דרייסט מיטן צינג במקום געבן א גלייכע תשובה.
מ'רעדט נישט דא פון די ניו יארק טיימס מ'רעדט דא פון אגודה'ס שופרות המודיע און המבשר, מיום הווסדם האבן זיינאך בטעות נישט געשריבן דעם אויסדריק "נערים" אויף ישיבה בחורים. זיי שרייבן יעצט דווקא נערים אל אפם וחמתם פון מזרחי וועלכע לייגן איין עולמות צו באטיטלען די יונגען אלס תלמידי הישיבות. להוציא מליבם זענען אגודה אויפגעקומען מיט "נערים". דעריבער איידער די האסט טענות צו צייטונגען וואס שטייען בשיטה ווייט פון ציונות און די נאכשלעפער גיי קודם פארעכטן אגודת צייטונגען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 13, 2014 2:48 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
כוכב האט געשריבן:כהער, דעמאלט לייג זיי צו אויף די ליסטע פון קאך לעפלעך וואס שטופן אגענדעס אין יעדן פאראגראף וואס איז נאר אונטער זייער דרוקסארט.
גוט מארגן געלע, דאס איז זיכער אז חרדישע צייטונגען שמירן און פראפעגאנדירן זייער אדשענדע. קומען מיט טענות קעגן אמעריקאנע אנטי ציוניסטישע צייטונגן אין די זעלבע צייט וואס ארצי ישראלישע ציוניסטישע קרובים אל החלל צייטונגען טוען אקוראט די זעלבע - איז נישט אין פלאץ.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
צענטער האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:איך קען נישט די פרעפערענצן אין עברית און ווען דער ניו יורק טיימס שרייבט 'טינס' האט אויך קיינער נישט קיין טענות.
אויף מאמע לשון, אז איינער שרייבט רעליגיעזע מזרחיסטישע סטודענטן הייסט עס געמישט נייעס מיט אנשויאנגען.
כוכב דו דרייסט מיטן צינג במקום געבן א גלייכע תשובה.
מ'רעדט נישט דא פון די ניו יארק טיימס מ'רעדט דא פון אגודה'ס שופרות המודיע און המבשר, מיום הווסדם האבן זיינאך בטעות נישט געשריבן דעם אויסדריק "נערים" אויף ישיבה בחורים. זיי שרייבן יעצט דווקא נערים אל אפם וחמתם פון מזרחי וועלכע לייגן איין עולמות צו באטיטלען די יונגען אלס תלמידי הישיבות. להוציא מליבם זענען אגודה אויפגעקומען מיט "נערים". דעריבער איידער די האסט טענות צו צייטונגען וואס שטייען בשיטה ווייט פון ציונות און די נאכשלעפער גיי קודם פארעכטן אגודת צייטונגען.
צענטער: איין זאך זעה איך אז ס'גייט דיר בנפשך צו בארעכטיגן זיי אנצורופן "נערים", און נישט ישיבה בחורים. ערנסט גערעדט, וואס איז דען א נפקא מינה צו מ'רופט זיי נערים אדער ישיבה בחורים. דריי אידישע קינדער זענען אריינגעפאללן אין די הענט פון די גרעסטע רוצחים עלי אדמות די אזויגערופענע בני ישמעאל. יעצט אויפ'ן מאמענט איז נישט קיין נפקא מינה צו זיי זענען מתנחלים אדער נישט. דער פארשאלטענער אראבישער רוצח ימ"ש איז נישט מבחין. ער פארהערט קיינעם נישט צו מ'קען די שיטה אדער נישט. זיי ווילן ח"ו אומברענגען א יעדן איד באשר הוא שם. ווייל ער איז א איד. דארפן מיר מתפלל זיין אז דער אייבירשטער זאל זיי ארויסציען מצרה לרוחה. און פארטיג. אנע זייטיגע חשבונות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 13, 2014 2:48 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
אינטערסאנט אז דו שפירסט פאר וויכטיג מיר צו אויפמערקזאם מאכן אז עס איז נישט צייט צו פארענטפערן די אידישע צייטונגן בו בזמן וואס עס פאלט דיר נישט ביי צו אויפמערקזאם מאכן די אטאקירער אז עס איז נישט אין פלאץ צו אטאקירן און מרבה זיין שנאה ווען די אזויגערופענע בני ישמעאל האבן פארכאפט וכו'... אדער אפשר איז דאס גאר א פשטות און נישט אינטערסאנט?!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
צענטער האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:איך קען נישט די פרעפערענצן אין עברית און ווען דער ניו יורק טיימס שרייבט 'טינס' האט אויך קיינער נישט קיין טענות.
אויף מאמע לשון, אז איינער שרייבט רעליגיעזע מזרחיסטישע סטודענטן הייסט עס געמישט נייעס מיט אנשויאנגען.
כוכב דו דרייסט מיטן צינג במקום געבן א גלייכע תשובה.
מ'רעדט נישט דא פון די ניו יארק טיימס מ'רעדט דא פון אגודה'ס שופרות המודיע און המבשר, מיום הווסדם האבן זיינאך בטעות נישט געשריבן דעם אויסדריק "נערים" אויף ישיבה בחורים. זיי שרייבן יעצט דווקא נערים אל אפם וחמתם פון מזרחי וועלכע לייגן איין עולמות צו באטיטלען די יונגען אלס תלמידי הישיבות. להוציא מליבם זענען אגודה אויפגעקומען מיט "נערים". דעריבער איידער די האסט טענות צו צייטונגען וואס שטייען בשיטה ווייט פון ציונות און די נאכשלעפער גיי קודם פארעכטן אגודת צייטונגען.
צענטער: נח, הנח אדער גאר ננח די שופרות פון די אגודה. אבער וואס איז מיט דיר, איכה (א-יע-קא), וואו ביסטו ערגעץ אויף די וועלט. וואו האלטסטו? באטיטלען אידישע בחורים וועלכע לערנען די הייליגע תורה, אלס "יונגען"?! דיין מהות האב איך שוין דערשמעקט נאך דיין צווייטע תגובה. שיטה אדער נישט (אפילו, לשיטתך). אבער וואו איז דיין אידיש הארץ?! האלא! די פארשאלטענע אראבישע רוצחים און זייערע סימפאטיקער פארהערן קיינעם נישט דעם ויואל משה אדער על הגאולה ועל התמורה, פאר זיי גייען רצח'נען און קידנעפן. זיי זענען גרייט צו הרג'נען א נטורי קרתא'ניק וואס וואוינט אין מאה שערים מיט די זעלבע רציחה וואס זיי נעמען אן צו די עקסטרעימסטע מתנחלים, נאר ווייל ער איז א איד. דו קענסט פונקט אזוי געקידנעפט און געהרג'ט ווערן אויב דו ביסט אויפ'ן פלאץ וואו זיי פיהרן אדורך די רציחות...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
בערעלע - ווי איז דיין אידיש הארץ? ס׳מאכט דען א חילוק צו ער לערנט תורה צו ער פארקויפט שווארמא? דער מערדערישע בארבארישע בלוט-דארשטיגע פאסקודנע ציוניס׳ט, אוי אנטשולדיגט, אראבער האט ווייניגער פיינט דער וואס ארבעט צו גייט סתם ליידיג?
איך קלער אז למעשה אונז זע׳מיר נישט קין בארבארען, און דאס אז ס׳איז דא א חילוקי דעות א שארפער צווישען אונז מיט די מזרחניק׳עס האט נישט מיט זייער גופים. ומ׳׳מ איז ראטזאם אז מ׳זאל זיך נישט פארמישען און געדענקען אז מיט הלכות דעות האט עס נישט און זיי בלייבען פונקט אזוי אומגערעכט ווי פאר דעם. אפשר בין איך נישט גערעכט, אבער ווייבערישע טענה׳ס אז דער אראבער האט יעדעם פיינט דעריבער זענען זיייער ישיבות פונקט ווי אונזערע וועט מיר נישט טוישען דער מיינונג.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: קודם מזל טוב. היינט דאס ערשטע מאל וואס איך הער אז דו רעדסט דיך איין (אדער ווילסטו איינרעדן פאר אנדערע) אז דו ביסט א קנקאי. (נייו,ס'איז נישט קיין טייפא. שמעקעדיג. קענסט עס צו לייגן צו די ליסט.) אבער, דער איצטיגער מצב האט גארנישט צו טון מיט חילוקי דיעות. חוץ אז דו האלטסט (אזוי ווי א סאך אנדערע אחינו בני ישראל התועים,ליידער) אז זיי זענען נישט אונזערע ברידער, און אינז זענען נישט איין פאלק בני אברהם יצחק ויעקב. נאר סתם אקופירער, ווילדע יונגען וועלכע זענען געקומען אנטון צרות פאר די וואוילע און נעבעכ'דיגע אומשולדיגע פאלעסטינער באפעלקערונג. דאמאלס איז דאך נישט דא קיין דעבאטע. איז דאך הכל מודים אז ס'קומט זיי די שטראף און נאך א סאך ערגער. אבער וואס זאל מען טון אז די מציאות פאטשט אין פנים. אז אינז יודן זעמיר א כבשה אחת בין שבעים זאבים. און נאך א זאך. פאר מיר טוט וויי דאס הארץ איבער די אכזר'ישע, מערדערישע קידנעפינג פון יודן. פאר דיר און פאר די אלע אנדערע גויים אויכעט נישט. און ווען די רוצחים כאפן אריין בארירט עס מיך בכלל נישט. און פאר די גויים און זייערע סימפאטיקער, יא. ויותר מזה. אינז גייען מיר זיך נישט משדך זיין מיט די מזרחי. אבער תורה איז איין תורה הנתונה מסיני. און ווער ס'לערנט די הייליגע תורה, ווערט ביי מיר פאררעכנט פאר א ישיבה בחור. און נישט קיין "יונג". כלשונם הקלוקל פון די אומוויסנדע, בייזוויליגע פארנארטע, אחינו בני ישראל...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
בערעל - דו האסט צו פיל געטאנצט און איך פארשטיי נישט פונקט וואס דו ווילסט. דו רעדסט ווי א סאטמארער, אז יעדער וואס האט עפעס א מיינונג וועגען מזרחים איז פון זייערע שיטה הקדושה. ניין, מזרחי טויג נישט פאר כמה סיבות, און גזירת גלות איז נישט איינער פון זיי, און אז מ'געדענקט נישט פארמישט ווערען און נישט מיינען אז אונזער מהלך איז מער ווייניגער ווי זייער'ס איז נישט אזא עוולה.
פארקערט, דער פלאפעלעכץ וועגען אחדות, כאילו ס'איז געווען א הו"א אז ס'גייט אונז נישט אן אז זיי זענען אין צרות, איז ביי מיר עקעלהאפטיג.