לך לך האט געשריבן:די חידוש איז אז וויזניץ (די גרעסטע מאנסי קהלה) איז נישט אויפן צעטל
להוי ידועה אז מאנסי איז א גאר פארפ(ק)רומטע שטאט און עטליכע פרומע רבנים האבן א פראבלעם מיט הרב פאלק ווייל ער איז צו שטארק מקיל. הרב פאלק זעלבסט טענה'ט אז ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים. אלעס פסק'נט ער פונקט ווי עס שטייט אין הלכה, אפן און קלאר אין די ספר עוז והדר לבושה.
בנוגע וויזניץ האב איך געפרעגט א וויזניצער חסיד פארוואס וויזניץ איז אקעגן דער צניעות אסיפה. האט ער מיר געזאגט אז די וויזניצער רב הרב ישראל איז דערקעגן צוליב פיר סיבות.
1) וואס האבן יונגערלייט צו הערן און שמועסן פונקטליך אלע דעטאלן פון פרויערישע גופים און פרויערישע קליידער. יונגערלייט דארפן וויסן אז פרויען דארפן גיין בצניעות אבער נישט ווי לאנג, ווי קורץ, די נעקליין, וואו עס שטעקט זיך ארויס אויבן און אונטן וכו'.
2) ווייל וויזניץ איז גאנץ פיין מסודר מיט צניעות, זיי האבן נישט קיין פראבלעמען וואס דארפן ווערן פאראכטן.
3) ווייל ע"פ רוב, די פרויען וואס האבן פראבלעמען אין צניעות קומען סייווי נישט צו די דאזיגע אסיפות, נאר די פרומע קומען. וממילא מאכט עס די פרומער זאלן ווערן מער פרום, אבער ס'העלפט נישט פאר די פראבלעמאטישע.
4) און דער עיקר סיבה וואס הרב ישראל גיבט אן איז ווייל די עסקנים ורבנים וואס שטייען אונטער דעם צניעות אסיפה וועלן נישט דארפן דיעלן מיט די שלום בית פראבלעמען אחרי האסיפה, ער וועט יא, וממילא איז ער נישט אינטערעסירט.
ער איז גאנץ א קלוגער, דער וויזניצער רב.
.